☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א.ט.ד. פראצענט נומערן

א.ט.ד. פראצענט נומערן

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10548
בלאט: 1 2

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 3:01 pm

· #334904
א.ט.ד. פראצענט נומערן
איך מיט אפאר פריינד האבן לעצטענס געמאכט חשבונות פון וועלכע חסידות ס׳פאלט ארויס די מערסטע און סאיז אויסגעקומען אז סקווירא האט די העכסטע ראטע פון אטדי׳ס פון אלע חסידות׳ן פערצענטואל, איר האלט נישט אז סהאט עפעס צוטהן ווייל די רעזשים צודריקט די מענטשהייט און מפארמאכט זיי פון די אינדרוסנדיגע וועלט? און מלאזט זיי נישט לעבן? איך זאג גארנישט, איך פרעג נאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 27, 2016 3:32 pm

· #334911
Re: איך בין נישט וועלקאם דא.
אדרבא, לאזט הערען! וויפיל מענטשען האסטו אין רשימה? פון וועלכע יארגאנג? מיט וויפיל איז סקווער מער ווי אנדערע? ווער איז די צווייטע? פון וועלכע קרייז קומען די מערסטע צוריק? וואס איז מיט פרויען? וואס איז מיט ליטוואקע'ס? וועלכע ארויסגעפאלענע ווערען די מערסטע געלונגענע? וועלכע קרייז פאלט די ווייטסטע?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 3:42 pm

· #334914
ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבא, לאזט הערען! וויפיל מענטשען האסטו אין רשימה? פון וועלכע יארגאנג? מיט וויפיל איז סקווער מער ווי אנדערע? ווער איז די צווייטע? פון וועלכע קרייז קומען די מערסטע צוריק? וואס איז מיט פרויען? וואס איז מיט ליטוואקע'ס? וועלכע ארויסגעפאלענע ווערען די מערסטע געלונגענע? וועלכע קרייז פאלט די ווייטסטע?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


מ׳האט נישט גערעכנט קיין ליטוואקס, מ׳האט נישט דן געוועהן וויפל מענטשען קומען צוריק, און מ׳האט נישט געמאכט קיין חילוקים צווישן מענער און פרויען.

מ׳האט גענומען א אטד סאושעל- מידיעא גרופע וואס האט בערך 1800 מעמבערס און פון דעם האט מען איבערגעקוקט יעדער וואס קומט פון א חסידישע בעיקראונד און דערנאך געמאכט די חשבון. סאיז אויסגעקומען אז 1)סקווירא 2)סאטמאר 3) בעלזא.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 27, 2016 3:49 pm

· #334916
Re: איך בין נישט וועלקאם דא.
אכצען הונדרעט?! רבונא דעלמא קולא!
נאך א חידוש איז אז סקווער, וואס איז מסתמא א פערטעל פון סאטמאר, האט מער א.ט.ד. ווי סאטמאר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 3:51 pm

· #334917
ליטוואק פון בודאפעסט
אכצען הונדרעט?! רבונא דעלמא קולא!
נאך א חידוש איז אז סקווער, וואס איז מסתמא א פערטעל פון סאטמאר, האט מער א.ט.ד. ווי סאטמאר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא יא

א איד » פרייטאג מאי 27, 2016 3:58 pm

· #334919
Re: איך בין נישט וועלקאם דא.
וועלכע סאטמאר ארונים זלונים?

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 4:01 pm

· #334920
א איד
וועלכע סאטמאר ארונים זלונים?


מ׳האט גערעכנט סאטמאר אלץ איינס, סאיז זייער שוער צו מאכן די חילוקים ווייל אונז ווייסן נישט פונקטליך ווער איז וואס, אפשר ווען מ׳צוטיילט סאטמאר אין צוויי וואלטן זיי טאקע נישט אויסגעקומען נומבער צוויי, אבער דעס איז צי א שווערע ארבעט.

