יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10518
יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
א חשובע ניק האט מיך געבעטען אין אישי צו פאוסטען דע פראגע
זיין טאכטער מיט א פרענד, 15 יעריגע מיידלעך, זענען געפארען מיט א היימישע קאר סערוויס, דער דרייווער א חסידישער יונגערמאן האט מיטגעהאלטען זייער שמועס און אריינגעפרעגט, און פארען אראפגיין האט ער געגעבען א קליינע צעטיל מיט זיין נאמען און סעלפאן נאמבער
דער באלבוס פון די קאר סערוויס האט געזאגט אז מוועט קעיר נעמען פין יענעם
יעצט סתם אויסצופראקען דע קאר סערוויס פירמע איז נישט רעכט, ווייל זיי זענען גארנישט שולדיג, און אלע ארבעטערס וואס האבען דארט פרנסה זענען אויכ נישט שולדיג, אבער וואס קען און דארף א טאטע טוהן נאך אזא מעשה?
אפירנעמען דעם דרייווער? איבערגעגעבן די מעשה און זיין נאמען פאר נחום רזענבערג? פאר שומרים? פאר די פאליציי?
אפילו מווארפט ארויס דע יונגערמאן, איז עס גענוג? פון ווי מאך איך זעכער אז ער גייט נישט מארגען ארבעטען ביי א צווייטע קאר סערוויס, אדער דרייווען א באס פאר א תלמוד תורה, אדער אנדערע זשאב ווי ער גייט האבען צוטריט צו מיידלעך און ווייבלעך?
אויב איז די מעשה פונקטלעך ווי די שרייבסט קען מען גארנישט טוהן. ווייל ער קען זאגען אז ער האט געגעבען די נומבער אין קעיס מדארף א קאר סערוויס. די צייטען פין אויספראקען יענעם ווייל די האלטסט ער האט געטוהן א עוולה איז שוין לאאאאאאנג gone. קענסט אנזאגען דיין טאכטער נישט צו שטיין אין די פארשוין׳ס ד אמות. אויך קענסטו לאכען פון איהם אין בית המדרש.
עס וואלט געווען זייער לייטיש אז די מאכסט א אקציע ווי Chris Hansen פון NBC
Re: יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
ביסטעך נאכנישט זיכער וואס ער האט געמיינט מיטן געבן די נומער, אפשר געט ער עס אויך פאר יונגעלייט פשוט אלס א ביזנעס קארד?
איך וואלט מציע געווען צו פרובירן צו טעקסטן מיט אים און זיך אהערשטעלן ווי א פופצן יעריג מיידל און זעהן וויזוי זאכן גייען.
טאמער ווייזט ער אינטערעסע ברויך מען נעמען שריט.
כאטשיק איך בין אויף רעקארד צו זיין גאר אויסגעשפראכן אקעגן מאלעסטערס און מנוולים ,האלט איך אז דא דארף מען ארבעטן מיט שכל נישט מיט כח.
ווען נישט די פאקט אז די מיידלעך זענען אנדערעידזש האט ער געטוהן א זאך וואס מילאנען גוים טוהן טעגליך און עס הייסט גארנישט ראנג. זיכער דארף די צוגאנג זיין צו גיין רעדן מיט זיין רב אדער מורה הוראה און זעהן סיי וואס עס פעלט עם און סיי ער זאל פארשטיין אז אויב ער איז ממשיך וועט צום סוף זיין יצא סרכו.
איך פארשטיי נישט פינקלעך וואס דער פראבלע איז, מיין ווייב קומט אויס אסאך צי ניצן קאר סערוויסעס און זי קומט געניג מאל אהיים מיט צעטלעך פון נאמבערס פון דרייווערס, יודישע און מעקסיקאנע צוגלייך, פארוואס דארף מען גלייך פארן לינקס? ער האט געגעבן א ביזנעס נאמבער מען זאל אים ניצן נאכאמאל ענ דעטס איט, שוין ווערט ער א מאלעסטער וואס מען דארף אראפרוימן פון וועג?
