☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז עס יושר וואס מען טוט מיט א יונגער פארפאלק

איז עס יושר וואס מען טוט מיט א יונגער פארפאלק

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10521

תורה ומדע » זונטאג מאי 22, 2016 5:23 pm

· #334050
איז עס יושר וואס מען טוט מיט א יונגער פארפאלק
איך טראכט אז די גרעסטע אומרעכט און אונזער חסידישע קרייזען ווערט אפגעטוהן צו די יונגע פארפעלקער וואס מען טוט זיי אריין ווארפען אינעם לעבען אהן קיין הכנה און אן א רוקען ביין אין רוב חלקים פון לעבען. מען קען צוטיילען דעם ענין אין עטליכע חלקים.
א. פינאנציעל און עקאנאמישע השגות
ב. סאציעלע סקיללס
ג. תורה, השקפה, און חכמה
ד. חוקי המדינה און בעיסיק נארמען פון ציוויליזאציע
מען קען מאריך זיין אויף יעדער נקודה זייער אסאך. די אונטערשטער שורה בלייבט אז די יונגע קינדערלעך זענען נישט גרייט דערצו ביי די צוואנציג יאהר אנצוהייבן דאס וואס רופט זיך "מעעריד לייף" און פינענציעלע ריספאנסיביליטי וכו'. וואס געשעהט איז אז דער עול פאלט אויף די עלטערען וואס האבען אסאך אנדערע דאגות וכו'. ווען מען וואלט אפגעשטיפט די חתונות ביז די 25 וואלט מען געסאלבט אסאך פראבלעמען פאר דורות.
וואס האלט איהר?

קל וחומר » זונטאג מאי 22, 2016 5:25 pm

· #334052
ומה יעשה הבן שלא יחטא?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 22, 2016 5:31 pm

· #334056
תורה ומדע
ווען מען וואלט אפגעשטיפט די חתונות ביז די 25 וואלט מען געסאלבט אסאך פראבלעמען פאר דורות.

ווי אזוי? ביטע זיי מסביר.

תורה ומדע » זונטאג מאי 22, 2016 5:31 pm

· #334057
די זעלבע עצה וואס ארבעט ביז די צוואנציג וועט ארבעטען ביז די פינעף און צוואנציג. משכהו לבית המדרש כנהוג בישיבות הק' דליטא. נאך מער, דוכט זיך אז נאך די חתונה איז מען נישט פריי פונעם בעל דבר, בפרט בזמננו. עס איז נא'איו לדעתי צו טראכטען אז פת בסלו ארבעט היינט ווי בימי הגמרא און חז"ל

סמבטיון » זונטאג מאי 22, 2016 5:32 pm

· #334058
ווען מען וואלט געווארט ביז די 25 וואלטן מיר געהאט אזא פנים ווי די ליטוואקעס.. סעזיצן נעבעך טויזענטע עלטערע מיידלעך און ווארטן אויף א שידוך, די בחורים זוכן די יונגערע און די אלע וואס ווארטן ווייל זיי זענען נאך נישט גרייט, אדער ווי די לייגסט עס אראפ אז זיי האבן נאך נישט די סקילס צו פירן א שטוב, זיצן און לאזן די האר ווייס ווערן, גיי ארויס אין און קוק דיר אום וויפיהל טויזענטע מיידלעך פון ליטווישע שטיבער זענען העכער די 25 אדער נאך עלטער, סשרעק וואס גייט דארט פאר, בע"ה האף איך צו חתונה מאכן מיינע קינדער ביי די 19 בשעה טובה ומצלחת, און זיי וועלן אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתורתו.

קרעקער » זונטאג מאי 22, 2016 5:33 pm

· #334059
נאך א אומרעכט ממאכט זיי חתונה אן קיין שום פרנסה,
און א טאג נאכען חתונה מוזען זיי באצאלען 2000 $ רענט
מאך זיי חתונה ביי 25 און ביי די 18 טרעין עם אריין אין א זשאב, אז ביי די 25 ווען ער וועט חתונה האבען זאל ער קענען באצאלען די רענט

תורה ומדע » זונטאג מאי 22, 2016 5:34 pm

· #334060
סמבטיון
ווען מען וואלט געווארט ביז די 25 וואלטן מיר געהאט אזא פנים ווי די ליטוואקעס.. סעזיצן נעבעך טויזענטע עלטערע מיידלעך און ווארטן אויף א שידוך,

די מיידלעך זאלען אויך ווארטען.

