אשכול אן א טיטל #10501 139 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10501
טאמבל סאס ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי? Sent from my SM-G903F using Tapatalk
יא קענען שווימען העלפט, די כוואליעס פארשלעפן טיף אריין אין וואסער אבער מען קען עס איבערלעבן. די איינציגסטע זאך וואס מטאר נישט איז שווימען אקעגן דעם כוואליע.
VIDEO
מ'דארף האבן אן על כל גל וגל נענעתי ראשי אטיטוד. מיינט דאס אז זיי האבן נישט געקענט שווימען? איז דא יעצט האפענונג אז פון די ערשטע עקסערסייזעס וואס מ'וועט אינטרעדוסן אין "פיזיקעל אקטיוועטי" אין אונזערע חדרים וועט זיין א קביעות'דיגע שווים לעסאן? א טריפ צום ביטש?
@ביבער , זייער נוצליך די ווידאו. קוק וואס אביסל אינטערנעט קען אויפטוהן.
פארוואס ווען איך בין געגאנגען צו די ביטש איינמאל, און כ'האב פרובירט אריינצוגיין האבן מיך די כאוואליעס יעדעס מאל ארויפגעווארפן? אויך ווען מען קוקט אויפ'ן ביטש, קוקט אויס ווי די כוואליעס קומען שטארק אויף ארויס און לייכטער אויף אריין, ניין?
טאמבל סאס ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי? Sent from my SM-G903F using Tapatalk
געב א קוק ווי אזוי זאכן פארען. קודם האט יעדער געשריבן אז עס איז געווען אויף א שיף און עס איז אפילו ארומגעגאנגן א בילד פון א רעטונגס שיפל ביי די זייט פון א קליינע מאטאר שיפל (שוין געמעקט) ,שפעטער האט מען געשריבן אז זיי זענען געשווימן ביי די ביעטש וואס פון דעם האט זיך אנטוויקעלט א שמועס אז עס איז א באקאנטע נאד ביעטש. וואס האט געברענט איך זאל פרעגן וואס זיי זוכן דארט און איך בין מודה אז איך וואלט נישט געדארפט שפרינגן און געמעגט ווארטן ביז זאכן קלארן זיך אויס. אויף או''ו האט איינער געפרעגט וואס איז די בושה אז זיי זענען געגאנגן שיפלען ,עפעס נאר רבנים מעגן? אבער כמובן האט מען עם תוכ''ד געמעקט. א צווייטער חכם אויף או''ו האט געשריבן אז זיי האבען גאר 'שפאצירט' ביים בארטן און א כוואליע האט זיי פארשוועמט (אויך שוין געמעקט).
ווען ר' חיים ברייש פון לאנדאן איז אפאר יאר צוריק געשטארבן אויף די זעלבע אופן (אינטרעסאנט איז קיינער האט נישט געלערנט קיין לעסאן דערפון. אפשר ווייל מ'האט אזויפיהל געמעקט) האט מען זיך געווערטלט אז זייענדיג אזוי פארטיפט אין טראכטן האט ער בטעות אריינשפאצירט אין ים. (כידוע, זאגט מען דאך אויף אים א ווערטל צו ממשיל זיין דער אבסענט מיינדעדנעס מיט וואס ער איז געווען נאטאריעס פאר, אז אויב האט ער אריינגעוואקט אין א שטאנג פארטראכטערהייט, האט ער זיך אנטשולדיגט.)
טאמבל סאס מ'דארף האבן אן על כל גל וגל נענעתי ראשי אטיטוד. מיינט דאס אז זיי האבן נישט געקענט שווימען? איז דא יעצט האפענונג אז פון די ערשטע עקסערסייזעס וואס מ'וועט אינטרעדוסן אין "פיזיקעל אקטיוועטי" אין אונזערע חדרים וועט זיין א קביעות'דיגע שווים לעסאן? א טריפ צום ביטש?
