☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » שו"ת משנת יעקב - קאפיש

שו"ת משנת יעקב - קאפיש

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #105

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:37 pm

· #758
שו"ת משנת יעקב - קאפיש
דעם פארגאנגענעם ז' אדר איז אויס געפאלען די 32'סטע יומא דהילולא פון הגאון הגדול מרן רבינו עמוד הוראה כקש"ת רבי יעקב סג"ל לעבאוויטש זצ"ל אבד"ק קאפיש ובעל 'משנת יעקב. דער רב זצ"ל איז ארויסגעשטיגן מיט זיין אויסטערלישע גדלות בתורה, און איז געוועהן ברייט בארימט צוליב זיין עמקות, חריפות, בקיאות, און געוואלדיגע ידיעות התורה.

אינערהאלב די ווילימסבורגער גרעניצן, איז דער קאפיש'ער רב באקאנט געוועהן אלס דער 'מורה הוראה' בה"א הידועה, אין כידוע האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע סומך געוועהן ידו עליו, און אים אנפארטרויערט סיי מיט ציבור'ישע ענינים און סיי מיט פערזענליכע ענינים. אבער אויך אויסער די ווילימסבורגער גרעניצן, איז דער קאפיש'ער רב באקאנט געוועהן מיט זיינע טיפזיניגע תשובות להלכה, אין וועלעכע ער האט מברר געוועהן יעדער שאלה לארכה ולרחבה בטוב טעם ודעת, און גלייכצייטיג געגאסען חריפות און בקיאות ביז ס'איז ארויס געקומען די ריכטיגע בירור לאמיתה של תורה.

א טייל פון זיינע הונדערטער תשובות זענען געדריקט געווארען בחיים חיותו דורכ'ן מחבר, און האט בשעתו מאיר געוועהן עיני ישראלמיט אירע קלארע און יסודות'דיגע תשובות, אבער די גרעסטער חלק פון זיינע תשובות אין כתבים זענען געבליבען אומגעדריקט, אין א בחינה פון 'תורה מונחת בקרן זויות'. אבער שמוע שמעתי בשורה טובה אז עס האט זיך געגרינדערט דער "מערכת משנת יעקב", מיט די עסקנים פון "יורו משפטיך יעקב ליעקב", וועלכע ארבעט די עבודת הפרך במלאכת הקודש איבער צו דריקען פונדאסניי בתוספות מרובה על העיקר ספרי משנת יעקב, די ערשטע צוויי בענדער שו"ת על ד' חלקי שו"ע, כרך ג' על שו"ע או"ח, כרך ד' על שו"ע יו"ד, כרך ה' שו"ע אהע"ז חו"מ, כרך ו' דרוש ואגדה, תולדות ומפתח כלל.

דער המון עם קוקט שוין שטארק ארויס פאר א תולדות פין אזא גרויסן תורה ריז, און בימיו דער גרעסטע מורה הוראה אין ווילימסבורג.

יידל » מיטוואך מערץ 7, 2012 1:18 am

· #793
Re: שו"ת משנת יעקב - קאפיש
וואס איז זיין קירבה צום היינטיגן קאפישן רב?

דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 7, 2012 10:15 am

· #814
Re: שו"ת משנת יעקב - קאפיש
יידל
וואס איז זיין קירבה צום היינטיגן קאפישן רב?


דער היינטיגע קאפיש'ער רב פון ווילימסבורג איז געוועהן להבחל"ח דער יונגסטע איידעם,

דער עלטסטע איז געוויעהן דער יארמעטער רב געוואוינט אין בארא פארק

דער צווייטע איידעם האדמו"ר מליסקא שליט"א

איש האמת » מיטוואך מערץ 7, 2012 11:53 am

· #826
Re: שו"ת משנת יעקב - קאפיש
אויך האט ער א זוהן רבי בעריש המתגורר בירושלים,
אויך א מוח עצום, א מורידיגע גוטע שאח שפילער
און הגאון ר' גדליה שור זצ"ל האט זייער געגליכען צו שפילען מיט אים שאח

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 12, 2012 11:39 am

· #1176
Re: שו"ת משנת יעקב - קאפיש
[ציטאט אראפגענומען]
"

דער דאזיגר איידעם האט זיך גע'גט, נישט געבליבן א איידעם, אבער דוכט זיך אז געבליבן נאנט[/quote]

אבער דוכט זיך אז געבליבן נאנט

נא להסביר, נאהנט מיט וועמען? מיט זיין שווער דער קאפישער רב? זיינע שוואגער דער איצטיגער רב?

חייםהערש » זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:50 pm

· #220126
ווער זענען געווען זיינע רבי'ס?

דריידל » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:03 pm

· #220144
ס'ליגט מיר אין זכרון אז מיין זיידע פלעגט אים ריפן דער קאפישער דיין נישט רב

אין בארא פארק וואינט א זון זיינער, ר' הערש מיילך