תורה ומדע » זונטאג מאי 22, 2016 5:46 pm

· #334063
קרעקער
נאך א אומרעכט ממאכט זיי חתונה אן קיין שום פרנסה,
און א טאג נאכען חתונה מוזען זיי באצאלען 2000 $ רענט
מאך זיי חתונה ביי 25 און ביי די 18 טרעין עם אריין אין א זשאב, אז ביי די 25 ווען ער וועט חתונה האבען זאל ער קענען באצאלען די רענט


ער מוז נישט גיין ארבעטען ביי די 18, תורה מה תהא עליה?
ער קען זיך לערנען א פאך אדער לערנען וועגען די וועלט מיט א GED וכו' צוביסליך אינאיינעם מיטעו לערנען. די מיידלעך קענען ארבעטן פאר פינעף יאהר איידער די חתונה און שיין פארדינען.
איין זאך איז קלאר: די סטאטוס קווא מוז געטוישט ווערען. עס איז א מצב פון עת לעשות לד' לדעתי.

תורה ומדע » זונטאג מאי 22, 2016 6:01 pm

· #334065
סמבטיון
ווען מען וואלט געווארט ביז די 25 וואלטן מיר געהאט אזא פנים ווי די ליטוואקעס.. סעזיצן נעבעך טויזענטע עלטערע מיידלעך און ווארטן אויף א שידוך, די בחורים זוכן די יונגערע און די אלע וואס ווארטן ווייל זיי זענען נאך נישט גרייט, אדער ווי די לייגסט עס אראפ אז זיי האבן נאך נישט די סקילס צו פירן א שטוב, זיצן און לאזן די האר ווייס ווערן, גיי ארויס אין און קוק דיר אום וויפיהל טויזענטע מיידלעך פון ליטווישע שטיבער זענען העכער די 25 אדער נאך עלטער, סשרעק וואס גייט דארט פאר, בע"ה האף איך צו חתונה מאכן מיינע קינדער ביי די 19 בשעה טובה ומצלחת, און זיי וועלן אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתורתו.


די ליטוואקעס זענען זיך אליין שולדיג. עס האט ווייניג צו טוהן מיט די יאהרען. עס האט מייסטנס צו טוען מיט דער פאקט אז דער אידיאל וואס מען פרעדיגט איז חתונה האבען מיט אן עכטע בן תורה וואס וועט לערנען לעולם דוד. פארדעם פארשטטייט זיך דארף מען האבען גרויס געלט..
אבער אויב מעיקרא דדינא איז דער אידיאל צו זיין אן ערליכער איד און פירען אן ערליכער שטוב איז דער פראבלעם נישטא, און מען קען ווארטען חתונה האבען ביז 25 נאך א פאר יאהר פון פרעפערעישאן.

תורה ומדע » זונטאג מאי 22, 2016 6:03 pm

· #334066
קל וחומר
ומה יעשה הבן שלא יחטא?

ומה יעשה הבן שלא ילסטם את הבריות ואת השלטונות ברמאות כלבן הארמי בשעתו?

קל וחומר » זונטאג מאי 22, 2016 6:06 pm

· #334067
Re: איז עס יושר וואס מען טוט מיט א יונגער פארפאלק
ממה נפשך, האט ער פרנסה אידעך גוט.
האט ער נישט, פארוואס זאל ער נישט מעגן נעמען פון די שטאטישע מעשיות??

תורה ומדע » זונטאג מאי 22, 2016 6:13 pm

· #334069
איהר ווילט זיין גלאט ישר, אדער נאר גלאט כשר?

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 22, 2016 6:27 pm

· #334072
קל וחומר
ממה נפשך, האט ער פרנסה אידעך גוט.
האט ער נישט, פארוואס זאל ער נישט מעגן נעמען פון די שטאטישע מעשיות??

נאכאמאל אז ער צאלט 2500 א חודש רענט איז ער שוין אוטאמאטיש נישט עליגיבל פאר די פראגראמען
פון דאס רעדט מען דא מען מאכט אים חתונה מען שטעלט אים אריין און א דירה פאר טייער רענט ער מוז אנפאנגן נעמען אלע חאזעריי שלא ביושר דאס הייסט געלערנט א קרומע פאדרייטע וועג

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 22, 2016 6:33 pm

· #334074
19 איז יונג? אפשר 25 איז אויך יונג? פרעג נאר א גוי.

