☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איך בין נעבן דיר

איך בין נעבן דיר

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10543

זבולון » פרייטאג מאי 27, 2016 12:29 am

· #334821
איך בין נעבן דיר
זיצט ער אליין אין זיין קאלטע אפארטמענט,
קוקט זיך ארום די פיהר ווענט,
עס מישט זיך בילדער אין זיין זכרון,
ער דערמאנט זיך די גוטע יאהרן.


די פיקטשערס שטייען פאר זיינע אויגן,
זיינע מחשבות ווייט אוועקגעפלויגן,
עס שווימען ארויף אלטע זכרונות,
גוטע און שלעכטע, הרצון והאונס.


זיין הארץ פלאמט פון בענקשאפט,
געדענקט ער נאך מיין ליבשאפט?
וועט עס פון איהם פארלייקנט ווערן?
פון זיינע אויגן ווערן פארלאזט צוויי טרערן....


דורך דיר ווייס איך וואס ליבשאפט באדייט,
פארשטיי איך אויף וואס בענקשאפט שטייט,
מיין קאלטע הארץ – נאר דו קענסט עס אנווארעמען,
מיין שטארקע מוט – נאר דו קענסט עס פארקלעמען.


זאלסטו אייביג געדענקען,
די ווארעמקייט וואס איך פלעג דיר שענקען,
די ליבשאפט וואס מיר טיילן,
דאס קען מען פון אונז נישט שיילן.


דיין זיסע שמייכל טוהט מיר באגלייטן,
ווען איך דריי זיך אין בעט אויף אלע זייטן,
דיין בא'חנ'טע פנים טוהט מיר נאכלויפן,
פאר קיין געלט קען מען דאס נישט פארקויפן.


פאטערשאפט קען מען נישט ערזעצן,
כ'האף אז דו ווייסט עס צו שעצן,
דו ביסט מיין קינד און איך בין דער פאטער דיינע,
עס וועט נישט העלפן דערויף קיין שום טענה.


"טאטי" הער איך פון דיין מויל,
די אויערן צו-וואסערט פון די זיסע קול,
מיין הארץ ווערט צולאזט ווי פוטער,
איך פארגעס פון אלעס ביטער.


"ווען קומסטו אהיים?" פרעגסטו מיט תמימות,
עס האמערט אין מיין מוח ווי הונדערט שטימעס,
איך האב קיין ענטפער נישט,
און דו בלייבסט צומישט.


אבער וויסן זאלסטו א יעדע צייט,
כאטש איך בין טויזנטער מיילן ווייט,
בין איך צו דיר נענטער ווי נאנט,
עס איז אן אומברעכבארע בונד.


ביסט אן אפטער גאסט אין מיינע חלומות,
באגלייטסטו מיר אין אלע מקומות,
ביים אויפשטיין צופרי – ביים לייגן ביינאכט,
אייביג פון דיר איך טראכט.


איך שטיי דארט דערנעבן,
פאר דיין גאנצע לעבן,
מ'קען מיר נישט אפקלעבן,
איך וועל פאר דעם אלעס אוועקגעבן.


אויף דיר געב איך נישט אויף,
איך וועל פאר דיר זיין ביזן סוף,
געב נאר א ארום זיך א קוק,
וועלסטו מיר זען צוריק.

זבולון » פרייטאג מאי 27, 2016 12:41 am

· #334823

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 1:22 am

· #334830
עטס האט מיר געמאכט וויינען, זייער זייער שטארק.

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 27, 2016 1:30 am

· #334831
כוויל וויסען ווען משרייבט פאעזיע טרייבט מען שטארק איבער , איז דאס איינע פין די מעלות פון א גוט שטיקעל אויב מקען בארירן יענעמס געפילן, אדער איז די מצב טאקע אזויווי סאיז אראפגעשריבן?

זבולון » פרייטאג מאי 27, 2016 1:51 am

· #334833
טו בי האנעסט.
די געפיהלן זענען נישט איבערגעטריבן, און אפשר אפילו אונטער געטריבן, אזוי ווי אנאנים שרייבט (די פראבלעם איז נאר, אז ער האט עס אויך געשריבן פעאטיש).

עם כל זאת, דאס מיינט נישט אז ער גייט נישט אן ווייטער אין לעבן. דאס מיינט נאר אז ווען ער זעצט זיך אוועק פאר אפאר רואיגע מינוט, קען ער אראפשרייבן זיינע שטורמישע געפיהלן, און עס איז זייער געזונט.

בת קול » פרייטאג מאי 27, 2016 9:37 am

· #334843
זבולון
זיצט ער אליין אין זיין קאלטע אפארטמענט,
קוקט זיך ארום די פיהר ווענט,
עס מישט זיך בילדער אין זיין זכרון,
ער דערמאנט זיך די גוטע יאהרן.


הארץ רייסענד.
וועמענס געפילן?
א גרוש? אן אלמן? א פּריסענער?