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 5:21 pm

· #334933
ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 5:21 pm

· #334935
ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

געוואלדיג » זונטאג מאי 29, 2016 11:51 am

· #334995
וואס איז מיט ליטאים, און מיט וויזניץ?

טאמבל סאס » זונטאג מאי 29, 2016 12:13 pm

· #335000
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
פון א אוניווערסיאלער בליק בין איך מער באזארגט אויף די חרדישע קרייזן וואס גיבן ארויס די ווייניגסטע א.ט.ד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג מאי 29, 2016 12:23 pm

· #335003
זיי מסביר

קל וחומר » זונטאג מאי 29, 2016 12:34 pm

· #335005
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
ווי מער פלעקסיבל א חסידות/קהילה איז, אלס ווינציגער אפפאל וועט זיין.

די חשבון איז פשוט, דער וואס פיהלט אז ער מוז זיין אנדערש קען נאך בלייבן אינערהאלב דעם קהילה און זיין אנדערש, ולכן איז דא ווינציגער חב"דסקע אפגעפארענע (לכאורה דארף ברסלב אויך האבן ווייניגער, חוץ אויב דעפרעסיע איז א גורם...).

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 12:41 pm

· #335006
אידישקייט בליעט ווען עס איז דא א באלאנס. ווי האט איינער געזאגט , ער וויל וואוינען נאר אויף אזא גאסס ווי עס זענען פאהאנען "קראטצמיך לייטס"... דייווירסיטי איז זייער געזונט פאר חינוך.
איראניקלי, דער פריערדיגע רבי זצ"ל האט געוואלט אויפטוען אנטלויפען פונעם טמא'נעם שטאט. אדערווייל האט זיך אויסגעוויזען אז די נישט אנטלויפענדיגער זענען מער נארמאל און ערליך..

קל וחומר » זונטאג מאי 29, 2016 12:44 pm

· #335007
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
פון די אנדערע זייט ברענגט עס אראפ די רמה פונעם חסידות.
געב א קוק אויף חב"ד....

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 12:46 pm

· #335008
אוודאי אלץ מיט א באלאנסירטען שעור

טאמבל סאס » זונטאג מאי 29, 2016 12:53 pm

· #335009
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
געוואלדיג
זיי מסביר

א קהילה וואס ארבעט זיך פראקטיש אויס זייער גוט און זעט דערפאר נישט קיין געברויך פאר א אטד רעאקציע איז נאכאלץ א סעגרעגירטע קהילה. און מ'דארף זיך פרעגן די קשיא, הלמאי טאקע איז יעדער צופרידן. ס'איז דאך נישטא קיין אורח חיים כולו מושלם. איז נישטא קיינער וואס וויל זיך זען א חלק פון די כלליות'דיגע יומען רעיס אבגעזען ווי פראקטיש ס'איז? וואספארא טאקטיקן נוצט יענע קהילה סטרוקטור צו האלטן יעדעם צופרידן - און דאך א חלק פון "דער" קהילה 'און נישט אן אנדערס?'

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 29, 2016 1:31 pm

· #335019
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
מסתבר איז אז ליטוואקעס זענען נישט אויף די גרופע. כמו שביארתי במקו"א, זעלטען איז עס אז א טויגליכע ליטוואק פאלט אוועק. אלס פארלוירענע נשמות, נעבעכדיגע באשעפענישען, וואס מער ווי דראג'ס און רייכערין ביים לעיק, לעכצענדיג נאך א גוט ווארט פון א פארבייגייער, קענען זיי נישט. צום סוף, אדער שטארבט מען פון א.ד. אדער הינקט מען זיך צוריק. מ'טרעפט זיי נישט וואוינענדיג צווישען גוים, לעבענדיג א גויישע לעבען.
די חברה קענען נישט שרייבען א גאנצע זאץ אויף סיי וואס פארא שפראך.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אויסלייזער » זונטאג מאי 29, 2016 1:40 pm

· #335025
שבת אחים
ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

וואס דארף א ליובאביטשער טוהן צו גיין OTD?

