☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רובאשקין: זיץ!

רובאשקין: זיץ!

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10507

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 18, 2016 8:44 pm

· #333651
רובאשקין: זיץ!
בלויז אנטי-סעמעטיזם, פארביסנקייט, שטייט אינטער דעם וועלט-באקאנטע פאלטשע באשולדיגונג. נישט נאר ביי זיינע ברידער, די אידן, איז אזוי אנגענומען, נאר אפילו רעכט-דענקענדע נישט-אידן, צווישען זיי סענעטארן, ריכטער און אדוואקאטן, זענען ביי דעם מיינונג. עס איז שווארץ אויף ווייס אז דאס איז א בלבול געטריבן פון פיינטשאפט און איז אומריכטיג! יארן האט זיך זיין משפט געצויגן. גרויסע לאנדסלייט שרייבן ארטיקלען אין די גרעסטע צייטונגען און דריקען אויס זייער וואונדער איבער דעם איינזייטיגען בלינדע האס און שווארצע אויג, פון דעם פעדעראלע פראקוראר און איר גרופע. מיט יעדע באשטימטע דאטום זיך צו שטעלן פארן שופט, קוקט ער ארויס צום אמת, ער ווארט זי זאל קומען. אידן זאגן תהילים, די וועלט איז אין שפאנונג. גוטע מענטשען באשטייערן פאר די קאסטען, איינפלוס רייכע באנקירן שיקן בריוו. אבער די ישועה איז נאכאלץ נישט דא. אפשר די קומענדיגע מאל? אויך נישט. מען פראבירט ביי די העכסטע פענסטער, דא אונטן אויף די וועלט און דארט אויבן אין הימל – גארנישט.

זיין בלוט איז הפקר.

ביים גרויסען יום הדין, זענען די צייטונג שרייבער, לאקאלע און אפילו אונטערנאציאנאלע, געווען אנוועזענד, און ערענסטערהייט גענומען נאטען פאר זייער מארגענדיגן נוממער. פאר זיי, די אלגעמיינע שרייבער, איז דער היינטיגען טאג גארנישט מער אדער ווייניגער פון נעכטען און מארגן. יענעמ'ס אומ-גליקליכען שיקזאל בארירט זיי נישט. זיי זענען נישט מער ווי ארבייטער, וואס שרייבן נייעס, און גייען ווייטער וואו די ווינט פירט זיי. פאר איין אידיאלאגישע שרייבער, אן אומ-רעליגעזע איד, האט דער פרשה בארירט און געשלאגן טיפע ווארצלען ביי אים אין הארץ. זיינע געפילן האט ער ארויסגעגעבן מיט א גאלדענע פעדער. זיינע אויפוואכענדיגע פראזן און אינהאלטס'פולע פאראגראפן זענען שטייטלעך געווארן באקאנט פאר זיינע ליינער. טאג נאך טאג האבן די דברים היוצאים מן הלב בארירט הונדערטע טויזענטע אידן אין אלע עקן אויף דער וועלט, צווישען זיי אפילו מיט גאר שוואכע אידיש-פראקטעצירנדיגע ווירדן. זיין באקאנטמאכונג אויסרויף איז קריסטאל קלאר: נישטא קיין עתיד פאר אידן אונטער א נישט-אידישע רעגירונג. ס'האט נישט געטויגט ביז יעצט, און ס'וועט נישט בעסער ווערן. פאר וועמען א פריי פון אנטי-סעמעטיזם לעבן איז וויכטיג, זאל זיך אויפהייבן און גרינדען אן אייגען לאנד וואו נאר מעגליך.

"אז מען וויל: אפשר אין 50 יאר פון היינט, וועלן אידן האבן א זעלבסט-שטענדיגע לאנד" – שרייבט דער וויענער צייטונג שרייבער, בנימין וואלף הערצעל – א נבואה וואס איז פארווירקטלעך געווארן גענוי 50 יאר שפעטער, א דאנק די שאק און דערציטערניש וואס ער האט קענען געלערנט ביים מיטהאלטן דעם טרייעל פון אלפרד דרייפוס אין פאריז, בערך הונדערט און דרייסיג יאר צוריק.

דרייפוס האט געליטן, אבער פון זיין בלוט איז געווארן א ארץ זבת חלב ודבש.

האט הערצל בשעתו איבערגעטריבן? איז מעגליך צו פאר-אויס זעהן שווארצע וואלקענעס פון איין איינצעלען אינצידענט? אוודאי נישט. אפילו אין יענעם תקופה ממש, ווען דרייפוס איז באשולדיגט געווארן אלץ שפיאן קעגען פראנקרייך, זענען אידן געזיצען רעלאטיוו בשלום ובשלוה אין גאנץ איירופא. אינצידענטן זענען גראדע יא באריכטעט געווארן דא און דארט, אבער צו זאגן אז ס'האט דעמאלטס געשוועבט א סכנה אויף אלע אידן, איז ווי איינער זאל היינט זאגן אז די ערד ברענט אונטער די אידן אין אמעריקא!

– איין רגע... אפשר טאקע?

בימים ההם בזמן הזה. – אין חבוש מתיר עצמו, ווייל ער מאכט זיך באקוועם און ער זעהט נישט ווי פארקנעכט ער איז. אז מ'זאל אויסלייגן אלע פאגראמען וואס אידן זענען אריבער במשך די לעצטע 50 יאר פונעם לעצטן יאר-הונדערט, וועלן אונז זיך ברעכן קאפ וואו אונזערע זיידעס קעפ איז געווען איידער ס'געווארן אש און זייף. וואס מ'כאפט זיך נישט איז, אז אינו דומה ווען מ'קוקט צוריק און מconnect the dots צו איינער וואס לעבט אין יענע תקופה.
די עלות השחר און צאת הכוכבים קומט און גייט, שבת יעדע זיבעטען ווי א שווייצע זייגער, ס'פארט – ווי יענער זאגט –א באן. זאל איינער היינט קומען און פרעזענטירן אין א כראנאלאגישען סדר די צאללאזע שמוציגע און האס'יגע צייטונג העדליינס קעגען אידן, אין די לעצטע צוואנציג יאר, וואלט מען זיך דערציטערט עד כדי חלשות. - די עבירות, אמת'ע און פאלטש'ע, וואס ערשיינט כמעט יעדען צווייטען טאג אין העד-ליינס אקעגען אידן, צו מיינט איר אז דאס שלאגט נישט ווארצלען?