Welcome צו ראזענבערג טיימס
איך אויךכאטשיק איך בין אויף רעקארד צו זיין גאר אויסגעשפראכן אקעגן מאלעסטערס און מנוולים ,האלט איך אז דא דארף מען ארבעטן מיט שכל נישט מיט כח.
ווען נישט די פאקט אז די מיידלעך זענען אנדערעידזש האט ער געטוהן א זאך וואס מילאנען גוים טוהן טעגליך און עס הייסט גארנישט ראנג. זיכער דארף די צוגאנג זיין צו גיין רעדן מיט זיין רב אדער מורה הוראה און זעהן סיי וואס עס פעלט עם און סיי ער זאל פארשטיין אז אויב ער איז ממשיך וועט צום סוף זיין יצא סרכו.
קען זיין וואס אנדערע שרייבן איז גערעכט. ער האט פשוט געגעבן א ביזנעס קארד
אבער דיין ריזעניג אז דאס איז בסדר ווייל "מילאנען גוים" טון דאס אויך, פארשטיי איך נישט
איך שיק מיין טאכטער מיט די קאר סערוויס און נישט מיט די קאר-סערוויס פין א "מילאנען גוים" , פאר א סיבה
איז טאקע נארמאל פאר א יונגערמאן צו געבען זיין סעלפאן נאמבער פאר צוויי 15 יעריגע מיידלעך?
ווילסט א יונגערמאן זאל געבען זיין סעלפאן נאמבער פאר דיין מיידעל?
נישט געוועהן קיין אפישעל ביזנעסקארד, און אויך נישט קיין "אפישעל ביזנעס נאמבער", נאר א געשריבען קליין צופליקטע צעטיל מיט זיין פרייוועט סעלפאן נאמבער
איך ווייס ניט אויב מ'מעג גיין צו די פאליציי
מיט נחום הייב בעסער נישט אן ווייל ער גייט דיר צווינגען צו טון עפעס וואס אים שמעקט און טאמער גייסטו עס נישט טון גייט ער דיר צושמירן
שומרים וועלן דיר אפשר קענעו טון אפשר ווארענען דעם יונגערמאן וכדו'
שוין, קומענדיגן האטליין וועט גאנצל זיין אויפן צימבל, פארן זאגן אז מען טאר נישט גיין צו די פאליציי. גאנצל איז גאנץ זיכער א מאלעסטער און וויל זיך פראטעקטן, יעדער קען זיין היסטארי און ער איז דער וואס האט אפגערעדט א טאטע פון א פופצן יעריגע מיידל וואס מען האט איר געוואלט רעיפן, און גאנצל האט זיכער געמאכט אז עס קומט נישט אן צו די פאלציי...
ווארט נאר ווארט...
קרעקער זאלסט מיר שטארק מוחל זיין, אבער דו רעדסט נישט צום דבר. פארוואס דארף א צעטל מיט א נאמבער מיינען רעיפ און מאלעסטעישן? וואס ביזטו אזוי וואן טרעק מיינדעד? מארגן וועל איך אפן האלטן א טיר פאר דיין טאכטער וועסטו אויך זאגן אז סעמיז זיין איך לאקער נאך דיין טאכטער? געניג! לאז לעבן.
וועלכע נאמבער האט ער זיי געגעבן, פון זיין רעגולער סעלפאון אדער זיין מאושר פאון?
סמבטיוןקרעקער זאלסט מיר שטארק מוחל זיין, אבער דו רעדסט נישט צום דבר. פארוואס דארף א צעטל מיט א נאמבער מיינען רעיפ און מאלעסטעישן? וואס ביזטו אזוי וואן טרעק מיינדעד? מארגן וועל איך אפן האלטן א טיר פאר דיין טאכטער וועסטו אויך זאגן אז סעמיז זיין איך לאקער נאך דיין טאכטער? געניג! לאז לעבן.
