☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פאררעכטן אדער ארויסווארפן?

פאררעכטן אדער ארויסווארפן?

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1053

בונם » דינסטאג יולי 10, 2012 4:39 pm

· #23064
פאררעכטן אדער ארויסווארפן?
אן ארטיקל אין שאפסמארט מאגאזין, ארויסגעגעבן דורך קאנסומער רעפארטס, שמועסט אויס פארשידענע מאשינען וואס אויב ווערט עס צובראכן, צי לוינט זיך עס צו פאררעכטן אדער קויפן א נייעם.

אלס א כלל שטעלן זיי אראפ אז אויב וועט די קאסטן צו פאררעכטן דעם כלי זיין מער ווי האלב דער פרייז פון א נייעם, דאן זאל מען ליבערשט קויפן א נייע.

פארשטייט זיך אז אויב דער מאשין איז שוין אלט, זאל מען מאכן אנדערע קאלקולאציעס.