איר כאפט אפשר נישט, אבער אונזער גאנצע קיום איז געבויט אויף "פראטעקציע" פון "לעיזאנ'ס" אין יעדע סארט פון מענטשען-באדערפעניש און אין יעדע אפטיילונג פון די רעגירונג אדער אפילו שפיטעלער. אונז זענען אויפן וואסער אויב גייט מען על פי דין. וואס ווייסטו ווי לאנג די שטאטישע באאמטע וועלן דאס צולאזן? איר זענט פארזיכערט אז דער קומענדיגען מעיאר וועט נישט אפשפארן הצלה, שומרים, מתעסקים, ביקור חולים, רופא חולים, וכו', - מיט איין חתימה פון המן'ס אן אייניקעל זענען איז אויף צרות!

נע, סתם שלעכטע חלומות. מאכט זיך אמאל אמאל, אבער יעדען טאג? חלילה.

ר' איד, צו ווייסט איר שלום מרדכי זיצט יעדען טאג? איר ווייסט פארוואס ער זיצט? דא קענט איר ליינען אן אלטע צייטונג אויסשניט...

בלויז אנטי-סעמעטיזם, פארביסנקייט, שטייט אינטער דעם וועלט-באקאנטע פאלטשע באשולדיגונג. נישט נאר ביי זיינע ברידער, די אידן, איז אזוי אנגענומען, נאר אפילו רעכט-דענקענדע נישט-אידן, צווישען זיי סענעטארן, ריכטער און אדוואקאטן, זענען ביי דעם מיינונג. עס איז שווארץ אויף ווייס אז דאס איז א בלבול געטריבן פון פיינטשאפט און איז אומריכטיג! יארן האט זיך זיין משפט געצויגן. גרויסע לאנדסלייט שרייבן ארטיקלען אין די גרעסטע צייטונגען און דריקען אויס זייער וואונדער איבער דעם איינזייטיגען בלינדע האס און שווארצע אויג, פון דעם פעדעראלע פראקוראר און איר גרופע. מיט יעדע באשטימטע דאטום זיך צו שטעלן פארן שופט, קוקט ער ארויס צום אמת, ער ווארט זי זאל קומען. אידן זאגן תהילים, די וועלט איז אין שפאנונג. גוטע מענטשען באשטייערן פאר די קאסטען, איינפלוס רייכע באנקירן שיקן בריוו. אבער די ישועה איז נאכאלץ נישט דא. אפשר די קומענדיגע מאל? אויך נישט. מען פראבירט ביי די העכסטע פענסטער, דא אונטן אויף די וועלט און דארט אויבן אין הימל – גארנישט.
זיין בלוט איז הפקר.


ס'איז הפקר ווייל אונז טוהן נישט למעשה. מ'לאזט זיין בלוט זיך גיסען בשעת מ'אינוועסטירט אין אמעריקאנע ריעל-עסטעיט ווי ס'וואלט געווען אן הבטחה פון בורא עולם אז דאס איז פארזיכערטע ריווח.

רובאשקין, זיץ! ואתה סימן לבניך אז מיר זענען נישט וועלקאם דא.

וואו איז הערצל ווען מ'דארף אים?

אביתר פריעדמאן » מיטוואך מאי 18, 2016 8:49 pm

· #333653
זייער א שטארקע נקודה!
אבער איין מינוט איז אן אייגענע מדינה יא א לעזונג? אלעמאל וועט דער שופט האבען באהאלטענע אגענדעס
צו ווייל ער איז פריי און דו ביזט עפעס א דתי אדער ווייל ער איז לינק און דו ביזט א רעכטע עקסטרעמיסט
מקען נאך אסאך ארבעטן ביז די מין האנושי וועט צוקומען צו די פינטעלע פון צדק ויושר

יהושע חיים » מיטוואך מאי 18, 2016 11:45 pm

· #333681
איך זעה די דין תורא סיסטעם דא אין אמעריקע (און אין אנדער פלעצער אויך אזוי) קען איך זאגן "די קארט האט נישט ב'עול'ט האלב אזוי סאך אידן ווי די חושן משפט רע'בנים"

די ווילסט זיין א מחליף פרה בחמור???

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 19, 2016 9:10 am

· #333705
Re: רובאשקין: זיץ!
איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 19, 2016 9:50 am

· #333708
Re: רובאשקין: זיץ!
די וויכטיקסטע נקודה האסטו פארגעסן אדער במכוון נישט דערמאנט. דאס אז אפשר איז דרייפוס יא שולדיג געווען ווייל ער האט געמיינט אז מ'קען טאנצען אויף ביידע חתונות. און 'ער' מיין איך 'זיין פאלק.' מ'קען נישט זיין א איד און א פראנצויז די זעלבע צייט. אפילו נישט א פרייער. וכש"כ רובאשקין. נישט אז מ'קען נישט נאר מ'וויל נישט ווייל ס'לוינט זיך בעסער מאטריעליש. עכ"פ פאר די רוב. אבל שוב ראיתי אז מעגליך דאס ביסטו מרמז צווישן די לעצטע שורות.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

תורה ומדע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:15 am

· #333713
איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:17 am

· #333715
ליטוואק פון בודאפעסט
אבער דאס פארמאכען הצלה,.... איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.

באלעגאלע אלערט... עפעס דערמאנט עס מיך פון שניידן א ליטוואק'ס הארץ 😮
ביסט ביים זינען? הצלה פארמאכן איז נישט קיין שלעכטע זאך ביי דיר?
שוין איך פארדריי יעצט דעם שמועס.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 19, 2016 11:29 am

· #333740
יהושע חיים
איך זעה די דין תורא סיסטעם דא אין אמעריקע (און אין אנדער פלעצער אויך אזוי) קען איך זאגן "די קארט האט נישט ב'עול'ט האלב אזוי סאך אידן ווי די חושן משפט רע'בנים"

די ווילסט זיין א מחליף פרה בחמור???

נו, דערפאר איז דער עונש פאר די פאלשע דיינים למיניהם א סאך גרעסער. מיינטץ נישט אז ס'איז הפקר א וועלט. מ'זעהט בחוש אז נישט. ווייל די אידישע הלכות זענען א סאך מער יושר'דיג און גוט ווי די געזעצן געשריבן דורך מענטשן, באשיצנדיג דעם שוואכן אקעיגן דעם שטארקן און מאכטפולן. אבער די קארופטירטע לאו לייף ברואים וועלכע פארדרייען דין תורה'ס און געבן ארויס פאלשע פסקים, באנוצנדיג זיך מיט די תוה"ק. די וועלכע נוצן די תורה אלס א קרדום לחפור, אנצופילן זייערע טאשן מיט געלט פון גזילה און שפיכות דמים. זיי מאכן אויך א גרויסן חילול השם. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין אנהייב פ' משפטים. אויף זיי ווארט זייער א גרויסער עונש אפי' אויף די וועלט. וידעו כל הגויים כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 19, 2016 11:44 am