מיט אן איינפאכע מפתה ביזטו OK?
קרעקער, דו דארפסט גארנישט מער טוהן. האסט געטוהן גענוג. האסט מחנך געווען דיינע טעכטער מיט "כבדהו וחשדהו". גענוג אז זיי זאלן נישט שרייען "חזיר", אבער גענוג אז זיי זאלן מודיע זיין די עלטערן.
כמוך ירבו בישראל.
בנוגע דיינע חששות, אין לדבר סוף. מ'קען נישט, און מ'וועט קיינמאל נישט פטור ווערן פון חזרים, מלמדים מאלעסטערסט, מדריכים סרוחים, ס'וועט אייביג זיין! נאר וואס דען, מ'דארף מחנך זיין די קינדער צו זיין aware און נישט מורא צו האבן צו פארציילען.
זאלן אלע מיידלעך זיין מחונך דורך קרעקער, וועט זיין וואויל.
Re: יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
@קאווע טרינקער; מ'רעדט דאך נישט פון קרעקער'ס קינדער, נאר פון אן אנדערער חשוב'ער ניק ...
קרעקער, לייג דא ארויף דעם סעל נומער פון יענעם... דער עולם דא וועט שוין מאכן סדר מיט אים.
יעצט ליין איך ממש וואס איך האב נעכטען מגיב געווען:
בעקבות כתב האישום נגד הרב החרדי החשוד במעשי אונס, אני מבקש להציג את נקודת הראות שלי בפרשה.
העובדה שיש אנשים רעים וחטאים מאוד לשמים ולבריות, אין בה לצערנו הרב שום חידוש. תמיד היו ותמיד יהיו כאלו אנשים, אנו מקווים שמספרם יהיה מועט ככל שניתן, אבל יודעים שלא ניתן למנוע זאת לחלוטין.
האתגר הגדול והחשוב ביותר הוא מנגנון התראה והגנה, שיפעל לחשוף את אותם אנשים רעים וחטאים. כולנו יודעים כמה חשובה מערכת לגילוי אש ועשן, או מערכת אזעקה בזמן גניבה ופריצה, או אזעקה בזמן מלחמה.
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/199658.html">http://www.kikar.co.il/199658.html</a>
איך בין - בדרך כלל - מסכים צו וואס געוויסע וואס האבן געזאגט, אז גיבן א נומער מיינט נאך נישט די ארגסטע. זיך דורכרעדן מיט א רב אדער מורה הוראה איז זיכער נישט קיין אפציע, נחום וועט אייך פארפירן אויף די אנדערע זייט, פאליציי קענען ארגער מאכן אדער זיך גאר אויסלאכן.
דו דארפסט נעמען אין באטראכט אז ס'איז מעגליך גארנישט, אבער אז בעסער סעיף ווי סארי. די מהלך פון אים אריינטרעפן מיט א טעקסט-שמועס כאילו ביסט דיין טאכטער קומט מיר פאר ווי די 'סעיף' וועג, אבער ס'שווער צו פאראויסזאגן די קאנסיקווענסעס.
@סמבטיון, דו האסט קינדער? ווען א טאטע איז באזארגט און זיין הארץ שרעקט אים, מאך אן עפארד צו זיין אביסל סענסיטיוו צו יענעמ'ס געפילן
די קעניג פין אמעריקעאויב איז די מעשה פונקטלעך ווי די שרייבסט קען מען גארנישט טוהן. ווייל ער קען זאגען אז ער האט געגעבען די נומבער אין קעיס מדארף א קאר סערוויס. די צייטען פין אויספראקען יענעם ווייל די האלטסט ער האט געטוהן א עוולה איז שוין לאאאאאאנג gone. קענסט אנזאגען דיין טאכטער נישט צו שטיין אין די פארשוין׳ס ד אמות. אויך קענסטו לאכען פון איהם אין בית המדרש.