וואס פעלט עס אויס אויב "ביי אונז" שווימט מען נישט ביים בארטן? קול מבשר זאגט קלאר אז זיי האבן שפאצירט דערנעבן, וואס איז א שטיקל סתירה מיט "בחצרות סאטמאר", די אפיציעלע קוואל פון אומצענזורירטע און אומבאפיצטע סאטמארע נייעס, וועלכע פארשפרעכט אז די אידן זענען געפארן אויף א שיף. ווער איז דא געשווימען?
אלס ווייסער טאמבל סאס ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי? Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז שרייבעריש לשון, מען שרייבט נישט ״זיי זענען געפארן אויף א שיף״
איך זע נישט די שרייבערישקייט דערפון. איך זע דאס א ווערטער שפיהל. דארפסט א בעסערע לשון? "ווען א קבוצה היימישע אידן זענען געווען אויף א שיף" אויב ווילסטו נישט זאגן כאטש האלבער אמת: "ווען א קבוצה היימישע אידן האבן פארוויילט אויף א שיף."
סתם אזוי, די איבריגע ווייזט וואספארא שוואכער קאליבער געשריבנס דאס איז. קודם, א זאץ וואס איז אזוי לאנג אז אפ' מיט א ואת אספתא אטעם קען מען איר נישט לייענען.
נאכדעם, אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי די פאלגענדע מאכט סענס: "איבער די שרעקליכער טראגעדיע.....האט פאסירט ווען א קבוצה היימישע אידן האבן זיך געפונען אויף א שיף ווען אינצווישן האט א אומגערישטע ווילדע כוואליע פארכאפט דעם שיף" אינצווישן וואס?
אויך, וואלט זיך נישט בעסער געפאסט א 'און' בעפאר 'אינצווישן' אנשטאט א 'ווען'?
ווייטער, ווי אזוי קומט פון א אומגערישטע כוואליע וואס פארכאפט א שיף, צו צוויי מענטשן פון פינעף זיך צו דערטרענקען? פעלט נישט דער עיקר פון די מעשה? האסט געוואלט רעדן שרייבעריש....
טאמבל סאס ווען ר' חיים ברייש פון לאנדאן איז אפאר יאר צוריק געשטארבן אויף די זעלבע אופן (אינטרעסאנט איז קיינער האט נישט געלערנט קיין לעסאן דערפון).
ר' חיים האט געוואלט כאפן א טבילה. (נישט יעדער איז אויף דער מדריגה).
יא, און ר' חיים פרנס האט געוואלט הערן חק לישראל. די וואונדער איז נישט אויף ר' חיים פרנס, די וואונדער איז אויף ר' יונה אז ער האט נישט געפונען א בעסערע מקום תורה וואו פארצולערנען.
טאמבעל, אביסעל מיטגעפיהל מיט די משפחה מעגסטו האבן, ווי שוין געבעטן אין אנדערע אשכולות, האלט דיין חכמה כאטש ביז נאכן באערדיגן. א דאנק.
טאמבל סאס ווען ר' חיים ברייש פון לאנדאן איז אפאר יאר צוריק געשטארבן אויף די זעלבע אופן (אינטרעסאנט איז קיינער האט נישט געלערנט קיין לעסאן דערפון. אפשר ווייל מ'האט אזויפיהל געמעקט) האט מען זיך געווערטלט אז זייענדיג אזוי פארטיפט אין טראכטן האט ער בטעות אריינשפאצירט אין ים. (כידוע, זאגט מען דאך אויף אים א ווערטל צו ממשיל זיין דער אבסענט מיינדעדנעס מיט וואס ער איז געווען נאטאריעס פאר, אז אויב האט ער אריינגעוואקט אין א שטאנג פארטראכטערהייט, האט ער זיך אנטשולדיגט.)
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די פרעגסט, וואס איז שייך זיך צו לערנען א לעסאן, ווען איינער ווערט געהארגעט דורך א עקסידענט איז שייך צו פרעגן אז ער וואלט געדארפט וויסן, ס׳איז דאך א "עקסידענט״ ניין, ?
וואס טייטשט די ווארט עקסידענט ?