· #333745
קאווע טרונקער: ייש"כ פאר דעם באלייכטנדן ארטיקל. איך וויל נאר מאכן א קליינע הערה. אפשר זאגסטו דאס אויך. אבער איך וויל ארויסהייבן די נקודה א ביסל שטערקער. בנימן זאב הערצל. דער קארעספאנדענט פאר די וויענער צייטונג, און אבזערווירער פון דעם דרייפוס פראצעס, זייענדיג אליינס אן אסימילירטער איד איז נישט געקומען צו די מסקנא אז די אידן מוזן האבן אן אייגן לאנד. און ס'איז נישט דא קיין שום האפענונג פאר יושר אין די גלות לענדער, נאר אויפ'ן סמך פונ'ם אויסגאנג פון דעם דרייפוס משפט. נאר דאס איז געווען ביי איהם דער ..."מכה בפטיש"... ווייל, אלס צייטונגס שרייבער האט ער באגעגנט דאס שרייענדע אנטיסעמיטיזם אויף א טעגליכן פארנעם. ווייל אין יענע צייטן זענען אלע פאליטישן'ס געווען פארנומען מיט "די יודן פראגע". וואס צו טון מיט די אידן. די אסימילרטע און רעפארמיסטישע אידן האבן זיך איינגערעדט אז דאס אנטיסעמיטיזם עקזיסטירט נאר צוליעב די ערליכע אידן וועלכע האלטן אן זייער ערליכן לעבנס שטייגער. איינמאל די אידן וועללן זיך אויסגלייכן מיט די גויים וועט דאס אנטיסעמיטיזם און אידן האס פארשוואונדן. און דא האט ער געזעהן אז אפילו אן אפיציר וועלכער האט געטריי געדינט זיין לאנד. און איז געקומען פון אן אסימילירטע אידישע פאמיליע, וועלכער האט שוין נישט געהאט קיין זכר פון אידישקייט, האט מען דאך ארויפגעווארפן אויף איהם אזא שמוציגן בילבול. און דאס גוי'אישע געריכט אויף וועלכן זיי האבן געלייגט אזויפיהל האפענונג האט איהם נישט געראטעוועט. פארקערט מ'האט איהם זייער ברוטאל פארשעמט פאר די גאנצע וועלט. נאר פאר די איינציגסטע סיבה ווייל ער איז א איד. האט הערצל איינגעזעהן אז די אידן מוזן האבן אן אייגן לאנד. (ער איז דאך נישט געווען קיין ערליכער איד וועלכער איז אויפגעצויגן געווארן צו גלייבן בביאת המשיח...!(

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 19, 2016 11:51 am

· #333749
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אבער ווען איהר וועט דארפן אנקומען צו איינס פון זייערע סערוויסעס וועט איהר זיך קראצן דעם קאפ, און רופן 911, און עפעס א גראבע שחור'טע (די געוועזענע טיקעט שרייבערינס אין וומסב"ג און ב.פ.) וועט ענטפערן דעם קאלל. און איהר וועט איהר מסביר זיין אז א פאר פארטא-ריקאנער שקצים'לעך האבן זיך איינגעבראכן ביי אייך אין די דירה. און זיי באראבעווען אייער פארמעגן. זי וועט אייך זיכער העלפן מיט גרויס סימפאטיע און מיטלייד און וועט תיכף שיקן די פאליס...וכו' וכו'... 😂 🙄

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:46 pm

· #333757
Re: רובאשקין: זיץ!
berlbalaguleh
די אסימילרטע און רעפארמיסטישע אידן האבן זיך איינגערעדט אז דאס אנטיסעמיטיזם עקזיסטירט נאר צוליעב די ערליכע אידן וועלכע האלטן אן זייער ערליכן לעבנס שטייגער. איינמאל די אידן וועללן זיך אויסגלייכן מיט די גויים וועט דאס אנטיסעמיטיזם און אידן האס פארשוואונדן.
(



איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו כאפסט די צוויי צוזאם אין איין אטעם. די רעפארמער האבן נישט געוואלט די זעלבע זאך ווי די אסימילאנטן ווייל ווען יא וואלטן זיי דאך נישט געווען רעפארמער. און כ'בין נישט זיכער ווי ווייט הערצל האט עס געהאלטן פאר א פאקט אז אסימילאציע קען נישט עלימינירן אנטיסעמיטיזם טעארעטיש. נאר פראקטיש וויאזוי מאכט מען דאס אין גלות און מיט א ארימע, בעיבי בומינג געזעלשאפט אין די איסט.

בעלעגלה, צו מאכן אזא סטעיטמענט איז נישט פיהל אנדערש ווי צוזאגען, "אפילו זיי זאלען זיך אנטוהן נארמאל קען מען נישט זען ווי אנטיציגיינערשאפט זאל פארשוואונדן ווערן." נישט חלילה אז איך פארגלייך די פענאמענאן נאר כ'פארגלייך דער געדאנק פון די ארגומענט. חוץ מזה וואס נאטורליך קען קען מען נישט דער מציאות טוישן אין איין דור אויף איין מאל.

"און דא האט ער געזעהן אז אפילו אן אפיציר וועלכער האט געטריי געדינט זיין לאנד. און איז געקומען פון אן אסימילירטע אידישע פאמיליע, וועלכער האט שוין נישט געהאט קיין זכר פון אידישקייט, האט מען דאך ארויפגעווארפן אויף איהם אזא שמוציגן בילבול."
ווייטער, ס'איז נאכנישט מוכרח אז דאס איז אינגאנצען בלי פשר. נאר אזוי ווי כ'האב פריערט געזאגט. מ'קען זיין א סעקולער איד און נאכאלץ לכל הדעות זיך אנרופן איד און ווערן אנגערופען איד לריעותא ולטיבותא. און צוזאמען מיט וואס כ'האב נארוואס געזאגט אז 'מ'קען דער מציאות נישט טוישן אין איין דור אויף איין מאל.' איז דאך ידוע פון אונזערע מקורות אז בשעת קצף וחרון אף דעסקרימענירט מען נישט צווישן די וואס זענען גורם בכוונה או שלא בכוונה צו די וואס פריווענטען אדער מיינען צו פריווענטן. נאר ס'איז כל העדה נאספים.

נאך א פוינט, דער היסטאריען סיימאן שאמא האב איך געהערט זיך לעצטנס אויסדרוקן אז ס'איז דא א דעה אז ס'איז די סעקולער אידן וואס דערשרעקען די מערסטע די "אנטיסעמיטן" ווייל די לעצטיגע זאגען, "העי דיך קען איך נישט דערקענען אויפ'ן אויסזעה. דו ביסט דאס דער באהאלטענער שונא צווישן אונז." איך טראכט אז מסתמא מיינט ער "די וואס מאכען זיך סעקולער. די פיקי טשוזערס. אזוי לאנג ווי עס לוינט זיך זיי. ודוק.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 19, 2016 1:05 pm

· #333758
תורה ומדע
איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.