די נישט יושר איז, דאס אז מ'שטופט זיי נישט ארויס פון די ד' אמות. און מ'שטופט זיי נישט ארויס פון כולל.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 22, 2016 8:12 pm

· #334084
תורה ומדע
די זעלבע עצה וואס ארבעט ביז די צוואנציג וועט ארבעטען ביז די פינעף און צוואנציג. משכהו לבית המדרש כנהוג בישיבות הק' דליטא. נאך מער, דוכט זיך אז נאך די חתונה איז מען נישט פריי פונעם בעל דבר, בפרט בזמננו. עס איז נא'איו לדעתי צו טראכטען אז פת בסלו ארבעט היינט ווי בימי הגמרא און חז"ל


אודאי איז מען נישט פריי פונעם בעל דבר אבער ווי קענסטי פארגלייכן א 20 יעריגע יונגערמאן צו א צוואנציג יעריגע בחור?

די בעסטע איז נאך אונזער סיסטעם ווי מ'האט חתונה ביי די צוואנציג אבער דאס איז די איינציגסטע גוטע זאך פון אונזער סיסטעם. נאך די חתונה מוז זיין א מהלך ווי מ'קען אוועקלייגן געלט פאר שפעטער אדער צו קויפן א דירה. כולל איז פאר יחודי סגולה און 95% דארף גיין ארבעטן א טאג נאך שבע ברכות. אוטאמאטיש וועלן כוללים קענען צאלן מער פאר די 5% כולל יונגעלייט.

קנאקעדיג » זונטאג מאי 22, 2016 8:16 pm

· #334085
דער אומיושר הייבט זיך שוין אן ביי חתן כלה מאכן פון איין צוויי מאל זיך זען א פאר מינוט צוויי מענטשן וואס ווייסן נישט מחייכון און מזל טוב!

אביתר פריעדמאן » זונטאג מאי 22, 2016 9:27 pm

· #334092
וויאזוי האט נאר א גוטער איד געזאגט:
היינטיגע צייטען ווען א פארפאלק וועקט זיך אויף א טאג נאך זייער חתונה זענען זיי שוין אפישעלי בענקראפטעט....
😳 😈

תורה ומדע » מאנטאג מאי 23, 2016 10:12 am

· #334136
קרעקער
נאך א אומרעכט ממאכט זיי חתונה אן קיין שום פרנסה,
און א טאג נאכען חתונה מוזען זיי באצאלען 2000 $ רענט
מאך זיי חתונה ביי 25 און ביי די 18 טרעין עם אריין אין א זשאב, אז ביי די 25 ווען ער וועט חתונה האבען זאל ער קענען באצאלען די רענט

בכלל דברי דבריך

תורה ומדע » מאנטאג מאי 23, 2016 10:15 am

· #334138
קנאקעדיג
דער אומיושר הייבט זיך שוין אן ביי חתן כלה מאכן פון איין צוויי מאל זיך זען א פאר מינוט צוויי מענטשן וואס ווייסן נישט מחייכון און מזל טוב!

אין הכי נמי, ווער טוט דען אזוי. רב ביק זצ"ל האט מחייב געןןען זיך טרעפעו לכה"פ 7 מאהל

יעקב מענטש » מאנטאג מאי 23, 2016 2:41 pm

· #334188
פאר דו פרעגסט אזא פראגע, וואס באשולדיגט שוין אין א אומרעכט, בעט איך פון דיר זאלסט מאכן א סך הכל פון די ליטווישע ווס. די חסידישע, און פראווען אז די קרייזן וואס טוהן יא וואס דו פארלאנגסט אז די חסידים זאלן טוהן, האבן א בעסערע באטאם ליין, זייער לעבן איז מער ענדזשויעבל, אויסגעשטעלט צו ווייניגער פראבלעמן וכו'.
ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע קאמיונטי האט זיך זיינע מעלות/חסרונות, און די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט פארלאנגן א טויש איז נאר אויב זייער סך הכל ווייזט בעסערע רעזולטאטן עקראוס די באארד ווי אונזערס.