סמבטיון » זונטאג מאי 29, 2016 1:44 pm

· #335028
איך ווייס נישט מיט וועם דו האסט געמאכט דיין אנקעטע, אבער לכאורה ביזטו נישט גערעכט, איך ווייס און יעדער ווייסט פאר א פאקט אז אין סאטמער איז דא הינדערטע! אטד'ס, סא איך גלייב אז זיי זענען פארדינען ביושר דעם נאמבער 1.
בדרך אגב, אין באבוב איז אויך דא א שיינע ציבור.. און גער איז אפגערעד.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 29, 2016 2:03 pm

· #335030
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
אויסלייזער
שבת אחים
ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

וואס דארף א ליובאביטשער טוהן צו גיין OTD?

ווען מ'זאגט אז פון קהילה פלוני איז דא ווייניגער א.ט.ד על כרחך מוז מען מיינען ווי קל וחומר הויבט ארויס אז דער א.ט.ד במובן דינן איז נישט פארהאנען. אוודאי איז דא אפווייכער אבער מ'פארפרעמדעט זיי נישט און זיי זענען נישט אלעמאל סעלף קאנטשעס עז אן א.ט.ד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליפא » זונטאג מאי 29, 2016 2:03 pm

· #335031
ער שרייבט אז ער רעכנט פראצענטועל. גאנץ סאטמאר איז צען מאל אדער מער אזוי גרויס ווי סקווירא

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 29, 2016 2:23 pm

· #335033
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
דאס איז נישט קיין וועלטס אנקעטע. דאס איז געפרעגט די אכצען הונדרעט מענטשען אויף די גרופע. דאס איז די פערצענטען פון די גרופע, נישט א פערצענט פון די חסידות. ד.ה. אז פראפארציאנאל האט סקווער פיהל פיהל מער ווי סאטמאר אויף דער גרופע. קען זיין אז דער גרופע ציעט סקווערער א.ט.ד. מער ווי סאטמארער, דאס קען מען נישט וויסען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קל וחומר » זונטאג מאי 29, 2016 2:32 pm

· #335035
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
כינוס לרשעים רע להם ורע לעולם

יעקב מענטש » זונטאג מאי 29, 2016 3:56 pm

· #335048
מיין טעאריע:

א ווי מער די מהות פון די חסידות איז זעלבסטשטענדיג אלץ ווייניגער אטד.

ואסביר דברי.

און סאטמער איז דא א ריזן פראצענט מענטשען וואס האלטן נישט דעם רבין פאר מער ווי א בשר ודם, און די אידישקייט איז נישט געבויעט אז וואס דער רבי זאגט דאס ווערט תורת משה, יעדע זאך איז דא קריטיקעל אנאליסיס צו דער רבי איז גערעכט אדער נישט, צו דער בעל דברי יואל וואלט מסכים געווען מיט דעם אדער נישט, (אים האלט מען יא פאר א מלאך, אבער ער האט נישט איינגעפיהרט אז די חסידים זאלן זיין אידן ווייל ער האט אזוי געהייסן, נאר ווייל אזוי וויל דער באשעפער, די חסידות האט זיך נישט געדרייעט ארום זיין שיריים אדער ניגונים/טישן, פארקערט די טישן זענען געווען זייער קנאפ, און ער האט בפירוש נישט געוואלט אז מ'אל נאכטאנצן זיינע מנהגים, ) ווידעראום אין אנדערע חסידות'ן "מיין איך" אז ס'איז דא א גרעסערע פראצענט מיטגלידער ביי וועם די "רבי" איז א אינטעגראלער חלק פון אידישקייט, און ווען דער בנין האט וואקעלדיג יסודות, צופאלט עס שנעלער.

בין איך גערעכט ? ווייסעך נישט

שמיטשיק » זונטאג מאי 29, 2016 4:14 pm

· #335050
אויסלייזער
שבת אחים
ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

וואס דארף א ליובאביטשער טוהן צו גיין OTD?