יא ווייל טראמפ גייט פארדאנען מענטשען? מהיכן דנתני? געבעיסט אויף זיין אויפיראכץ די לעצטע דרייסיג יאהר איז ער זייער נישט פרידיקטעבל און מ׳קען זיך נישט פארלאזן אויף אים ער זאגט היינט איין זאך און מארגן זינגט ער גאר א אנדערע ניגון. אויב ווילסטו יוסטיץ רעפארם וואלסטו געדארפט שטיצן בערני סענדארס.

תורה ומדע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 1:25 pm

· #333762
אבער בערני וועט קיינמאהל נישט קיין טובה טוען א איד משום שמא יאמרו...
טראמפ איז אליין א ביזנעסמאן וואס איז שוין פיהר מאהל געגאנגען באנקראפט. ער פארשטייט די שוועריקייטען אין ביזנעס און ווי גרינג עס איז זיך צו פארפאטשקענען...

דבילה » דאנערשטאג מאי 19, 2016 1:49 pm

· #333763
berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אבער ווען איהר וועט דארפן אנקומען צו איינס פון זייערע סערוויסעס וועט איהר זיך קראצן דעם קאפ, און רופן 911, און עפעס א גראבע שחור'טע (די געוועזענע טיקעט שרייבערינס אין וומסב"ג און ב.פ.) וועט ענטפערן דעם קאלל. און איהר וועט איהר מסביר זיין אז א פאר פארטא-ריקאנער שקצים'לעך האבן זיך איינגעבראכן ביי אייך אין די דירה. און זיי באראבעווען אייער פארמעגן. זי וועט אייך זיכער העלפן מיט גרויס סימפאטיע און מיטלייד און וועט תיכף שיקן די פאליס...וכו' וכו'... 😂 🙄


פלאי פלאות ווי ס'שפייט זיך אזוי גרינג ראסיסטישע קאמענטארן אין אן אשכול וואס איז געווידמעט קעגן ראסיזם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:17 pm

· #333766
טאמבל סאס: איך וועל ענטפערן אויף דיין ערשטע נקודה. דיין קשיא איז וויאזוי מ'קען ארויסזאגן די סעקולערע, אסימיליר'טע אידן צוזאמען מיט די רעפארמער, וועלכע זענען אינגאצן באזונדערע שטרעמונגען. אמת. זייערע מעטאדן און ציללן זענען אינגאנצן אנדערש. אבער זייער אנאליז פאר די סיבה פון אנטיסעמיטיזם איז די זעלבע (פארגרייזטע).

איך נוץ דעם זעלבן ארגומענט אקעיגן די דעמאגאגישע ארגומענטן פון די פארשידענע גרופירונגען, און די נטורי חרתא בתוכם, וועלכע באשולדיגן די אזוי-גערופענע ציונים אין אלע צרות און אנטיסעמיטישע אויסברוכן וועלכע האבן באטראפן דאס אידישע פאלק פון זינט דעם חורבן ביהמ"ק ביז'ן היינטיגן טאג.

דיין 2ט'ן פוינט, אז מ'קען זיין אינגאנצן סעקולער און זיך דאך רופן איד. דאס איז א שינוי לטובה וועלכער איז נאר אנטשטאנען זייט די גרינדונג פון מדינת ישראל. ווייל די אסימיליר'טע אידן פון יענע תקופה האבן געזוכט צו פארווישן א יעדן רושם אז זיי באלאנגען צום אידישן פאלק. זיי האבן זיך געשעמט מיט זייער אפשטאם און זייער שווער געארבעט זיך אויסצוגלייכן מיט די גוי'אישע סביבה און סאסייעטי אין וועלכע זיי האבן געלעבט. ביי זיי איז געווען דער גרעסטער קאמפלימענט ווען א גוי האט זיי געזאגט אז מ'דערקענט אינגאנצן נישט אויף זיי אז זיי זענען אידן.

דיין 3'טער פוינט איז אינגאנצן ריכטיג. א טייל פון די אנטיסעמיטן, אריינגערעכנט אין דייטשלאנד, דערשרעקן זיך מער פון פרייע אידן וועלכע קומען אן צו אלע זייערע קלאבס און פארוויילונגס פלעצער. משא"כ די ערליכע אידן. ס'איז דא כמה ראיות אויף דעם. פון וואס האלאקוסט איבעלעבער האבן פארציילט. איין מעשה'לע ליגט מיר אין קאפ. אז אין אונגארן, פאר די 2'טע וועלט מלחמה, וואו ס'איז אויך געווען אן אנטיסעמיטישע פארטיי. און א געוויסער גוי, וועלכער איז געווען א פראמינענטער מעמבער און אקטיוויסט דארט. אמאל ווען א איד איז אנגעקומען פון אנ'אנדער שטאט מיט די טרעין. און ער האט זיך געוואלט אריינזעצן אין א פיאקער/וואגן, וואס איז גלייך צו א לימוזין. האט ער באמערקט אז דער דרייווער איז נישט קיין אנדערער ווי דער בארימטער אנטיסעמיטישער פיהרער פון די פארטיי. ווען ר'האט זיך דערשראקן און צוריקגעצויגן האט איהם דער דרייווער צוריקגערופן און ר'האט איהם געזאגט... דו דארפסט נישט מורא האבן פון מיר... נישט ענק, די ערליכע אידן מיינען מיר. אונז זענען נאר אקעגן די פרייע אידן וועלכע קומען אן צו אלע אונזערע פלעצער, אין די אוניווערזיטעטן און די ספארטס קלאבס, אבער צו ענק האבן מיר נישט קיין טענות...!

מפוזרי » דאנערשטאג מאי 19, 2016 3:34 pm

· #333773
Re: רובאשקין: זיץ!
@קאווע טרינקער, גוט געזאגט! אבער וואס מיינסטו מיטן אויספיר: ווי איז הערצל ווען מען דארף אים? וואס נאך ווילסטו הערן פון אים?
ב''ה די אידישע מדינה שטייט שוין און בליעט, אויב ס'איז איינעם ענג דא קען ער זיך אייביג אויפהייבן און אהינפארן, וואו מ'וועט אים אויפנעמען מיט אָפענע ארעמעס.

בן אדם » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:00 pm

· #333774
מפוזרי
@קאווע טרינקער, גוט געזאגט! אבער וואס מיינסטו מיטן אויספיר: ווי איז הערצל ווען מען דארף אים? וואס נאך ווילסטו הערן פון אים?