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? האסט נישט געזען די גרויסע סיינס נשים אויף די אנדערע זייט? אנטשולדיגט.. כ'מיין... אז מ'זאל נישט שווימען און נאו לייף גארד אן בארד?
פליקער די ביעטש איז געאייגנט פאר חרדים ווייל דארט איז נישט דא קיין לייף גארד, דעריבער גייען קיין גויים נישט
דארט בדרך כלל, איך בין דארט ביי די פלאץ געשווימען פילע מאל, געטראפן דארט גרויסע רבנים שוין און מיר האבן געפלאטשקעט בענעזאם.
איך בעיט איצט ביים בורא עולם אז מען זאל פארגעסן שנעל די מעשה, כדי איך זאל נאך זוכה זיין דארט צי קענען שווימען מיט מנוחה.
יא אמת דערנעיבן איז דא א נוד ביעטש וואס קיין
נארמאלער מאנטש
גייט נישט אהין, עס דערמאנט מיך א מעשה ווי איינמאל האב איך אריין געבלאנדזשעט און די ראנג עקזיט, דארט ווי מען פארקט צי גיין צים נוד ביעטש, דער פערזאן וואס נעמט געלט צי פארקן קוקט מיך אן און פרעיגט מיר האלא וואס זיכסטו דא, איך זאג אים סייסט איך קום דאך דא כסדר, אה אה פיץ אפ ווי שנעלער זאגט ער מיר דא איז פארהאן א נוד ביעטש, איך האב אוועקגעשמיסן פון דארט.
די מיינסט נארמאלער מענטש האב איך גוט געליינט ?
וואס איז גיין צו א נוד ביטש זיך סותר מיט נארמאלקייט
מ'גייט נישט אנגעטוהן דארט. נארמאלע מענטשן גייען יא. Sent from my SM-G903F using Tapatalk
טאמבל סאס וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? האסט נישט געזען די גרויסע סיינס נשים אויף די אנדערע זייט? אנטשולדיגט..כ'מיין...מ'זאל נישט שווימען און נאו לייף גארד אן בארד? Sent from my SM-G903F using Tapatalk
וואלט זיך געדארפט לערנען פון חיים ברייש שרייבסטו, האסט נישט געשריבן ער וואלט זיך געדארפט לערנען פונעם טאוועל.
טאוולען זענען נאר פאר גוים Sent from my SM-G903F using Tapatalk
זיי זאגן יעצט אז נאך גרויס שתדלנות איז זיי געלונגן צו ערלעדיגן אז די מעדיקל עקזעמינארס זאלן אריין קומען זייגער 12
טאמבל סאס טאוולען זענען נאר פאר גוים Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אונז אידן בפרט חסידישע אידן האבן א קרענק פון איבערקליגן די סיסטעם, די אלע גאווערמענט ווארינגען איז דאך שטותים! און זייער גרעסטע ראי׳ איז אז די אלע רעגולאציעס איז דאך געמאכט דורך גוישע קעפ וואס גלייבן אין די אזויגערופנע ״גלאובל ווארימינג״ באבע מעשיות! אונז זענען קלוגער פון א יעדעם און די אלע רעגיולאציעס איז בכלל נישט פאר אונז געזאגט געווארן! אונז לעבן אין Jew Land (נוסח סקווירא) און אונז מאכן אונזערע אייגענע געזעצן און דינא דמלכותא דינא איז פאר אונז נישט געזאגט געווארן פארדעם טאקע זענען מיר אין די נייעס יעדע שני וחמישי מיט אונזערע גניבות און שטיקלעך ווייל מיר זענען עקסעמפט פון איינהאלטן די שטאישע געזעצען, נישט אונז מיינט מען! און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס סאיז דא אזויפיל אנטיסעמיטן... הייבטס ענק אן אויפירן ווי נארמאלע מענטשען און זייט נישט קיין אויבער חכמים!