איך פערזענליך האלט אז געוויסע זאכן אויף וואס דו פארפיהרסט לערנט מען זיך אליין מיט די צייט, און געוויסע זאכן זענען לגמרי נישט וויכטיג, און געוויסע זאכן וואלט מען יא ווען געדארפט לערנען.

אלנפאלס, ביזט מכובד צו נעמן די פענע אין די הענט און אראפלייגן א 'עווריטש' חסידישע לעבן, ווס. א 'עווריטש' ליטווישע/מאדערנע לעבן, מיט אלע מעלות/חסרונות וואס ביידע לעבנסשטייגערס ברענגן מיט זיך.

דבילה » מאנטאג מאי 23, 2016 2:48 pm

· #334190
דאס וואס דו קלערסט צו טוהן מיט די אינגעלייט פון די 20 ביז די 25 זיי גרייט צו מאכן פאר "מערריד לייף" קענסטו טוהן יעצט פון 15 ביז די 20. און די זעלבע סיבה וואס לאזט דיר נישט טוישן גארנישט פון די 15 ביז די 20 וועט דיר נישט לאזן טוישן פון די 20 ביז די 25. ופשוט.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 23, 2016 3:08 pm

· #334196
יעקב מענטש
פאר דו פרעגסט אזא פראגע, וואס באשולדיגט שוין אין א אומרעכט, בעט איך פון דיר זאלסט מאכן א סך הכל פון די ליטווישע ווס. די חסידישע, און פראווען אז די קרייזן וואס טוהן יא וואס דו פארלאנגסט אז די חסידים זאלן טוהן, האבן א בעסערע באטאם ליין, זייער לעבן איז מער ענדזשויעבל, אויסגעשטעלט צו ווייניגער פראבלעמן וכו'.
ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע קאמיונטי האט זיך זיינע מעלות/חסרונות, און די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט פארלאנגן א טויש איז נאר אויב זייער סך הכל ווייזט בעסערע רעזולטאטן עקראוס די באארד ווי אונזערס.

איך פערזענליך האלט אז געוויסע זאכן אויף וואס דו פארפיהרסט לערנט מען זיך אליין מיט די צייט, און געוויסע זאכן זענען לגמרי נישט וויכטיג, און געוויסע זאכן וואלט מען יא ווען געדארפט לערנען.

אלנפאלס, ביזט מכובד צו נעמן די פענע אין די הענט און אראפלייגן א 'עווריטש' חסידישע לעבן, ווס. א 'עווריטש' ליטווישע/מאדערנע לעבן, מיט אלע מעלות/חסרונות וואס ביידע לעבנסשטייגערס ברענגן מיט זיך.


ווי געזאגט פריער, די ליטווישע- ישיבישע לעבענסשטייגער האט איר אייגענע פראבלעמען וואס זענען רובא דרובא זעלבסט אינפליקטעד. דאס פטר'ט אונז אבער נישט פון אוועקשטעלען א בעסערע שווה-לכל-נפש'דיגע צוקונפט פאר דעם נעקסען דור און ווייטער.
עס איז אן עבודה קשה שבמקדש, והא ראי', אז קיינער פון די רבנים אדער מנהיגים ווילען נישט אדרעססירן דעם ענין, (לדעתם איז אפשר בוני עולם וויכטיגער...). אבער ווי קענען מיר ווייטער ממשיך זיין אין דעם ריכטונג וואס נעמט פיינע יוגעלייט און ווייבלעך און טראנספארמירט זיי אין איין נאכט צו א רחמנות'דיגע מצב וואס איז דומה צו א מענש אין א אכט פיסיגע סווימינג פול אהן קיין שווימיניג סקיללס אדער מיטלען.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 23, 2016 3:17 pm

· #334197
דבילה
דאס וואס דו קלערסט צו טוהן מיט די אינגעלייט פון די 20 ביז די 25 זיי גרייט צו מאכן פאר "מערריד לייף" קענסטו טוהן יעצט פון 15 ביז די 20. און די זעלבע סיבה וואס לאזט דיר נישט טוישן גארנישט פון די 15 ביז די 20 וועט דיר נישט לאזן טוישן פון די 20 ביז די 25. ופשוט.