ער זאל זיך באגראבן פאר בושות...!
מפוזרי

ב''ה די אידישע מדינה שטייט שוין און בליעט, אויב ס'איז איינעם ענג דא קען ער זיך אייביג אויפהייבן און אהינפארן, וואו מ'וועט אים אויפנעמען מיט אָפענע ארעמעס ''מיט גאנס" כצ"ל

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:18 pm

· #333776
Re: רובאשקין: זיץ!
דער תירוץ איז אז די אייניקלעך פון די וואס האבן דעמאלטס געזאגט אז זיי דארפן נישט הערצל שרייען אצינד, וואו ביסטו מיר זעען אז דער חוזה איז געווען גערעכט. יעצט איז שוין אביסל שפעט זיך מיטצוכאפען מיט הערצל'ס וואגען. אין הכי נמי, עס איז דא אנדערע אופנים, אנדערע וועגנער עולה צו זיין אבער די יעניגע ליידן אויך אין א"י, פון זייערע אייגענע ברודער און וועמענס יקום איז געבויעט אויף די זעלבע לפנים שורת הדין/קארופציע ווי דא און פיהלן אז אנטי חרדי דיסקימענאציע וועט קיינמאל נישט פארשוואונדן. כאטש דארט הייסט עס אנדערש - אנטי דת.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:51 pm

· #333784
עממם, אי משום הא, האט דער מציאות נישט אויפגעוויזן אז הערצל'ס חלום האט אן אחיזה אין מציאות. יא, מ'איז אין א"י, אבער קארופציע און ראסיזם עקזיסטירט דארט פונקט ווי אין פראנקרייך. ועוד והוא העיקר, דער לעבען איז גארנישט מער פארזיכערט פון אכזריות'דיגע מערדער'ס ווי אין פראנקרייך אין 1903

וואלווי » דאנערשטאג מאי 19, 2016 5:40 pm

· #333789
קאווע טרינקער
"אז מען וויל: אפשר אין 50 יאר פון היינט, וועלן אידן האבן א זעלבסט-שטענדיגע לאנד" – שרייבט דער וויענער צייטונג שרייבער, בנימין וואלף הערצעל – א נבואה וואס איז פארווירקטלעך געווארן גענוי 50 יאר שפעטער, א דאנק די שאק און דערציטערניש וואס ער האט קענען געלערנט ביים מיטהאלטן דעם טרייעל פון אלפרד דרייפוס אין פאריז, בערך הונדערט און דרייסיג יאר צוריק.

דרייפוס האט געליטן, אבער פון זיין בלוט איז געווארן א ארץ זבת חלב ודבש.

וואו איז הערצל ווען מ'דארף אים?


א שיינע ארטיקעל און א גרויסען ייש"כ.

נישט עכט וועלענדיג אנרירען די סוגיא פון ציוניזם וויל איך נאר שרייבן א קליינע באמערקונג.

עס מעג זיין א אידעשע מדינה אבער אין דער ארץ זבת חלב ודבש לעקט מען קיין האניג אויך נישט און עס הערשט דארט אן אנדערע מין אנטעסעמיטיזם. וואס איז מיט פרשת ילדי תימן און די באווסטע RINGWORM סקאנדאל? אדער רעכטען פאר חרדישע אידן?
הערשט נישט דארט שנאת ישראל סיי און די היסטאריע און סיי היינט ציטאגס?

ווי איז די ציגעזאגטע משיח ווען מען דארף איהם...

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 19, 2016 5:54 pm

· #333790
תורה ומדע
אבער בערני וועט קיינמאהל נישט קיין טובה טוען א איד משום שמא יאמרו...
טראמפ איז אליין א ביזנעסמאן וואס איז שוין פיהר מאהל געגאנגען באנקראפט. ער פארשטייט די שוועריקייטען אין ביזנעס און ווי גרינג עס איז זיך צו פארפאטשקענען...


רעדסט זיך נעבעך איין אז טראמפ גייט זיין דער מושיען של ישראל ווייל ער איז געגאנגען באנקראט??? וואס דו כאפסט נישט אז מקען אין אמריקע זיין רייכער ווי קורח בשעת מ׳באנקראטירט אין גרויסן און מאיז נאכאלץ א ביליאנער מיט א בי״ת, דאס איז ספעציעל געמאכט געווארן טאקע פאר די סיבה, סאיז א געים און ליגעאל קאראפציע. טראמפ (און רובא דרובא פאליטשאונס אין וואשינגטאן) האבן נאך אין זייער לעבן נישט געפילט וואס מיינט באמת צוזיין ארים און וויאזוי ס׳פילט ווען מ׳האט נישט קיין פיאסטער אין טאש און מווייסט נישט פון ווי מ׳גייט נעמען די נעקסטע דאללער איבערצולעבן בשעת ווען מ׳האט נישט קיינעם צו וועם זיך צו ווענדען! ער קומט פון גאר א רייכע געצערטעלטע שטוב וואס קומען פונעם אויבערשטען פונעם שטייסל און ער האט נישט קיין מינדעסטע אהנונג וואס מיינט צוזיין אמתדיג Broke. און ער איז די לעצטע מענטש אויף וועמען זיך צו פארלאזן אז ער זאל פארדאנען א צווייטען! אויב וואלט ער געקענט און געהאט די פאוער וואלט ער דיך מיט דיין גאנצע משפחה פארקויפט פאר עבדים ושפחות אויב ספעלט אויס פאר זיינע צוועקן אדער אפילו נאר פאר ״זיין איגאו״!

אויב גלייבסטו איין מינוט אז אים גייט אן אז רובאשקין זיצט אין תפיסה און אז ער גייט עפעס טוען פאר זיינעט וועגן ווען ער גייט זיין פרעזידענט האסטו א ריזיגע טעות לדעתי.

משא״כ לויט בערני׳ס פלאן אז מ׳גייט ריפארמען די גאנצע יוסטיץ און פריזאון סיסטעם וועט יעדער הנאה דערפון אידן און גוים צוגלייך.

תורה ומדע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:06 pm

· #333793
עס איז דאך א אידישע מדינה מיט הונדערטער טויזענטער שומרי תומ"צ כן ירבו,
כמעט נישט קיין התבוללות,
די בעסטע ישיבות,
די שענסטע חסידישע חצרות,
די גרעסטע גאונים,
די געלונגעסטע פוסקים,
די באקאנסטער ספרים שרייבער,
די מערסטע קירוב רחוקים ארגאנען,
די הייליגסטע מקומות הק'
די איינסיקטער פלאץ מקיים צו זיין מצוות התלויות בארץ
וואס נאך ווילט איהר?