זבולון » פרייטאג מאי 27, 2016 12:27 pm

· #334874
בת קול

הארץ רייסענד.
וועמענס געפילן?
א גרוש? אן אלמן? א פּריסענער?


לאמיר טראכטן צוזאמען:
אן אלמן - זייט ווען פארלירט אן אלמן קאנטאקט צו זיינע קינדער? אויב עפעס, נאר פארקערט - ער באקומט צופיל קאנטאקט, ער מוזן ערזעצן די מאמע און טאטע ביינאזעם.

א פריסענער - פארלירט טאקע קאנטאקט מיט זיינע קינדער, אבער ער איז נישט בא'דאגה'ט צו מ'וועט פון זיי פארלייקענען זיין ליבשאפט, צו מ'וועט ערזעצן זיין פאטערשאפט.

בלייבט נאר די דריטע אפשן וואס דאס איז א @גרוש.

(לכאורה האט די יוטוב קליפ וואס כ'האב געפאוסטעד דיר צומישט - סארי אבאוט דעט).

Big Boss » פרייטאג מאי 27, 2016 1:59 pm

· #334891
Re: איך בין נעבן דיר
A day will come when your kids will be free again and you only see Naches
Meanwhile don't give up fight for your/their rights and stay strong

Sent from my SM-G935V using Tapatalk

הוגה » פרייטאג מאי 27, 2016 6:02 pm

· #334947
@זבולון, די הארץ גייט אויס. דיינע ווערטער רייסן שטיקער, זאל שוין זיין נמחה דמעה מעל כל פנים, וכרחם אב על בנים וכו' אמן. ביסט א מיסטערפול שרייבער.

אגב די ניגון וואס דו האסט געפאוסטעד אין די צווייטע הודעה איז אויך גאר שטארק. די chorus פון די ניגון דערמאנט מיר א שטארקע פאראגראף וואס איך האב לעצטענס געליינט.

When the kings had died, a pauper, barefooted and hungry, came and sat on the throne. “God,” he whispered, “the eyes of man cannot bear to look directly at the sun, for they are blinded. How then, Omnipotent, can they look directly at you? Have pity, Lord; temper your strength, turn down your splendor so that I, who am poor and afflicted, may see you!” Then – listen, old man! — God became a piece of bread, a cup of cool water, a warm tunic, a hut, and in front of the hut, a woman giving suck to an infant. “Thank you Lord,” he whispered. “You humbled yourself for my sake. You became bread, water, a warm tunic and my wife and son in order that I may see you. And I did see you. I bow down and worship your beloved many-faced face!”

~ Nikos Kazantzakis



.

מפוזרי » זונטאג מאי 29, 2016 11:07 am

· #334988
Re: איך בין נעבן דיר
בת קול

הארץ רייסענד.
וועמענס געפילן?
א גרוש? אן אלמן? א פּריסענער?


דאס איז די געפילן פון דעם מאן אין דעם שטיקל. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10338">viewtopic.php?t=10338</a><!-- l -->
אויב ס'איז אייך דאן שווער געווען צו פארשטיין זיין צער און אויב ס'איז אים ווערד געווען, וועט יעצט, נאכן זען דעם ביטערן המשך, ווערן שווערער.

נ.ב. די שורות איבער דער פרוי פונעם ארעסטאנט, זענען הערליך. ס'וואלט כדאי געווען צו לייגן אין א באַזונדער אשכול. אין דעם אשכול געהערט עס נישט.

איך אויך » זונטאג מאי 29, 2016 6:27 pm

· #335087
נולד מאוחר
עטס האט מיר געמאכט וויינען.

בת קול » מאנטאג מאי 30, 2016 11:22 am

· #335250
מפוזרי

נ.ב. די שורות איבער דער פרוי פונעם ארעסטאנט, זענען הערליך. ס'וואלט כדאי געווען צו לייגן אין א באַזונדער אשכול. אין דעם אשכול געהערט עס נישט.

גערוקט.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 22, 2016 12:40 am

· #338601
וואס קען מען טוהן צו ווישן די טרערן??
אין אנדערע ווערטער, וואס וויל גאט איך זאל טוהן צו ערמעגליכען די טאטע זעהן זיינע קינדער??

מתושלח » פרייטאג פעברואר 9, 2018 5:08 am

· #395206
ראה מעשה ונזכר הלכה...

אישתישבי » פרייטאג פעברואר 9, 2018 6:30 am

· #395209
יקוב הדין את ההר

מתושלח » פרייטאג פעברואר 9, 2018 6:38 am

· #395210
לית דין ולית דיין אבל רואים את הקולות

מתושלח » מאנטאג יולי 16, 2018 1:33 am

· #408842
עוד "חזון" למועד

מתושלח » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2019 10:07 am

· #435682
אישתישבי
יקוב הדין את ההר


חוקותיה במר"ה כהררים בסער"ה תלויים..