מען קען נישט לדעתי ווייל פון 15 ביז 20 לערענט מען זיך אויס צו לערנען און מען ליגט אין לערנען כדבעי. נאך דעם קען מען צוביסליך אריינלייגען אינעם סדר היום למודי חול וכו'

תורה ומדע » מאנטאג מאי 23, 2016 5:19 pm

· #334218
זאת ועוד: אסאך פראבלעמען אין טשיילד דעוועלאפמענט וואס טרעפט זיך ביים היימישען ציבור ווי למשל אוטיזם, דילעיס אין שפראך און אין פיזיקעל ענטוויקלונג, עמאציאנעלע און סאציעלע ענטוויקלונג, לירנינג דיעביליטיס וכדו' זענען דירעקט א רעזאלט פון עלטערען וואס זענען נישט גרייט און פולי מעטשאר צו האדעווען א משפחה אפילו פון איין קינד. וכ״ש מאלטיפעל קינדער.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 24, 2016 2:00 am

· #334310
תורה ומדע
זאת ועוד: אסאך פראבלעמען אין טשיילד דעוועלאפמענט וואס טרעפט זיך ביים היימישען ציבור ווי למשל אוטיזם, דילעיס אין שפראך און אין פיזיקעל ענטוויקלונג, עמאציאנעלע און סאציעלע ענטוויקלונג, לירנינג דיעביליטיס וכדו' זענען דירעקט א רעזאלט פון עלטערען וואס זענען נישט גרייט און פולי מעטשאר צו האדעווען א משפחה אפילו פון איין קינד. וכ״ש מאלטיפעל קינדער.

הער תורה ומדע: איך וויל אדרעסירן דיין ..."מדע"...חלק פון די עקוועיזשן. לידיעתך. אוטיזם קומט נישט פון די חניאק'ישקייט פון די עלטערן. איך קען פלענטי משפחות וואס די עלטערן זענען העכסט מאדערנע מענטשן און זיי האבן ל"ע איין אדער מער אויטיסטישע קינדער. אויך קען איך א סאך משפחות וואו די עלטערן זענען שטארק פארחניאק'ישט און זייערע קינדער זענען ב"ה זייער שארפ אין אלע הינזיכטן. מיט די בעסטע לוירנינג און דעוועלאפמענטאל און סאושעל סקיללס...!

תורה ומדע » דינסטאג מאי 24, 2016 10:50 am

· #334326
Tויב איהר האט צייט קענט איר ליענען די פאלגענדע ארטיקלען:

<a class="postlink" href="http://www.medicaldaily.com/children-growing-poverty-more-likely-develop-neurological-problems-365422">http://www.medicaldaily.com/children-gr ... ems-365422</a>

<a class="postlink" href="http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/22709401">http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/22709401</a>

<a class="postlink" href="http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/18308588">http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/18308588</a>

תורה ומדע » דינסטאג מאי 24, 2016 2:23 pm

· #334373
יעקב מענטש
פאר דו פרעגסט אזא פראגע, וואס באשולדיגט שוין אין א אומרעכט, בעט איך פון דיר זאלסט מאכן א סך הכל פון די ליטווישע ווס. די חסידישע, און פראווען אז די קרייזן וואס טוהן יא וואס דו פארלאנגסט אז די חסידים זאלן טוהן, האבן א בעסערע באטאם ליין, זייער לעבן איז מער ענדזשויעבל, אויסגעשטעלט צו ווייניגער פראבלעמן וכו'.
ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע קאמיונטי האט זיך זיינע מעלות/חסרונות, און די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט פארלאנגן א טויש איז נאר אויב זייער סך הכל ווייזט בעסערע רעזולטאטן עקראוס די באארד ווי אונזערס.

איך פערזענליך האלט אז געוויסע זאכן אויף וואס דו פארפיהרסט לערנט מען זיך אליין מיט די צייט, און געוויסע זאכן זענען לגמרי נישט וויכטיג, און געוויסע זאכן וואלט מען יא ווען געדארפט לערנען.

אלנפאלס, ביזט מכובד צו נעמן די פענע אין די הענט און אראפלייגן א 'עווריטש' חסידישע לעבן, ווס. א 'עווריטש' ליטווישע/מאדערנע לעבן, מיט אלע מעלות/חסרונות וואס ביידע לעבנסשטייגערס ברענגן מיט זיך.