תורה ומדע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:09 pm

· #333794
שבת אחים
תורה ומדע
אבער בערני וועט קיינמאהל נישט קיין טובה טוען א איד משום שמא יאמרו...
טראמפ איז אליין א ביזנעסמאן וואס איז שוין פיהר מאהל געגאנגען באנקראפט. ער פארשטייט די שוועריקייטען אין ביזנעס און ווי גרינג עס איז זיך צו פארפאטשקענען...


רעדסט זיך נעבעך איין אז טראמפ גייט זיין דער מושיען של ישראל ווייל ער איז געגאנגען באנקראט??? וואס דו כאפסט נישט אז מקען אין אמריקע זיין רייכער ווי קורח בשעת מ׳באנקראטירט אין גרויסן און מאיז נאכאלץ א ביליאנער מיט א בי״ת, דאס איז ספעציעל געמאכט געווארן טאקע פאר די סיבה, סאיז א געים און ליגעאל קאראפציע. טראמפ (און רובא דרובא פאליטשאונס אין וואשינגטאן) האבן נאך אין זייער לעבן נישט געפילט וואס מיינט באמת צוזיין ארים און וויאזוי ס׳פילט ווען מ׳האט נישט קיין פיאסטער אין טאש און מווייסט נישט פון ווי מ׳גייט נעמען די נעקסטע דאללער איבערצולעבן בשעת ווען מ׳האט נישט קיינעם צו וועם זיך צו ווענדען! ער קומט פון גאר א רייכע געצערטעלטע שטוב וואס קומען פונעם אויבערשטען פונעם שטייסל און ער האט נישט קיין מינדעסטע אהנונג וואס מיינט צוזיין אמתדיג Broke. און ער איז די לעצטע מענטש אויף וועמען זיך צו פארלאזן אז ער זאל פארדאנען א צווייטען! אויב וואלט ער געקענט און געהאט די פאוער וואלט ער דיך מיט דיין גאנצע משפחה פארקויפט פאר עבדים ושפחות אויב ספעלט אויס פאר זיינע צוועקן אדער אפילו נאר פאר ״זיין איגאו״!

אויב גלייבסטו איין מינוט אז אים גייט אן אז רובאשקין זיצט אין תפיסה און אז ער גייט עפעס טוען פאר זיינעט וועגן ווען ער גייט זיין פרעזידענט האסטו א ריזיגע טעות לדעתי.

משא״כ לויט בערני׳ס פלאן אז מ׳גייט ריפארמען די גאנצע יוסטיץ און פריזאון סיסטעם וועט יעדער הנאה דערפון אידן און גוים צוגלייך.


בערני איז א קאמאניסט

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:21 pm

· #333797
Re: רובאשקין: זיץ!
תורה ומדע, ארץ ישראל איז א פיינע לאנד און געוואלדיגע גוטע זאכען זענען ארויס פון די התחדשות פון דער אידישע ישוב דארט. אבער צו הערצל'ס פראבלעם און זיין לעזונג דערצו האט עס נישט. סך הכל האט ער אויפגעוויזען אז התבוללות איז נישט קיין ישועה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 20, 2016 8:03 am

· #333830
Re: רובאשקין: זיץ!
ליטוואק פון בודאפעסט
עממם, אי משום הא, האט דער מציאות נישט אויפגעוויזן אז הערצל'ס חלום האט אן אחיזה אין מציאות. יא, מ'איז אין א"י, אבער קארופציע און ראסיזם עקזיסטירט דארט פונקט ווי אין פראנקרייך. ועוד והוא העיקר, דער לעבען איז גארנישט מער פארזיכערט פון אכזריות'דיגע מערדער'ס ווי אין פראנקרייך אין 1903



גייסטו יעצט אריין אין א נייע פראבלעם וואס קענען מיר טוהן צו שליכטן די פראבלעמען וואס פלאגט מדינת ישראל ווי אלע מדינות. דאס איז נאכנישט קיין תירוץ גענצליך אוועקצומאכן הערצל'ס חלום בשעת ווען מיר זיצן אין א מדינה לא לנו און שוויצן אומזינסט אין א נחלת זרים. לכה"פ איז דארטן דיין לעבן נישט קיין ציהל נארווייל דו ביסט א איד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 20, 2016 8:17 am

· #333831
Re: רובאשקין: זיץ!
קארעקשאן: ער האט אויפגעוויזן אז 'אינדיווידועלע' התבללות וועט נישט לעזן און נישט ווייל ס'וועט טאקע נישט לעזן נאר ווייל דא הערשט א געוויסער צעמישעניש. די געליטענע זענען זיך טאקע מתבולל אבער ווייל
די לעצטע קימערן זיך מער נישט טוען די פריש אנגעקומענע אויפ'ן סצענע זיך פארופן אויף די מתבוללים לאמר: "קוק, מיר זענען זיך מתבולל און פונדעסטוועגן לייזט עס נישט די פראבלעם." ווי דער כולל אינגערמאן וואס זאגט, קוק ווי קלוג מיר זענען, מיר האבן קאנטריביוטעד א איינשטיין. נאר צוזאגן א מינוט שפעטער, וואס איז נעבעך געבליבן פון זיי אלע. זייערע קינדער ווייסן שוין נישט פון קיין אידישקייט צוזאגן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 20, 2016 8:42 am

· #333832
Re: רובאשקין: זיץ!
קודם כל, דארט איז דיין לעבען יא א ציל פאר'ן זיין א איד.
צווייטענס, וואס איז דער נ"מ צו מ'זיצט אין תפיסה אין אמעריקא צו אין א"י? מיט וואס מיינט מען אז דער געזעץ און מדינה דארט פיהרען לייכטער צו א זעלבסשטענדיגע אידישע לעבען? איך זעי מעלות און חסרונות אין ביידע, און קיין ענדגילטיגע פסק האב איך נישט. דארט מוז מען גייען אין מיליטער צו זיין אן אנשטענדיגע מענטש, הנהנה מיגיעת כפו וקובע זמנים ללמוד. מיליטער איז קלאר א פגם אין דער מענטשהייט, הן מצד הפסיכולוגי הן מצד המדות, ופשוט. דארט האט מען אויפגעשטעלט אזא מין סאציאליסטישע ווערטשאפט, אז לעבען באשיידענעהייט און ציען א נארמאלע חיונה איז באלד אוממעגליך. אמעריקא, מיט איהר קארופציע'ס, לאזט פיהל שנעלער בויען אן אייגענעם ווערטשאפט.
ווידער אבער, דארט איז דא מער אידישקייט אין גאס, און דער לעבענסשטייגער אנערקענט אידישע פליכטען פיהל מער ווי דאהי.
בקיצור, א לעזונג דארף מען אבער נישט דאס איז עס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

תורה ומדע » פרייטאג מאי 20, 2016 9:29 am

· #333833
ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע, ארץ ישראל איז א פיינע לאנד און געוואלדיגע גוטע זאכען זענען ארויס פון די התחדשות פון דער אידישע ישוב דארט. אבער צו הערצל'ס פראבלעם און זיין לעזונג דערצו האט עס נישט. סך הכל האט ער אויפגעוויזען אז התבוללות איז נישט קיין ישועה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

זייטס מוחל ר' ליטוואק, אבער אהן דר. הרצל וואלטן נישט עגזיסטירט די תמכין דאורייתא ווי די צה"ל און די משרדים וואס פראטעקטען און שפייזען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען. נאך מער נאך דער שואה האבען אידען נישט געהאט ווי זיך אהין צו קערען, והדברים עתיקין..