באשרייבונג איבער די פארמעגן פונ'ם נפטר. בכלל נישט אקוראט אבער אינטערעסאנט
שמעקעדיג כשזה קם זה נופל, ווען דער ראש הקהל ווערט נפטר, שטייט שעפטל אויף תחיית המתים. וואו ביסטו א גאנץ יאר? ואס ווארטסטו אויף טראגעדיעס? שוין, וואס רעד איך יעצט זייטיגע זאכן. אינאיינעם מיט כלל ישראל בין איך שאקירט און צושאסן פון די בשורה רעה ה"י, וואס האט פאסירט פון איין מינוט אויפן צווייטן. דער באשעפער זאל טרייסטן אלע אידן און די משפחה בפרט, און מהיום והלאה זאל מען שוין נישט דארפן טרייסטן, יעדער זאל געזונטערהייט אויסלעבן זיינע 90 יאר אמן.
הערה כללית: אויף די נאכנישט געפרעגטע קשיא. פארוואס איך טייל אזויפיהל לייקס...?!
דער תירוץ איז. אז כ'האב מיך אפגעלערנט א מוסר השכל פון די היינטיגע שרעקליכע טראגעדיע. און כ'האב אנגעהויבן צוטיילן מיין פארמעגן. מיינע נכסים און באשטייען פון 5 פאר הויזן (חוץ די שבת און יו"ט'דיגע) 2 פעק שליסלעך און לייקס. פון וואס כ'האב ב"ה בשפע. האביך מחליט געווען אז איך וועלל בלי"נ אנהייבן טיילן ביד רחבה. מ'קען מיך טרעפן א יעדן טאג ביי מנחה-מעריב אין---- ביהמ"ד. אלע ארץ ישראל'דיגע יודן און זייערע דרייווערס וועלכע זענען אינטרעסירט קענען קומען צו מיר נאך א פאר לייקס. אויך אויף קאווע שטיבל וועלל איך בלי"נ אנהייבן טיילן לייקס לכל הפושט יד (און נישט ח"ו דארפן זיין א פושט רגל... 2
ק/פ איך בין גאר ווייט פון אן ארוני, אבער איך קען דיר זאגן אז די דריי מאל וואס איך בין געווען אין פלארידא דעם ווינטער האט ר' יצחק אדער ר' חיים און להבדיל בין חיים לחיים זיין ברודער יודא קיינמאל נישט פארפאסט דעם ערשטן מנין שחרית, זיי זענען געזיצן א גרויסע מערהייט פונעם טאג איבערן גמרא און געלערנט אין קערעסטירער ביהמ"ד. זיי זענען נישט סתם געפארן פאר שאוילטאג, זיי זענען גרויסע ביזנעסלייט וואס זענען געפארן זיך אביסל אויסקלארן דעם קאפ, אוועק פונעם גאנצן טומל. ווער ס'קען זיך גוט אויס אין פלארידא ווייסט אז יענע ביעטש איז ליידיג פון מענטשן, איך בין שוין אסאך מאל דארט געוועזן און קענסט זיין זיכער אז קיין ראיות אסורות איז דארטן נישט דא. ס'הענגט דארט ווארענונגען אז מ'זאל דארטן נישט שווימען, און דערפאר זענען זיי אהינגעגאנגן ווייל זיי האבן געוואוסט אז ס'איז ליידיג פון מענטשן. ביי א געהעריגע ביעטש וואו ס'געפונען זיך אסאך מענטשן איז פאראן אויף יעדע שטיק פלאץ א גרויסע טורעם און אינעווינייג זיצט א "לייוו גארד" וואס איז געשטעלט מטעם די רעגירונג צו האלטן א אויג אויף די שווימערס, און טאמער עפעס פאסירט אלאמירען זיי גלייך הילף און זיי קומען צו פליען אונטער א מינוט מיט גאלף קארס פול מיט רעטונגס געצייג. און דאס איז ליידער געווען די סיבה פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג פאר הילף אנצוקומען, דא ביי דעם שרעקליכען טראגעדיע, ווייל קיינער שווימט נישט דארט און ס'איז נישטא קיין לייוו גארדס אויף פלאץ. פארשטייט זיך אז ס'וועט נאכאלץ זיין בייזוואוליגע פארשוינען וואס וועלן פרובירען צו באשמוצען די נפטרים צוליב פאליטישע מאטיווען, צו זיי רעד איך ניטאמאל, איך רעד צו די וואס ווילן טאקע וויסן וואס דא איז פארגעגאנגן.