פרעגסט ערנסט?

טויזנטער ליבאוויטשע אידן פירן זיך ערליך, היטן שבת, לייגן תפילין (פאר זיך און פאר אנדערע...) זענען מקיים תרי"ג מצוות פונקט ווי טווערסקי, האגער, און טייטלבוים.

א OTD האט אראפגעווארפן פון זיך דאס אלעס, ער רייכערט יום הקדוש און עסט אום תשעה באב.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 29, 2016 4:29 pm

· #335051
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
לויט יעקב מענטש, וואלטען סקווער און סאטמאר געדארפט זיין פארקערט איינער פון צווייטען. דערווייל זענען זיי גאנץ נאנט.
לדעתי האבען ביידע איין זאך במשותף. זייער מהות איז מופקע פון דער מענטש'ס נויט און לעבען. דער סאטמארער רעדט פון ציונות מיט אזעלכע אומווירדיגע נאנסענס, און דער סקווערער דארף אוועק געבען זיין לעבען פאר דער יורש פון א יורש וואס טיילט פערפעל.
קיינער פון זיי איז נישט נוגע צו א מענטשנ'ס רוחניות'דיגע געברויכען.

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 4:33 pm

· #335052
איז אויב אזוי וואס איז מיט גור אדער בעלז?

יב הלוי סאלאווייטשיק » זונטאג מאי 29, 2016 4:35 pm

· #335053
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
בין איך די איינציגסטער דא וואס האלט אז סאיז נישט דא קיין 1800 o.t.d. .?
פין חסודישע אליינס אוודאי נישט... וויפיל יא ווייס איך נישט אבער נישט קיין 1800 זייער ווייט דערפין.... בתוך עמי אנכי יושבת און איך ווייס אביסל וואס טיט זיך..
(אביסל קיל, דראפ אטס, באמיש,, דאס יא.. עפ״ר אזוי ווי זייערע טאטעס,האבן אויסגעקיקט אין זייערע יארן.. אבער נישט קיין מחללי שבת..! )

שמיטשיק » זונטאג מאי 29, 2016 4:44 pm

· #335056
ניין, בוסט נישט דער איינציגסטער, איך גלייב אויך נישט אז עס זענען פארהאן אזויפיל OTD, אויף א סאציעלע גרופע קען יעדע 17 און א האלב שתי שערות'ניק זיך דערקלערן OTD און זיין א הירוי אז ער איז אויף די גרופ

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 29, 2016 4:52 pm

· #335057
אויב רעכנט מען אלע אידישע קרייזן אין ניו יארק און די אומגעגענט איז 1800 אינטערגעשאצט.

בן אדם » זונטאג מאי 29, 2016 4:56 pm

· #335058
ליטוואק פון בודאפעסט
לויט און דער סקווערער דארף אוועק געבען זיין לעבען פאר דער יורש פון א יורש וואס טיילט פערפעל.

און סקווער עסט מען נישט קיין פערפעל, הא הא

יעלה ויבא » זונטאג מאי 29, 2016 5:03 pm

· #335059
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
אין וואס איז מיט די וואס טראגען נאך די חסידישע לבוש און זיי זענען א.ט.ד.?
כהאב מורא אז 1800 איז גאר אינטער געשאצט.

lead, follow, or get out of the way

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 29, 2016 5:06 pm

· #335060
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
פאר די אונגארישער קעפ, וועט מען מסביר זיין.
פערפעל איז א נישט מאכל פון נישט פראפארציע'ס. א קליינע שטיק גארנישט וואס דער וואס טיילט עס מאכט כאילו ער טיילט עפעס און דער וואס באקומט מאכט כאילו ער האט עפעס באקומען און דערווייל את הכל ישא הרוח.
דערמיט איז דער סקווערער רבי א פערפעל טיילער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

בן אדם » זונטאג מאי 29, 2016 5:35 pm

· #335062
דוכט אז אין סקווער טיילט נישט די רבי נאר די עולם כאפט די שריים

געוואלדיג » זונטאג מאי 29, 2016 5:37 pm

· #335063
ווייטער פארפארן, איינער ווייסט סטאטיסטיקס פון וויזניץ און פון ליטאים?

