☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וראית את פני, ואחורי לא יראו

וראית את פני, ואחורי לא יראו

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10498

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 16, 2016 9:10 pm

· #333277
וראית את פני, ואחורי לא יראו
א גוטן.

וואס האט פאסירט איז אזוי. נישט צו לאנג צוריק בין איך געווען פון די מערסט אקטיווע שרייבער אין קאווע שטיבל. דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז כ'בין ב"ה געווארן מער און מער פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, עד כדי כך, אז ווען כ'האב שוין יא אריינגעוואנדערט אין שטיבל האב איך געשפירט פרעמד און אומבאקאנט. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארלירן טאטש אינגאנצן, און אזוי פאר וואס ווען וואו געפילט אז כ'בין אפגעשטארבן. למעשה שפאציר איך אריין דא און כ'זע אז די וועלט גייט אן! ערב פסח האב איך דאונלאודעד דעם פה-סח אבער כ'האב עס ערשט געלייענט דעם פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג. כ'האב געלייענט דעם אינטערוויו מיט קעלנער און געזען ווי ער שרייבט אז אפילו מ'קען מער נישט זיין אקטיוו ווי אמאל זאל מען כאטש אריינפאלן דא דארט אין ווייזן די פנים; דערפאר עפן איך דעם אשכול צן ווייזן מיין פנים און בעט מיינע אלע אטע פארגעסענע חברים וואס זענען שוין ווירטאליש אפגעשטארבן: קומטס כאטש זאגן העלאו.

בן אדם » מאנטאג מאי 16, 2016 9:48 pm

· #333288
העלאו

שטילע אינגערמאן » מאנטאג מאי 16, 2016 10:12 pm

· #333293
סתם רשעות, מהאט געוויינט אויף דיר געקלאקט געכלעפטשט, יעצט אזמפארגעסט שוין, די צער גייט א גאנג, קומסטו צירוק אויפ לעבן אלטע וונדען?

בעל מדות » מאנטאג מאי 16, 2016 10:18 pm

· #333296
אפטעמיסט, איך בענק זיך נאך דיר, דיין אפוועזנהייט איז א ווייטאג. יעדער איז פארנומען, מען מאכט זיך צייט.

גנדי » מאנטאג מאי 16, 2016 10:21 pm

· #333297
העלאו.

אויף טוויטער באזוכסטו נאך יא?

mevakesh » מאנטאג מאי 16, 2016 10:52 pm

· #333301
Re: וראית את פני, ואחורי לא יראו
מיסיס אפטע איז אונז שוין אויך אויסגעוואקסען?

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 16, 2016 11:11 pm

· #333304
mevakesh
מיסיס אפטע איז אונז שוין אויך אויסגעוואקסען?

אוי, דערמאנסט מיר גוטע צייטן.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 16, 2016 11:18 pm

· #333305
שרייט זיך ארויס: אני מאמין באמונה שלימה בתחית המתים.

טייערע אפטע, כ'בין דיר שילדיג אסאך פאר דיינע זאפטיגע ארטיקלן וואס האבן מיר אזוי מהנה געווען.

ווי וואנט מאאר

גאנצל » מאנטאג מאי 16, 2016 11:28 pm

· #333310
הייסט עס אז יעצט ווען דו קומסט ווייזטו דיין פני

אן די אלע צייטן ווען דו ביסט נישט דא ווייזטו אחורי.........

אה מיי

ביי די וועי לערן דיך פון @טאמבל סאס וואס טראץ ער איז דא ווייזט ער אחורי ...........

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 17, 2016 1:15 am

· #333316
אז אפטעמיסט האט אהער געבלאנדזשעט, האבן מיר שוין באקומען נאך א וויזיט פון גנדי. דאס איז פשט מצוה גוררת מצוה.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 17, 2016 7:50 pm

· #333470
גאנצל
הייסט עס אז יעצט ווען דו קומסט ווייזטו דיין פני

אן די אלע צייטן ווען דו ביסט נישט דא ווייזטו אחורי.........

אה מיי

ביי די וועי לערן דיך פון @טאמבל סאס וואס טראץ ער איז דא ווייזט ער אחורי ...........

דאס קען מען נאר טוהן ווען מען האט טאקע יעדעם אין טאכעס.

גר ותושב » דינסטאג מאי 17, 2016 8:12 pm

· #333476
Re: וראית את פני, ואחורי לא יראו
טאמבל סאס
גאנצל
הייסט עס אז יעצט ווען דו קומסט ווייזטו דיין פני

אן די אלע צייטן ווען דו ביסט נישט דא ווייזטו אחורי.........

אה מיי

ביי די וועי לערן דיך פון @טאמבל סאס וואס טראץ ער איז דא ווייזט ער אחורי ...........

דאס קען מען נאר טוהן ווען מען האט טאקע יעדעם אין טאכעס.


איז דאס איז פשט פון דיין פאמפער?

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 17, 2016 8:16 pm

· #333478
מ'קען זאגן כמה פירושים. א טאמבל סאס כפשוטו. מה למעלה מה למטה מה לפנים ומה לאחור. און נאך.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 17, 2016 8:25 pm

· #333483
דו מיינסט ווינדל? קוק, אהן א נעפי וועלן זיי אלע ארויספאלן ח"ו.