גאנצל » פרייטאג מאי 20, 2016 1:09 pm

· #333873
פארוואס טוט טאקע דער אידישע מדינה זיך נישט אננעמען פאר רובאשקין ?

און בכלל איז דען נישט געווען דער פלאן פון דר. הערצל אז אנטי סעמיטיזעם זאל קומען צו אן ענדע דורך זיין מדינה און זעלבסשטענדיקייט ?

מר. קאווע טאמער חלילה ס'ברעכט אויס א מלחמה ספעשיל מיט איראן אדער אזעלעכס גייט דר. הערצל'ס מדינה זיין די פלאץ צו אנטלויפן

און ביי די וועי דריק איך אויס מיין מחאה פאר אזעלכע ווערטער וואס האט אין זיך א כפירהדיגע געדאנק

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 20, 2016 1:10 pm

· #333874
וואס האט רובאשקין געטוהן פאר די מדינה זיי זאלן זיך אננעמען פאר איהם?

גאנצל » פרייטאג מאי 20, 2016 1:15 pm

· #333879
הייסט די אידישע מדינה וואס האט זיך אויפגעשטעלט אך ורק צו העלפן אידן האט א תנאי קודם וועם זיי העלפן.......... נישטא ווער ס'זאל לאכן

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 20, 2016 1:38 pm

· #333889
יעצט קומסטע? ווי זאגט דער פסוק. ווען איך האב געוואלט האסטו נישט געוואלט וכו'
דער אמת איז אבער אז זיי נעמען נאך אן. ס'איז נאכנישט צו שפעט. נאר אז מ'וואוינט אין האוואי (?) על סיר הבשר און מ'איז נישט אינטרעסירט דורש צו זיין בשלומה של ארצינו, מיט וואס ביסטע א מחותן? פלוצלונג ווען מ'פאלט אריין אין פראבלעמען זוכסטו מיר אויף? אצינד סיריעסלי, וויאזוי ווילסטו ישראל זאל אים העלפן. כבין בטוח דו האסט גערעדט סארקאסטיש אמת?

גאנצל » פרייטאג מאי 20, 2016 3:50 pm

· #333897
איך האב אוודאי געמיינט סארקאסטיש וועלנדיג ווייזן דערמיט אז די גאנצע פוינט פון די אשכול איז סארקאסטיש........

בן אדם » פרייטאג מאי 20, 2016 5:07 pm

· #333899
תורה ומדע
אבער אהן דר. הרצל וואלטן נישט עגזיסטירט די תמכין דאורייתא ווי די צה"ל און די משרדים וואס פראטעקטען און שפייזען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען. .

סאו פארוואס דרייען זיי זיך דא רוב ימות השנה פאר געלט אויב מ'שפייזט זיי דארט?

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 20, 2016 5:20 pm

· #333900
בן אדם
תורה ומדע
אבער אהן דר. הרצל וואלטן נישט עגזיסטירט די תמכין דאורייתא ווי די צה"ל און די משרדים וואס פראטעקטען און שפייזען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען. .

סאו פארוואס דרייען זיי זיך דא רוב ימות השנה פאר געלט אויב מ'שפייזט זיי דארט?

טאקע נאר די וואס זעהן נישט איין הערצל'ס אויפטו קומען דא פאר געלט

בן אדם » פרייטאג מאי 20, 2016 5:55 pm

· #333905
איך האב מיך באצויגען צו די פריערדיגע וואס האבן געזאגט אז די מדינה זענען די תומכין דאורייתא און ווען נישט זיי איז נישט דא קיין אידישקייט וכו' וכו'

אה, זיי שטעלן דאך אויך צו בונקערס...

טאמבל סאס » זונטאג מאי 22, 2016 7:39 am

· #333945
Re: רובאשקין: זיץ!
ליטוואק פון בודאפעסט
קודם כל, דארט איז דיין לעבען יא א ציל פאר'ן זיין א איד.
וואס איז דער נ"מ צו מ'זיצט אין תפיסה אין אמעריקא צו אין א"י? מיט וואס מיינט מען אז דער געזעץ און מדינה דארט פיהרען לייכטער צו א זעלבסשטענדיגע אידישע לעבען? איך זעי מעלות און חסרונות אין ביידע, און קיין ענדגילטיגע פסק האב איך נישט. דארט מוז מען גייען אין מיליטער צו זיין אן אנשטענדיגע מענטש, הנהנה מיגיעת כפו וקובע זמנים ללמוד. מיליטער איז קלאר א פגם אין דער מענטשהייט, הן מצד הפסיכולוגי הן מצד המדות, ופשוט. דארט האט מען אויפגעשטעלט אזא מין סאציאליסטישע ווערטשאפט, אז לעבען באשיידענעהייט און ציען א נארמאלע חיונה איז באלד אוממעגליך. אמעריקא, מיט איהר קארופציע'ס, לאזט פיהל שנעלער בויען אן אייגענעם ווערטשאפט.
ווידער אבער, דארט איז דא מער אידישקייט אין גאס, און דער לעבענסשטייגער אנערקענט אידישע פליכטען פיהל מער ווי דאהי.
בקיצור, א לעזונג דארף מען אבער נישט דאס איז עס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