זבולון » זונטאג מאי 29, 2016 7:00 pm

· #335096
אדער קען גאר זיין די מסקנה, אז די סקווערער אט"ד, זענען מער נוטה צו האבן דאבל אדער טריפל פ"ב אקאאונטס.

ערנסט גערעדט, עס זעהט נישט אויס צו זיין פראפעשענל, און עס איז נישט ווערד צו פראבירן פארשטיין, בעפאר די ציפערן זענען נישט קלאר.

איך פערזענליך גלייב אז די צאל אט"ד איז העכער 1800, אבער איך היבש מסופק, אויב די פ"ב גרופ איז א ריכטיגע ריפלעקשן.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 30, 2016 12:16 am

· #335154
שבת, די שרייבסט אז מ'האט גערעכענט פראצענטואל. אפשר קענסטי זאגן וואספארא נאמבערס די האסט געניצט.
איך שטעל מיך פאר אז די רעדסט פון די ניו יארקער אידענטום, אלזא וויפול געוויכט האסטי געגעבן פאר די פאלגענדע גרעסערע קהילות:

סאטמאר
ליבאוויטש
סקווירא
בעלז
וויזניץ
גור

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 9:54 am

· #335210
[ציטאט אראפגענומען]


מאנסי וויזניץ איז דא זייער ווייניג, און איז טאקע איינע פון די ווייניגסטע פון אלע חסידות, בני ברק וויזניץ איז some how דא גענוג און נאך. פארוואס און פארווען ווייס איך נישט.

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 9:59 am

· #335213
זבולון
אדער קען גאר זיין די מסקנה, אז די סקווערער אט"ד, זענען מער נוטה צו האבן דאבל אדער טריפל פ"ב אקאאונטס.

ערנסט גערעדט, עס זעהט נישט אויס צו זיין פראפעשענל, און עס איז נישט ווערד צו פראבירן פארשטיין, בעפאר די ציפערן זענען נישט קלאר.

איך פערזענליך גלייב אז די צאל אט"ד איז העכער 1800, אבער איך היבש מסופק, אויב די פ"ב גרופ איז א ריכטיגע ריפלעקשן.


זאג איבער, מ׳האט גערעכנט די מענשטען און זיי אריינגעלייגט אין א ספרעיד-שיט, קיינער איז נישט דארט צוויי מאל, פארוואס זאגסטו אזוי? סאיז נישטא מעהר ווי בערך צוויי טויזענט אפענע אטד אין ניו יארק.

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 10:02 am

· #335214
שמעון וואלף
שבת, די שרייבסט אז מ'האט גערעכענט פראצענטואל. אפשר קענסטי זאגן וואספארא נאמבערס די האסט געניצט.
איך שטעל מיך פאר אז די רעדסט פון די ניו יארקער אידענטום, אלזא וויפול געוויכט האסטי געגעבן פאר די פאלגענדע גרעסערע קהילות:

סאטמאר
ליבאוויטש
סקווירא
בעלז
וויזניץ
גור


אלע פון די קהילות (חוץ חב״ד) האבן א אנ״ש ליסטע, סאיז בכלל נישט שווער אויסצורעכענען אזא זאך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 30, 2016 10:15 am

