☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » 100 יאר נאך שלום עליכם

100 יאר נאך שלום עליכם

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10505

לאשיצער » מיטוואך מאי 18, 2016 8:17 am

· #333531
100 יאר נאך שלום עליכם
היינט י' באייר מערקט מען אפ דעם הונדערטסטן יארצייט פון דעם גרויסן קלאסיקער פון דער אידישער ליטעראטור שלום עליכם. האב איך געוואלט עפענען דעם אשכול כדי אז די וואס האבן אים שוין געליינט וועלן דא קענען שרייבן וועגן זייערע באליבסטע ווערק. איך האף אז די פון אייך וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו פארזוכן דעם טעם פון דעם גרויסן שרייבערס וואונדערליכע מעשיות, רייכער שפראך און אומפארגעסליכע העלדן (טביה דער מילכיגער, מנחם מענדל, מאטל פייסי דעם חזנ'ס און פיל אנדערע) וועלן יעצט קענען נאשן פון זיינע שאפונגען.

וויל איך אנהייבן דעם אשכול מיט א שטיקל וואס איז מיר זייער טייער. דאס איז שלום עליכמ'ס "פיר קשיות פון אן 'אמעריקאן באי'".
אין דעם קורצן ווערק קען מען זען בפירוש וואס פאר א הומאריסט און פאראדיסט ער איז געווען, און ווי טיף און ערנסט ער האט זיך אריינגעטראכט אין די פראבלעמען פונעם אידישן פאלק אין אמעריקע.
📎 פיר_קשיות.pdf

אביתר פריעדמאן » מאנטאג מאי 23, 2016 5:54 pm

· #334221
גאנץ אינטערסאנט הגם איך זעה נישט עפעס מוראדיג אינעם בלעיטיל וואס איר ברענגט כמיין לדעתי קען מען טרעפן דא אין שטיבעל גענוג און נאך אזעלעכע שריפטען אבער זאפטיג איז עס זיכער און היסטאריש אויכעט
איינער ווייסט וואס סמיינט די ווארט ''ווודוווירק'' ? ("די ווינדעס געקלינט, די ווודוווירק איבערגעוואנישט,")

מפוזרי » מאנטאג מאי 23, 2016 6:49 pm

· #334229
Re: 100 יאר נאך שלום עליכם
וואוּדוואָרק, אזוי וואלטן מיר עס היינט געספעלט.
פונעם ענגלישן woodwork.