ווען די מאכסט א סטעיטמענט ברויכסטו עס אויך ערקלערן מיט סברא. ווען א איד ליידט אין חוץ לארץ פון די געזעץ אויטאריטעטן, א פרייער צו א רובאשקין איד קען איך הערן א טענה פון בלינדע אנטיסעמיטיזם. אבער ווען דער געזעץ טשעפעט זיך אהן אין א איד אין ארץ ישראל אז שווערער צו פארדייען אזא טענה. ווייל אלע זענען דאך אידן. הער איך איינער טענה'ן, שכוח, ווייל דא איז עס צווישן אידן און גוים און דארט איז עס צווישן פרומע און פרייע. איז קודם כל, ס'איז נישט אזוי סימפל. טשעפען זיי זיך דען מיט אלע פרומע? נאכדעם, איז עס שוין מער נישט א טענה פון בלינדע אנטיסעמיטיזם. דארף מען באטראכטן און בודק זיין בשל מה הרעה הזאת און צו ס'איז דא עפעס וואס מ'קען זיך פארבעסערן. און דאס איז אויף ביידע זייטן געזאגט. ווייל אז אלע זענען גלייכע בירגער האבן ביידע א רעכט צו פארלאנגען פארבעסערונג. משא"כ אין גלות. הייסט דאס אז מ'מאכט נישט אידן קיין ציהל אין ישראל בלויז פאר'ן זיין א איד און קיינמאל צוליב דאס אליינס. צווייטענס זאגסטו, דארט איז פיהל שווערער צו לעבן ווי אן ארנטליכער מענטש און מען דארף צופיהל טראכטן פון אנדערע. אמעריקע ערלויבט צו זיין מער סעלפיש. האב איך גוט פארשטאנען? קען זיין, אבער מיט סעלפישקייט קומט אויך מער אפאטיע און אינדיפערענץ פון דיינע שכנים. אלענפאלס זעה איך נישט ווי אזוי דאס האט דירעקט א שייכות צו דעם שמועס. וואס איז צו כלפי אנטיסעמיטיזם און מאטיריעל פארבעסערונג, איז הערצל'ס רעזולוציע נאכאלץ תלוי ועומד אדער נישט.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

תורה ומדע » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:45 pm

· #391725
תורה ומדע
איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.

דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:02 pm

· #391752
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פונקטליך אזוי האבן די יעקישע יאהודים אין דעם מוטערלאנד דויטשלאנד געזאגט און געטראכט. (און געטון). דארט זענען געווען אסט יודען. אבער מיר זענען דאך ניכט קיין שמוציגע אסט-יודען. נאר געטרייע דייטשע בירגער. איי היטלער מיט זיין גרופ. די קאורטס, וועלכע זענען ממילא פול מיט יאהודים, וועללן שוין קעיר נעמען פון איהם. ס'איז דאך דא א קאנסטיטוציע אין אזא דעמאקראטיש לאנד ווי די וויימאר רעפובליק...! נו, אונז זעהמיר דאך מיט וואס די אלע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט. ס'האט גענומען א קריסטאלל נאכט אויפצו וועקן די דייטשע אידן. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:07 pm

· #391755
תורה ומדע
תורה ומדע
איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.

דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!

...שנאמר. יהללוך זר. ולא...פיך. פי'' אויב קיינער לויבט דיך נישט, זאלסטו דיך אליינס לויבן...!

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:28 am

· #391777
berlbalaguleh
תורה ומדע
תורה ומדע
איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.

דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!

...שנאמר. יהללוך זר. ולא...פיך. פי'' אויב קיינער לויבט דיך נישט, זאלסטו דיך אליינס לויבן...!

דאס איז א מהרש"א, כמדומה לי אין מס' מגילה

חקרן » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 12:21 am

· #391877
איי שבת-אחים, וואו ביסטו אזוי געפאלן??? - ווי אזוי האסטו געקענט שרייבן אז טראמפ איז דער לעצטער מענטש וואס וועט פארדענען ר' שלום מרדכי... זעסטעך וואס איז געשען...

אבי מ'קען זיך טשעפענען אין פרייליכע אומשטענדן... דו וואלסט געקענט באשטיין צו זיין נישט גערעכט, והנה... ברוך הויה פאר דעם.

אביסעל שכל » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 12:33 am

· #391878
berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פונקטליך אזוי האבן די יעקישע יאהודים אין דעם מוטערלאנד דויטשלאנד געזאגט און געטראכט. (און געטון). דארט זענען געווען אסט יודען. אבער מיר זענען דאך ניכט קיין שמוציגע אסט-יודען. נאר געטרייע דייטשע בירגער. איי היטלער מיט זיין גרופ. די קאורטס, וועלכע זענען ממילא פול מיט יאהודים, וועללן שוין קעיר נעמען פון איהם. ס'איז דאך דא א קאנסטיטוציע אין אזא דעמאקראטיש לאנד ווי די וויימאר רעפובליק...! נו, אונז זעהמיר דאך מיט וואס די אלע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט. ס'האט גענומען א קריסטאלל נאכט אויפצו וועקן די דייטשע אידן. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!


לידיעה בעלמא ס'נישט גיווען צו שפעט רוב דייטשע אידן זענען אנטלאפן באצייטענס

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 3:45 pm

· #391900
שמעון וואלף
berlbalaguleh
תורה ומדע
תורה ומדע
איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.

דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!

...שנאמר. יהללוך זר. ולא...פיך. פי'' אויב קיינער לויבט דיך נישט, זאלסטו דיך אליינס לויבן...!

דאס איז א מהרש"א, כמדומה לי אין מס' מגילה

שמעון וואלף: מ'קען געבן א לייק בתנאי. מיט א קוועסטשן מארק...?! בכל אופן איז עס א גוט ווערטל...!

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 3:50 pm

· #391901
אביסעל שכל
berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פונקטליך אזוי האבן די יעקישע יאהודים אין דעם מוטערלאנד דויטשלאנד געזאגט און געטראכט. (און געטון). דארט זענען געווען אסט יודען. אבער מיר זענען דאך ניכט קיין שמוציגע אסט-יודען. נאר געטרייע דייטשע בירגער. איי היטלער מיט זיין גרופ. די קאורטס, וועלכע זענען ממילא פול מיט יאהודים, וועללן שוין קעיר נעמען פון איהם. ס'איז דאך דא א קאנסטיטוציע אין אזא דעמאקראטיש לאנד ווי די וויימאר רעפובליק...! נו, אונז זעהמיר דאך מיט וואס די אלע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט. ס'האט גענומען א קריסטאלל נאכט אויפצו וועקן די דייטשע אידן. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!


לידיעה בעלמא ס'נישט גיווען צו שפעט רוב דייטשע אידן זענען אנטלאפן באצייטענס

א ביסל שכל: דו ביסט גערעכט. ס'איז נישט געווען צו שפעט. פון די זייט פון די נאציס,ימ"ש. זיי האבן נאך געלאזט די אידן עמיגרירן פן דייטשלאנד. פארשטייצעך, בעירום ובחוסר כל. אבער אין 1938/39, ביז'ן אויסברוך פון די 2'טע וועלט מלחמה האבן די אידן נישט געהאט וואואהין צו אנטלויפן. ווייל כמעט קיין איין מדינה האט זיי נישט געוואלטן אריינלאזן.

די סטאטיסטיק אז רוב דייטשע אידן האבן זיך געראטעוועט ווייס איך נישט...!