☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10522

יוסף שרייבער » זונטאג מאי 22, 2016 10:53 pm

· #334101
אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן
אזוי ווי איך זעה אסאך, און צומאל קויף איך איין אינטרעסאנטע אדער היסטארישע זאכען קלער איך עס איז כדאי צו עפענען א אשכול ווי מען קען שערען אזעלכעס.

איך בין זיכער אז אנדערע האבען אויך פארשידענע קאלעקטיבעלס, איז אדרבה עפענטס ענקער אוצרות און לאמיר אלע הנאה האבען.

בעבר האב איך געהאט א אשכול אויף אייוועלט פאר אינטרעסאנטע אידישע דרוקען דהיינו עס קען אמאל זיין סתם א ספר'ל אדער חוברת'ל אבעס עס איז אינטרעסאנט מצד די מקום הדפוס, ווייל אידען האבען געדרוקט און מייצר געווען א היסטארישע טרעיל כמעט בכל מקומות מושבותיהם און כמעט אין יעדע שפראך אויף די וועלט. אויב עס איז דא אינטערעסע קען איך דא ממשיך זיין. אבער דאס איז נאר איין הצעה פון די ים פון מעגליכע נושאים.

לכתחילה וואלט געווען בעסער אז די אשכול זאל בלייבען פאר יהדות און דזשודעיקע ווי ספרים, בריווען, פאמפלעטען, צייטונגען, הגדות, פאראדיע, קבלות, קול קורא, פולמוס,אוטוגראפען, הקדשות, פאלעסטינע, עץ זית, אפעמערא וכדומה. און אויב איינער איז אינטרעסירט קען מען עפענען א עקסטערע אשכול אויף מטבעות, סטעמפס, נישט אידישע אוטוגראפען, זילבערווארג וכו. וכו. די אלע צאללאזע קאלעקטיבעל קאטאגאריעס.


וזה החלי בעזרת ה.

#1

בכורים קבץ הסיום של 'תלמידי תלמיד התורה ''שארית ישראל דלובביץ'' אשר בקנסס העיר של מיזורי', תרפ''ו. עם תמונות מעניינות של הצוות והתלמידים (מעורב בנים ובנות גם בכיתות הגבוהות לתשומת לב הרב אנאנים).

עברית ואנגלית, י''ל בקנזס אבל למעשה נדפס בסט. לואיס. בקנסס סיטי י''ל רק עוד שתי ספרים.
kan2.jpg kan1.jpg kan.jpg

יוסף שרייבער » זונטאג מאי 22, 2016 11:08 pm

· #334104
א שיינע מחזה אפגעהאלטען דורעך די בני ובנות הת''ת.

ואגב, ביי די תוכנית הלמודים שטייט אז מען לערענט תורה ''מן המקור'' אבער ''בהשמטות''.

kan3.jpg

גדעון » מאנטאג מאי 23, 2016 12:06 am

· #334112
Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן
פשיהא איז דאס א אויפגעקלערטע פלאץ, מ׳האמיר שוין אפילו אידן אנגעטון מיט א שתי וערב

אההה

מפוזרי » מאנטאג מאי 23, 2016 8:48 am

· #334126
Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן
וואס שטייט נאך אינעם העפט? אויבנאויף זעט אויס אז ס'נישט ווי קיין רעליגיעזער מוסד. דער לערער שיינט אפילו צו גיין אן א קאַפּל. תלמוד תורה קען מיינען א טראַדיציאָנעלער נאמען פאר שולע.
אפשר קומען זיי פון ליובאַװיטשען אומגעגנט, עכ"פ בנשיאות האדמורי"ם איז עס זיכער נישט געווען, און נישט קיין שום מקור פאר אנאנים'ן.

איז דא עפעס מער באקאנט איבער דעם מוסד?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 23, 2016 1:48 pm

· #334168
גדעון
פשיהא איז דאס א אויפגעקלערטע פלאץ, מ׳האמיר שוין אפילו אידן אנגעטון מיט א שתי וערב

אההה

גדעון: אוואו זעהסטו דא א שתי וערב...?! דיין אימעדזשינעישן האט אראויפגעלייגט א שתי וערב מיט די פאטא שאפ עפפ... אדער, אפשר האסטו דעם עפל, מעק פאטא שאפ פראגראם...?!

גראף » מאנטאג מאי 23, 2016 2:39 pm

· #334186
Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן
@berel
דער גלח אינדערמיט טראגט עס.