אינישט איעדער ביטש נוד? ווער גייט אין וואסער גענצליך באקליידעט? איז דען א גרויסע נפקא מינא פאר א חסידישע איד, א אנאנים, וויפיל פון די קערפער ס'איז מגולה, כשיעור חזה אישה אדער כשיעור נאה?
טאמבל, סטאפ איט! מ'האט שוין געשריבן אז דארט ווי זיי זענען געווען איז ליידיג פון מענטשן. די פאוסט איז געפערליך. ווער ווייסט, אפשר זענען זיי ברוגז אויף די שלעכטע רעיטינגס וואס מ'האט געגעבן פאר זייער עפפ נאך די "שטארק" טראגעדיע
זיי טוהן עס ווייל דאס איז פארוואס זיי עקזעסטירן, פאר רעיסי גאסיפ. יעדעס מאל ווערט מען נאכאמאל שאקירט ווען די פאוסט פירט זיך אויך ווי די פאוסט האט זיך אלעמאל געפירט. די פראבלעם איז אז מ'פארעכענט זיי ווי א צייטונג ווען באמת זענען זיי איין שטיק זשאוק. שולזאהן און די פאוסט זענען מתנבאים בסגנון אחד. ווייל זיי דינען די זעלבע צוועק און אנדערע שפראכן.
די לוויה איז 9:30 ביי 13 הופער
זיי זאגן אויף סאטמער וואיס צבי בן יצחק lol
שמעון וואלף טאמבל, סטאפ איט! מ'האט שוין געשריבן אז דארט ווי זיי זענען געווען איז ליידיג פון מענטשן. די פאוסט איז געפערליך. ווער ווייסט, אפשר זענען זיי ברוגז אויף די שלעכטע רעיטינגס וואס מ'האט געגעבן פאר זייער עפפ נאך די "שטארק" טראגעדיע
איך האב נישט געזוכט צו פארלייקענען די פאקטען. כ'האב נאר געפרעגט, בתחילה וואס איז געווען די לשון גענוצט אין די טענה'ריי? עס וואלט נישט געדארפט זיין יא נוד אדער נישט נוד, עס האט געזאלט לויטן "יא מענטשן אדער נישט מענטשן."
די לוי' האט זיך אנגעהויבן ביים ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג אויף הופפער סט. סגן ראש הקהל ר' חיים אליעזר גראס, מספיד
הגה"צ רבי אברהם וואלף שנעעבאלג שליט"א, מו"ץ קיט"ל, און חברותא פונעם נפטר ז"ל
הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, רב ביהמ"ד קדושת יו"ט ד'סאטמאר ב וויליאמסבורג
הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א, מנהל ישיבת נזר התורה ד'סאטמאר, וואס איז סטאנצירט אין די בנין פון סערטיפייד לאמבער
ידידו הנאמן, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו
הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, רב ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר וויליאמסבורג וראש הכולל ד'סאטמאר וויליאמסבורג
ביי די לוי' אין וומס"ב
📎 1 (3).jpg 📎 2 (2).jpg 📎 3 (2).jpg 📎 4.jpg
כ"ק אדמו"ר מ'דינוב שליט"א
דינוב'ע רבי נישט גערעדט, בנו ר' אלי' לייב
על המחיה דעס איז אין קר"י ביי פרנס
בנו ר' יואל
כ"ק גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א
הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א
דינוב'ע רבי
הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, יו"ר וועד קרן הבנין ד'סאטמאר
כ"ק אדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א
די מיטה איז יעצט ביים בנין תלמוד תורה ד'סאטמאר - בנין ישעי' זאב לעוו, אויף ווייט עוו. אחד ממנהלים הרב חיים ראובן שעהנברוין מספיד
הרב בנימין ליכטענשטיין, חבר וועד החינוך