· #335219
ווען ס'איז טאקע דא א קלארער ספרעד-שי"ט, קען מען אפשר זען? אוודאי אן די נעמען, נאר די גענוי'ער ציפער'ן, וויפיל פון יעדער איינער, פון וואס באשטייט די גרופע, ס'איז דא א סבה פאר אן א.ט.ד. זיך צו דערווייטערען פון די גרופע אז מ'זאל זיך אויף דעם נישט פארלאזען?
ס'איז נוצליך פאר עסקנים, מחנכים, מענטשען וואס ווילען זיך האלטען בעסער ווי א צווייטען ועוד. דאס אז ס'איז דא א קלארע אנקעטע אויף א.ט.ד. איז אן עכטע שטיק נייעס וואס וואלט געמעגט שטורעמען די וועלט.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 30, 2016 12:19 pm

· #335269
שבת אחים
שמעון וואלף
שבת, די שרייבסט אז מ'האט גערעכענט פראצענטואל. אפשר קענסטי זאגן וואספארא נאמבערס די האסט געניצט.
איך שטעל מיך פאר אז די רעדסט פון די ניו יארקער אידענטום, אלזא וויפול געוויכט האסטי געגעבן פאר די פאלגענדע גרעסערע קהילות:

סאטמאר
ליבאוויטש
סקווירא
בעלז
וויזניץ
גור


אלע פון די קהילות (חוץ חב״ד) האבן א אנ״ש ליסטע, סאיז בכלל נישט שווער אויסצורעכענען אזא זאך.


געב ארויס די נומערן און עמיר דעסיידן ווי אקוראט דאס איז.

די סאטמארע אנ"ש ליסטע, למשל, רעכענט אריין (כמעט) יעדער וואס זיין טאטע איז אמאל געווען ביים ציון אין ק"י

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 3:51 pm

· #335323
איך בין נישט גענצליך בעה״ב אויף די שטודיע, סאיז דא נאך פיר מענטשען וואס האבן געארבעט דערויף, און איך גלייב נישט זיי גייען מסכים זיין ארויסצוגעבן די פונקטליכע ספרעיד-שי״ט מיט די פונקטליכע ציפערן, אבער איך וועל זיי אנפרעגן.

יעקב מענטש » מאנטאג מאי 30, 2016 4:32 pm

· #335336
שבת אחים
איך בין נישט גענצליך בעה״ב אויף די שטודיע, סאיז דא נאך פיר מענטשען וואס האבן געארבעט דערויף, און איך גלייב נישט זיי גייען מסכים זיין ארויסצוגעבן די פונקטליכע ספרעיד-שי״ט מיט די פונקטליכע ציפערן, אבער איך וועל זיי אנפרעגן.

פארוואס נישט ?

תורה ומדע » מאנטאג מאי 30, 2016 4:40 pm

· #335341
אסאך טינט האט זיך שוין פארגאסען איבער דעם טאפיק.
לייענט אדורך דעם בוך פון א חוקרת וואס האט גרונטליך געמאכט ריסירטש אין דעם ענין.
<a class="postlink" href="http://www.offthederech.com">http://www.offthederech.com</a>

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 4:48 pm

· #335346
תורה ומדע
אסאך טינט האט זיך שוין פארגאסען איבער דעם טאפיק.
לייענט אדורך דעם בוך פון א חוקרת וואס האט גרונטליך געמאכט ריסירטש אין דעם ענין.
<a class="postlink" href="http://www.offthederech.com">http://www.offthederech.com</a>


נעה, מרעדט דא פון גאנץ עפעס אנדערש, וויפל אטדיס סקומען ארויס פון געוויסע חסידות׳ן, כגלייב נישט אז ער רעדט בכלל פון די טאפיק, ער רעדט פון עצות וויאזוי צו צוריקהאלטן פון גיין אטד

חברהמאן » דינסטאג מאי 31, 2016 10:30 am

· #335478
אז מ'רעד שוין דערפין וויל איך פרעגן, ווער האט אויפגעמאכט די נאמען א. ט. ד. ?

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 31, 2016 11:29 am

· #335492
Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן
אז מ'רעדט שוין, דעפיין א.ט.ד?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 31, 2016 2:41 pm

· #335523
On The Derech
בלאט: 1 2