☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פאקער אין ביהמ''ד

פאקער אין ביהמ''ד

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10530

מר. קלונימוס » מאנטאג מאי 23, 2016 8:48 pm

· #334252
פאקער אין ביהמ''ד
עס האט מיר אנגעטראגן א שמש אין גאנץ א גרויסע בית המדרש צו פאקן ביינאכט ספרים פאר אים עס איז א צוויי דריי שעה ארבעט 5 מאל א וואך און ער וויל צאלן 120$. איז מיין שאלה צו עס לוינט אדער איז עס אונטער געצאלט?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 23, 2016 8:52 pm

· #334253
מר. קלונימוס
צוויי דריי שעה ארבעט 5 מאל א וואך און ער וויל צאלן 120$.


ס'איז א גרויסע חילוק צוויי אדער דריי שעה.

צוויי שעה מאל פינף איז 12 דולר א שעה. אויב ביסט א כולל אינגערמאן נישט געפערליך.

דריי שעה מאל פינף איז 8 דולר א שעה. זייער שוואך באצאלט.

איך אויך » מאנטאג מאי 23, 2016 9:06 pm

· #334256
פרעג שאול.

בן אדם » מאנטאג מאי 23, 2016 9:16 pm

· #334257
אה ס'נאר דאס... שוין, ב"ה

איך אויך » מאנטאג מאי 23, 2016 9:27 pm

· #334260
בן אדם ,איינער דא האט אמאל געפרעגט שאול וויאזוי מען פינטעלט איין אות פון זיין נאמען.

יב הלוי סאלאווייטשיק » מאנטאג מאי 23, 2016 9:28 pm

· #334261
Re: פאקער אין ביהמ''ד
מהאמיר געמיינט ס׳האנדלט זיך פין די פולמוס איבער אריינברענגן כלי זמר אין ביה״מ שבת,
וכבר צווחי קמאי על זה..

כמדומה @בן אדם נמי חשש לזה

דעת תורה » מאנטאג מאי 23, 2016 10:02 pm

· #334264
Re: פאקער אין ביהמ''ד
וועל, נישט ממש לזה חשש..

ביבער » מאנטאג מאי 23, 2016 10:55 pm

· #334278
איך בין גרייט צו פאקן אין ווייבער שול אויב נייטיג.

קל וחומר » מאנטאג מאי 23, 2016 10:59 pm

· #334280
Re: פאקער אין ביהמ''ד
אמאל געמערקט א צעטיל אין א ביהמ"ד וואס האט זיך געליינט: 'ווען איר זעהט דעם פאקער פאקן ביטע לייגט צו א האנט' וחסר כתיב וד"ל.

יעקב מענטש » דינסטאג מאי 24, 2016 3:14 pm

· #334378
ואני בעניי פארשטיי איך נישט וואס איז די פשט פון רעכענען צו ס'איז 'אונטער' צו ס'איז 'איבער' געצאלט.

ווילסטו פארדינען איבעריגע פאר גראשן פארוואס זאלסטו עס נישט טוהן (אויב דו ביזט גרייט דערפאר) ווייל אויף די דזשאב מארקעט הייסט עס אונטערגעצאלט ? ווידער אויב האלסטו עס עכט נישט ביים טוהן פארוואס איז מאכסטו אפ עס יא צו טוהן ווען דו ווערסט געוואויר אז ס'איז 'איבערגעצאלט'

די גאנצע נושא פון איבער און אונטער איז עכט נאר נוגע פאר די ארבעטס געבער וואס קען טרעפן א צווייטן פאר ווייניגער אדער כאפט ער מציאה מיטן צאלן צו ווייניג, פאר דען ארבעטער "אויב האט ער נישט קיין צווייטע אפפער אויף די מינוט" איז עס ארויסעגווארפן צייט אויב שטעלסטו דיך רעכענען צו די באקומט יושרדיג (אויב ס'איז דא אזא מושג) באצאלט

אביתר פריעדמאן » דינסטאג מאי 24, 2016 3:21 pm

· #334379
נאופס! איך זאג קאטעגאריש פארקערט! א יעדע מענטש האט א שויות, אן ערך עצמי, אין פארמאגט א צלם אלוקים, און אויב ווייסט מען אז מען באקומט ווייניגער באצאלט ווי די מארקעט פרייז שפירט מען זיך זייער געקלאפט און דא געב איך שוין איבער די מייק פאר די פכסילאגען..