די קעניג פון אמעריקע: איך בין נישט מסכים מיט דיר. ווייל א קאר סערוויס דרייווער און ספעציעל א באס דרייווער דארף זיין א מענטש מיט טראסט. און וויבאלד ער האט אפגעטון אזא מעשה...יא, פון אזא מענטש איז עס א געפערליכע עוולה...האט ער פארלוירן זיין טראסט. און ער קען מער נישט ארבעטן אין א פאזיציע וואו ער קומט אין קאנטאקט מיט קינדער. ס'מוז זיין א צענטראלע נומבער וואו מ'קען רעפארטן אזעלכע קעיסעס. איי וועט מען פרעגן. ער דארף דאך פרנסה....זיכער. ס'דא גענוג דזשאבס פאר קאמפעני דעליווערי. ווי פיש, פלייש און גראסעריס...! רעפארטן פאר נחום וועט נישט ברענגען קיין תועלת. ס'וועט איהם נאר געבן מער סחורה. אט דאס זוכט ער דאך. אבער קיין פראקטישע רעזולטאטן וועלן פון דעם נישט ארויסקומען...!
קל וחומרביסטעך נאכנישט זיכער וואס ער האט געמיינט מיטן געבן די נומער, אפשר געט ער עס אויך פאר יונגעלייט פשוט אלס א ביזנעס קארד?
איך וואלט מציע געווען צו פרובירן צו טעקסטן מיט אים און זיך אהערשטעלן ווי א פופצן יעריג מיידל און זעהן וויזוי זאכן גייען.
טאמער ווייזט ער אינטערעסע ברויך מען נעמען שריט.
קל וחומר: ממה נפשך. אויב וויל ער געבן א ביזנעס קארד, האט ער דאך געקענט געבן די ביזנעס קארד פון די קאמפעני וואו ער ארבעט. טוט ער דאך סתם אזוי פאטענציאל באגנב'נען זיין בעה"ב...פארוואס האט ער געגעבן זיין פערזענליכן נאמען און טעל. נומבער...?!
Re: יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
ווען ער גיבט זיין נומער באקומט ער די דשאב, ווען ער גיבט די קאמפעני'ס נומער קען עס א צווייטער אויסכאפן.
ער צאלט פארן בעה"ב א באשטימטע פרייז וועכענטליך ריגארדלעס וויפול דשאבס ער האט גענומען.
סמבטיוןאיך פארשטיי נישט פינקלעך וואס דער פראבלע איז, מיין ווייב קומט אויס אסאך צי ניצן קאר סערוויסעס און זי קומט געניג מאל אהיים מיט צעטלעך פון נאמבערס פון דרייווערס, יודישע און מעקסיקאנע צוגלייך, פארוואס דארף מען גלייך פארן לינקס? ער האט געגעבן א ביזנעס נאמבער מען זאל אים ניצן נאכאמאל ענ דעטס איט, שוין ווערט ער א מאלעסטער וואס מען דארף אראפרוימן פון וועג?
סמבטיון: כמו שאמרתי. ער האט נישט געגעבן א קאמפעני ביזנעס קארד. ר'האט געגעבן
זיין פערזענליכן נאמען און פאון נומבער...!
לכבוד שבת קודששוין, קומענדיגן האטליין וועט גאנצל זיין אויפן צימבל, פארן זאגן אז מען טאר נישט גיין צו די פאליציי. גאנצל איז גאנץ זיכער א מאלעסטער און וויל זיך פראטעקטן, יעדער קען זיין היסטארי און ער איז דער וואס האט אפגערעדט א טאטע פון א פופצן יעריגע מיידל וואס מען האט איר געוואלט רעיפן, און גאנצל האט זיכער געמאכט אז עס קומט נישט אן צו די פאלציי...
ווארט נאר ווארט...
איך לייג נאר צו די ווערטער..."אלו דברי ושיטת נחום ראזנבערג"...!