עס איז אויף מיין אגענדע בל"נ

תורה ומדע » מיטוואך מאי 25, 2016 9:13 am

· #334493
דא האט איהר נאך אפאהר ריסארסעס:
<a class="postlink" href="http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/11752490">http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/11752490</a>

<a class="postlink" href="http://www.nature.com/neuro/journal/v18/n5/full/nn.3983.html">http://www.nature.com/neuro/journal/v18 ... .3983.html</a>

<a class="postlink" href="http://www.sciencemag.org/news/2015/03/poverty-may-affect-growth-children-s-brains">http://www.sciencemag.org/news/2015/03/ ... n-s-brains</a>
דאס וואס רופט זיך סאסיאעקאנאמיק סטעטוס רעכנט אריין עדוקעישאן, באשעפטיגונג, און סאציעלע פאזיציע און א געזעלשאפט. זעה דא: https://en.wikipedia.org/wiki/Socioeconomic_status

תורה ומדע » מיטוואך מאי 25, 2016 9:33 am

· #334494
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Socioeconomic_status">https://en.wikipedia.org/wiki/Socioeconomic_status</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 25, 2016 10:48 am

· #334504
Re: איז עס יושר וואס מען טוט מיט א יונגער פארפאלק
איך ווייס בידיעה אז אוטיזם איז, אין אסאך פעלער, א האוקס. איך האב גענויטיגט געוויסע דינסטען פון א מעדיצינישע/פסיכאלאגישע גאנג פאר א קינד. דער קאמפאני האט מיר געזאגט אז כדי דער אינשורענס זאל עס דעקען, מוז איך האבען א בריוו פון דאקטאר אז ס'איז אוטיזם, וואס אויפ'ן אמת איז עס לא מיניה ולא מקצתיה. ס'איז א שקר פון דער ביזנעס. וועט מ'וועט ארייסשניידען די אלע אוטיסטיק פאוני'ס פון דער חשבון, וועט מען בלייבען מיט פיהל קלענערע נומער'ן

נ.ב. איך האב עס למעשה נישט געטוהן, מיין קינד איז נישט פון די חשבון

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

תורה ומדע » מיטוואך מאי 25, 2016 12:29 pm

· #334523
אוטיזם איז טאקע איבער דיאגנוזד זעה דעם לינק:
<a class="postlink" href="http://www.nbcnews.com/health/kids-health/study-suggests-autism-being-overdiagnosed-n450671">http://www.nbcnews.com/health/kids-heal ... ed-n450671</a>
פודעסטוועגען לית מאן דפליג אז ענטוויקלונג און אלע תחומין איקלודינג עברי, לערנען און סאציעלע סקיללס, ווערט צוריק געשטעלט אין אן ענווייראנמענט ווי דאס קינד פיקס אפ סטרעסס, אינסטעביליטי, פיינענציעלע באצומינינגען, שוואכע שפראך עקפאזשור, וכדו'.
הנוגע לענינינו, עס איז דא אסאך פעלער ווי ביידע עלטערען זענען פאריאגט ער לויפט אין כולל... און זי ארבעט שעות ארוכות, זיי זענען ביידע אומאינטעלעגענט וואס ווייסען נישט בין לימינם לשמאלם, וואינען צושטיפט און פול מיט סטרעסס. זי ווארט שוין דאס נעקסטער... ער קוקט נישט אהן דאס קינד משבת לשבת, און די איינציבער עקספאזשור איז קול מבשר.
דאס קינד שיקט אין א מוסד וואס די רביס אדער טיטשערס זענען יונג און האבען נישט די מינדעסטע השגה אין טשיילד דיוועלאפמענט וכו'. אנדערש ווי אין דער אלגעמיינער וועלט ווי אין יעדע פרי סקול געפינט זיך לייסענסט טיטישערס, א סקול סייקאלאדשיסט, א פיזיקעל טעראפיסט, אן אקיופעשינאל טעראפיסט, און א ספיטש פאטאלאגיסט.
שפעטער וואונדערט מען זיך אז דאס קינד איז אוטיסטיק, האלב טויב, דיסלעקסיק, אדער לוירנינג דיסעבלד?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 25, 2016 12:34 pm

· #334526
מ'קען נישט 'ווערען אוטיסטיק'. מ'קען האבען א מאנגעל פון סאושע"ל סקיל"ס, אבער אן אוטיסט איז עפעס אנדעריש

תורה ומדע » מיטוואך מאי 25, 2016 12:43 pm

· #334529
עס איז א ספעקטרום ASD, autistic spectrum disorder