יעקב מענטש » דינסטאג מאי 24, 2016 3:27 pm

· #334380
איך פארשטיי אז ס'קען באדערן אויב מ'פיהלט זיך אונטערגעצאלט (הגם איך האלט אז א מענטש קען ארבעטן אויף דעם 'אפצוטיילן' זיין שוויות אויף די דזשאב מארקעט, פון זיין אמתע שוויות אלץ איד, בר שכל, וכו')

אבער איך האלט נישט אז א דער פאקער טוהט דאס אלץ א פרעסטידזש, איך האב נאך נישט געזעהן קיין לינקד אין פראפייל וואס שרייבט אז ער איז א פאקער, און די סיבה איז ווייל ס'איז נישט קיין קארעריע, ס'איז א קאלטע דזשאב פון איינער וואס וויל מאכן געלט, און קיין איין פאקער האט נישט קיין געפיהל צו זיין 'פאקן'

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 24, 2016 5:12 pm

· #334395
איך האלט אויך אזוי, הגם ס'איז אונטערגעצאלט, און כ'וואונטש דיר בעסערע דזשאבס, אבער טאמער שטייסטו יעצט אן קיין אינקאם בכלל, און דו שטופסט די צייט, דאן פשוט נבילה בשוק, נעם קודם וואס אימער דו האסט! געוויס זאלסטו זוכן א נייע דזשאב, אבער נישט פון דיין בענקל אינדערהיים, נאר פונעם ביהמ"ד וואו דו פאקסט ספרים. פאר טעמפארערי איז עס זיכער בעסער ווי גארנישט. און אודאי איז עס בעסער ווי צו נעמען פון די גאווערמענט אדער בארגן ביי ידידים און זיי לאזן הענגען שפעטער. זיצן אינדערהיים איז זיכער נישט קיין אפציע נישט פאר פרנסה און נישט פאר שלו' בית, בטילה מביאה לידי שעמום, אפילו "נאר ביז" מען טרעפט אן ארבעט.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 6:05 pm

· #334400
איך פלעג סארטירן ספרים פאר א נישטיגע 100 דאלאר פאר א סכום פון צען צו צוועלף שעה דורכאויס דעם שבת. זאג דו דארפסט מער. רעכן פער שעה. פופצן דאלאר א שעה לאמיר זאגן. הגם ער וויל מסתמא ס'זאל נישט נעמען מער ווי א באשטימטע צייט דעמאלטס מאך אפ מיט אים א סכום פון שעות וואס מער פון דעם וועסטו נישט ארבעטן און געב אים א פיקסד פרייז אזוי אז ווען צעטיילט פער שעה זאל דיך עס לוינען. נאכדעם שיק א חבר מיט א פארשלאג פאר די ארגינעלע פרייז. לאז יענעם מאכן א שיטי ארבעט איין וואך. ווי למשל לייגן מוסר ביי הלכה און ספרי חסידות ביי ספרים על הש"ס. לייג אפאר איבערגעדרייט אויך. נאכדעם וועט ער צוריקומען צודיר.

איך אויך » דינסטאג מאי 24, 2016 6:43 pm

· #334407
פשיהא גאונות (זיכער קומט עס פון די ספרים וואס דו פלעגסט פאקען).

בן אדם » דינסטאג מאי 24, 2016 7:18 pm

· #334410
טאמבל סאס
ווי למשל לייגן מוסר ביי הלכה און ספרי חסידות ביי ספרים על הש"ס. לייג אפאר איבערגעדרייט אויך. נאכדעם וועט ער צוריקומען צודיר.

גראדע גאנץ א גוטע איידיע, אבער צו קאמפליצירט. איבערדרייען ספרים איז גרינג אבער מבחין זיין ציווישן הלכה מוסר און חסידות וכו' איז לאוו כל מוחא סביל דא כמובן. ס'דא א פשוט'ערע עצה, אז רוב ספרים אין ביהמ"ד האבן דאך סטיקערס מיט אותיות אדער נומבערס, איז זאל ער פשוט עס נישט לייגן על הסדר, ער זאל פלעין נישט קוקען אויף דעם עז לאנג די ספרים זענען נישט צו הויעך פאר די שעלבס.
קיפ מי אפדעטעד. טענקס.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 8:49 pm

· #334426
Re: פאקער אין ביהמ''ד
אגב, איבערלאזן אפענע ספרים אויפ'ן טיש איז עפעס וואס טוט שטארק אפענדן מענטשן. אזוי ווייט גיי נישט..

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שלי שלך » דינסטאג מאי 31, 2016 11:48 pm

· #335636
Re: פאקער אין ביהמ''ד
איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. פארוואס רעגן זיך די פאקערס אויף די מענטשן וואס לייגן נישט אוועק זייער ספרים (עכ"פ אין די בתי מדרשים ווי איך דריי מיך) פארשטייען זיי נישט אז אויב פאלגט מען זיי פארלירן זיי זייער פרנסה? איז עס נישט אזוי ווי א שוסטער וואס ווארנט זיינע קאסטומערס בעסער צו וואטשן זייער שיך?

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 1, 2016 10:14 am

· #335678
Re: פאקער אין ביהמ''ד
איך רעד פון אפן לאזן א סידור. די אותיות קענען חלילה פורחנען לאוויר.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 1, 2016 10:18 am

· #335679
Re: פאקער אין ביהמ''ד
.

א איד » מיטוואך יוני 1, 2016 10:52 pm

· #335887
איך ווייס פון אפאר בתי מדרשים וואס צאלן 25 א שעה