יוסף שרייבער » מאנטאג מאי 23, 2016 3:07 pm

· #334195
הרב שש, פארשטיייסט דאך אז איך האב נישט דייקא ארויסגענומען דעם חוברת ווייל עס האט בילדער פון אפאר מיידלעך. נאר איך האב אריינגעשטעלט מיין האנט אינעם באקס און ארויסדערווישט אפאר אייטעמס, איינס איז אין איטאליעניש און גיי שפענד 3 שעה עס איבערצוטייטשען און מסביר זיין, דאס אנדערע איז צו גרויס פאר מיין סקענער, די דריטע ווייס איך נישט אויב עס אינטרסאנט פארען עולם דא. ביז מיין בליק איז געפאלען אויף דעם אינטרעסאנטען און זעלטענעם קונטרס און איך האב מיך דערמאנט אז עס דארף צו האבען אינטרעסאנטע בילדער.


במאמר המוסגר: איך האב בשעתו געפלאנט צו רעאגירען אין אייער אשכול איבער מציאות ביי פינטערס. איך ווי נאר זאלסט וויסען אז אלעס וואס איר האט אויסגערעכענט זענען טאקע נישט ווערט קיין סאך מער ווי דעם טאלער. איך האב באמת נישט ליעב אוועקצומאכען יענעם'ס געפונסען אבער איך וויל איר זאלט זיין באוויסענדיג צום פאקט אז דער עיקר איז די הנאה וואס איר שעפט פון די ספרים אבער אלס 'אינוועסטמענט' זענען זיי ווערט א דאלער אדער קרוב צו דעם (און איך זאג דאס אלס איינער וואס האט שוין אויסגעגעבען שווערע טויזענטער דאלערען ביי אים, און ווערט יעדעם מאל עקסטער דערווייטערט דורעך די צוויי סערטיפייד אבסעלוט משוגעים).

קל וחומר » מאנטאג מאי 23, 2016 5:12 pm

· #334215
Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן
פאר דעי געלט וואלסטע שוין געקענט קויפן די אוצר החכמה...

אחד העם » מאנטאג מאי 23, 2016 7:35 pm

· #334237
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען קומען צו דיין "ספריה"?
פאר די ביסט מסכים, גיב מיר אויף א ניסל-שאלעכס, בערך וועלכע סארט קאלעקשין די האסט.
זיי מרחיב.

יוסף שרייבער » דינסטאג מאי 31, 2016 9:25 pm

· #335596
איך וועל זיך אי''ה צוריקערען צו אלע שאלות אבער דערווייל וויל איך גיין ווייטער.

#2

א זעלטענער קונטרס דרשות מנחם ציון מאת הרב מנחם מענדל בן הרב יצחק קליין, נדפס בסאטמאר בשנת תרפ''ג. אינאיינוועגענס ווערען מיר געוואויר אז עס איז געווען א מזרחי ביהמ''ד בסאטמאר גופא.

דייטש געמישט מיט אביסעל עברית. אינו בסיה''ל ואינו בבית עקד או ביבליו.

נולד בשנת תרנ''ט ונפטר בטאראנטא בשנת תשמ''ג. פאר מער איבער דעם רב זעהט דא, זיין מצבה איז דא.

kl.jpg


kl1.jpg

כוכב » דינסטאג מאי 31, 2016 11:06 pm

· #335625

איז דאס דער רב קליין?

בן אדם » דינסטאג מאי 31, 2016 11:43 pm

· #335635
דאס איז די טאטע פון דעברעצינער רב

יוסף שרייבער » מיטוואך יוני 1, 2016 1:24 pm

· #335718
מעגליך, אבער אזוי ווי ער איז געבוירען בשנת תרנ''ט און איז געווען רב אין נאווי-זאמקי בין השנים תרפ''ט-תש''ד דארף מען קלערען אויב דאס איז א בילד פון לכל היותר א בן ארבעים וחמש.

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 1:56 pm

· #335733
Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן
להעיר, ביים ארויסגעבן דעם ספר, האט ער שוין געהאט א דאָקטאָראַט, עכ״ז האט ער נישט געשפירט, כנראה, אז ס'איז ס'וועט אים מוסיף זיין כבוד, און ער איז עס נישט מציין.

עכ״פ דער רב אין דער בילד שיינט נישט צו זיין א דאקטאר.

יוסף שרייבער » מיטוואך יוני 1, 2016 9:12 pm

· #335857
#3

א זעלטענער דרשה לזכר דעם קעניג עדוארד דאס זיבעטען געהאלטען אינעם ווייטען Whitwatersand שבסאוט אפריקע בשנת תר''ע דורעך דער ארטיגער רב הרב הערץ, דער שפעטער באקאנטער רב הראשי לבריטניה. כיהן שם בין השנים תרנ''ח-תרע''א.