קל וחומרווען ער גיבט זיין נומער באקומט ער די דשאב, ווען ער גיבט די קאמפעני'ס נומער קען עס א צווייטער אויסכאפן.
ער צאלט פארן בעה"ב א באשטימטע פרייז וועכענטליך ריגארדלעס וויפול דשאבס ער האט גענומען.
ק"ו: אנטשולדיגט. אלס געוועזענער קאר סערוויס דרייווער...נישט דער היינטיגער. דער מדובר, ב"ה...ווייס איך אז דו ביסט ראנג. קאר סערוויס ארבעט אנדערש. דו צאלסט גארנישט. און מ'איז דיר אויכעט גארנישט שולדיג. נאר פון א יעדן קאלל דארפסטו אראפגעבן א געוויסן פראצענט פאר'ן בעה"ב פון די פירמע...!20-40%
Re: יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
וואס זאל איך טוהן אז איך 'ווייס' אנדערש?
קל וחומרוואס זאל איך טוהן אז איך 'ווייס' אנדערש?
נו, זאלל זיין. אבער איך "וועיס" אנדערש...! שוין. אונז וועלמיר זיך מתווכח זיין אויב די זון שיינט אויף פון מזרח, אדער פון מערב...!
Re: יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
די זון שיינט נישט אויף, די וועלט ספינט זיך... [emoji12]
Re: יונגערמאן געט זיין סעלפאן נומער פאר מיידלעך
א זון איז דא איינס אבער קאר סערוויס איז דא עטלעכע
ומר אמר הכי ומר אמר הכי ולא פליגי
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
berlbalagulehסמבטיוןאיך פארשטיי נישט פינקלעך וואס דער פראבלע איז, מיין ווייב קומט אויס אסאך צי ניצן קאר סערוויסעס און זי קומט געניג מאל אהיים מיט צעטלעך פון נאמבערס פון דרייווערס, יודישע און מעקסיקאנע צוגלייך, פארוואס דארף מען גלייך פארן לינקס? ער האט געגעבן א ביזנעס נאמבער מען זאל אים ניצן נאכאמאל ענ דעטס איט, שוין ווערט ער א מאלעסטער וואס מען דארף אראפרוימן פון וועג?
סמבטיון: כמו שאמרתי. ער האט נישט געגעבן א קאמפעני ביזנעס קארד. ר'האט געגעבן
זיין פערזענליכן נאמען און פאון נומבער...!
גראדע די גוים גיבן אויך זייערע פריוואטע נומערן, כדי צו מאכן אן עקסטערען דאללער.
מ'דארף דאס קוקן פאר א אייגארטיגען בליק. דער יונגערמאן דארף 'אפשר' פארשטיין אז דאס גיבן זיין פריוואטע סעלפון נומער איז 'קריוז' אדער 'א פראבלעם', און אז האט דאס ארויסגעגעבן טראץ דעם, קען דאס ווייזן אויף א חשק פאר מער ווי ביזנעס. כ'זאג דאס קלאר נאר אלס א מעגליכקייט; נישט קיים חשד.
שלום, יא איך האב קינדער געלויבט גאט, און איך האלט נישט אז מען דארף ווערן היסטעריש איבער א צעטיל מיט א נאמבער. קען זיין ווען מיינע קינדער וועלן אונטער וואקסן וועל איך האלטן אנדערש.
סמבטיוןשלום, יא איך האב קינדער געלויבט גאט, און איך האלט נישט אז מען דארף ווערן היסטעריש איבער א צעטיל מיט א נאמבער. קען זיין ווען מיינע קינדער וועלן אונטער וואקסן וועל איך האלטן אנדערש.
כ'האף אזוי.
עניוועי, איך זאג נישט אז "מ'דארף" ווערן היסטעריש, ווייל יעדער נעמט אהן זאכן אנדערשט. אבער ס'איז באמת גאר פארשטענדליך.