לכאורה זה נדפס שם במקום.

Scan0016.jpg

יוסף שרייבער » מיטוואך יוני 1, 2016 9:15 pm

· #335858
אני מתעתד אי''ה להיות בדרכים בימים הקרובים. הבמה כולו שלכם, תפתחו את אוצריכם הטוב להנאת כולנו.

יוסף שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 12:19 pm

· #344569
#4

תוכנית פון די חגיגה לרגל די '25סטע יאר פונעם התייסדות המזרחי געפייערט אין בעלוויו (לכאורה א ביעטש אינדרויסען פון קאפענהאגען) בשנת תרפ''ז.

מערקט די גאר אינטרעסאנטע תפילה שנתחבר לרגל המאורע.

עס ווערען עקסטער דערמאנט הרב ריינעס מייסד המזרחי, הרב יוסף צבי בן ר' אליעזר הלוי דוננער און ר' אברהם בן ר' אליעזר (לא זיהיתי מי זה).
Scan0021.jpg Scan0020.jpg

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 9:12 pm

· #344618
יאסעלע דיינע ערפינדונגען זענען א ברכה צו מאכן.
#יאסעלע פליעט

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:57 pm

· #346606
יוסף שרייבער
#4

תוכנית פון די חגיגה לרגל די '25סטע יאר פונעם התייסדות המזרחי געפייערט אין בעלוויו (לכאורה א ביעטש אינדרויסען פון קאפענהאגען) בשנת תרפ''ז.

מערקט די גאר אינטרעסאנטע תפילה שנתחבר לרגל המאורע.
.

@יוסף שרייבער סאיז אונז זייער אינטערסאנט דיינע אוצרות און געפינסען, אגב אינטערסאנט אנצומערקען ווי ביי די מזרחי איז אלעמאל געווען סאך גרינגער צו פארפאסען תפילות וכדו' זאל עס זיין פאר די חיילים אדער פאר די מדינה

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:51 am

· #346718
.

יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:41 pm

· #347934
ווער איז אין די גוסטע פאר א קאנטעסט? וויפיל תעאיתעם קענט איר דא זעהן?

עס איז אויף א מחזור וואס האט באלאנגט פאר א אויסטראלישע איד אין די 1860-1870 יארען פונעם שטעטעל Geelong ווי עס איז יענע יארען געווען א שיינע קהילה.

IMG_1055.JPG

IMG_1053.JPG

IMG_1054.JPG

IMG_1057.JPG

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:13 pm

· #347972
אז איר וועט מיר אויסלערנען ווי אזוי מען קען אויפבויען אן אינטערעסע אין ציילן טעותים פון א מחזור, פון אן אויסטראלישע איד אין די אכטצן יאר הונדרעט, וועל איך דיר נאכטראגן די כלים אין בית המרחץ.

יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 8:53 pm

· #347994
שלום לרבי של כל הרבי'ס

כמה אינטרעסאנטס איכא למשמע מיניה.

1. מיר ווייסען אז פאר די אויפקום פון מיידעל שולעס האבען רוב פרויען נישט געקענט אפילו עברי אבער אז מר. טעאדור פינק זאל זיין אזא ע''ה איז שוין א שטיקעל חידוש.

2. תר''ך איז סתם אזוי גאנץ פרי פאר אויסטראליע און יעדע אידישע זאך פון יענע יארען האט א היסטארישע ווערט.

3. איך בין גרייט צו וועטען אז דו האסט נאך פון ג'ילונג קיינמאל נישט געהערט ותן לחכם כמוך ויחכים.

נאדיר נאך א קרישקעלע: מען האט געבינדען דעם מחזור דארט אין ג'ילונג אן דער כורך מר. פרענקס איז גאנץ זיכעןר אויך א איד.

IMG_1058.JPG

אבער מיין נישט אז איך בין געגאגען זוכען צו קופען דעם מחזור, נאר איך גיי צומאל אריין צו א עלטערע לעידי וואס שטאמט פון דארט און היינט האט זי מיר דאס געוויזען האב איך געקלערט עס קען פאר איינעם דא זיין אינטרעסאנט, אבער אויב דו ציילסט דיך נישט צווישען דיע איתך הסליחה.


גראדע קום איך יעצט פונעם דשים (א איד דארף זיך דאך אויסארבעטען ובפרט אז עס קומט אלול) און עס וואלט מיר גאנץ גוט געשמעקט אויב דו טראגסט מיר מיט די קליידער צו א גוטע מרחץ.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 12:49 am

· #348260
בענדזשאמין פרענקלין
אז איר וועט מיר אויסלערנען ווי אזוי מען קען אויפבויען אן אינטערעסע אין ציילן טעותים פון א מחזור, פון אן אויסטראלישע איד אין די אכטצן יאר הונדרעט, וועל איך דיר נאכטראגן די כלים אין בית המרחץ.

הער גראוסער געלערנטער: די אכצנטע יארהונדערט איז געווען די'1700 יארן. די 1800'ס זענען געווען אין ניינצטן יאר-הונדערט...דאנקע שעהן...!

יוסף שרייבער » מיטוואך אפריל 11, 2018 3:46 pm

· #399477
לכבוד חגא ה' אייר. דאס ערשטע מאל איך זעה עם באטיטעלט מיטען נאמען ''צדיק''.
IMG_3387.JPG IMG_3386.JPG

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 11, 2018 4:50 pm

· #399481
כ'האב געמיינט אז נאר סאטמאר קען אויפקומען מיט א געלונגענע פראגראם.

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:13 am

· #399525
להוציא מלבן וועלעך משכים זיין ה' אייר צו זאגען מה טובו פריער ווי סמוך למנחה...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:59 pm

· #399645
וואלווי: פארגעס אויכעט נישט צו זאגן תחנון און סליחות אין דעם יום המר והנמהר...! נאכדעים קענסטו ארויסגיין בראטן דיין באר ביקיו אויפ'ן טשארקאול גרילל לכבוד חגיגת הרגל...!

יוסף שרייבער » מיטוואך מאי 9, 2018 6:25 pm

· #402119
אין ליכט פון די לעצטיגע פרשה: צילום מכתב מהמחנך הדגול הרב ד''ר שלמה שאהנפעלד זצ''ל. ''כך קבלתי מרבותי שלא למנות זכר על נקבות רבות שבגרו, ידעתי שיש הרבה צדיקים יוצאים מן הכלל אבל אנסה זאת הפעם ונראה מה יולד יום''.

איך ווייס נישט וואס עס איז למעשה געווארען צום סוף מיט הרב יאנג, צו ער איז נתמנה געווארען אין א מוסד לבנות אדער נישט.
Scan0028.jpg

בן ישי » מיטוואך מאי 9, 2018 6:32 pm

· #402120
יוסף שרייבער
אין ליכט פון די לעצטיגע פרשה: צילום מכתב מהמחנך הדגול הרב ד''ר שלמה שאהנפעלד זצ''ל. ''כך קבלתי מרבותי שלא למנות זכר על נקבות רבות שבגרו, ידעתי שיש הרבה צדיקים יוצאים מן הכלל אבל אנסה זאת הפעם ונראה מה יולד יום''.

איך ווייס נישט וואס עס איז למעשה געווארען צום סוף מיט הרב יאנג, צו ער איז נתמנה געווארען אין א מוסד לבנות אדער נישט.

עס איז דא אין מאנסי הרב פינחס יונג וואס איז איינגעשטעלט אין א סקול (ער איז א באוויסטע רעדנער אין איז אסאך עוסק מיט פשוטע אמונה) אין איך מיין אז ער קומט ארגינעל פון לונדון. איז דאס עם?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 9, 2018 6:53 pm

· #402134
Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן
ניין. אין לאנדאן האט דער הרב פנחס יונג עוסק געווען אין ביזנעס, אבער רוב טאג האט ער געדאווענט שמונה עשרה אין ביהמ"ד. ער האט א ברודער הרב מאיר צבי יונג, אין מאנטשעסטער, וואס איז אויך געווארען חסידיש.

דאס איז לכאורה הרב משה יונג, וואס וואוינט היינט אין לעיקוואד נאכ׳ן חתונה האבען בזיוו"ש אין אמעריקא. ער איז טאקע געווען א מלמד פאר מיידלעך אין מאנטשעסטער. מ׳הערט זיין נאמען צומאל אלס רעדענער Rabbi Moshe Young

יוסף שרייבער » פרייטאג יולי 30, 2021 2:00 pm

· #478648
יוסף שרייבער


וזה החלי בעזרת ה.

#1

בכורים קבץ הסיום של 'תלמידי תלמיד התורה ''שארית ישראל דלובביץ'' אשר בקנסס העיר של מיזורי', תרפ''ו. עם תמונות מעניינות של הצוות והתלמידים (מעורב בנים ובנות גם בכיתות הגבוהות לתשומת לב הרב אנאנים).

עברית ואנגלית, י''ל בקנזס אבל למעשה נדפס בסט. לואיס. בקנסס סיטי י''ל רק עוד שתי ספרים.


דער זעלטענער חוברת איז יעצט עומד למכירה.