☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף

וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10490

תורה ומדע » זונטאג מאי 15, 2016 2:30 pm

· #333055
וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף
עס איז באקאנט אז די פיהרער פון כלל ישראל ביזן חורבן יוראפ זענען געווען די רבני העיר אין יעדע שטאדט. די רבנים האבען אינזנען גיהאט אלע עניני העיר ווי למשל מוסדות, צדקות, שאלות , עצות, חינוך הבנים , וכדו', אויך האבען זיי עוסק געווען בעיניני הממשלה לטובת הכלל. דוגמאות פון אזעלכע רבנים זענען ר חיים עוזר זצל פון ווילנא, ר מאיר שפירא זצל פון לובלין ר חיים זצל פון בריסק און נאך.
נאכן חורבן איז די הנהגה אריבער צו ראשי ישיבות און אדמורים. און היינט צו זיערע קינדער. די מצב האט פארשידינע מעלות און חסרונות הידועים למבינים. די גרעסטע חסרון ליגט אין חינוך הבנים והבנות כידוע
מיין שאלה איז וואלטען מיר געווען בעטטער אףף מיט הנהגה רבנית ווי מיט רעבבעס און ראש ישיבות?
אויב דער ענטפער איז יא, וואס קענען מיר טוען להחזיר עטרה ליושנה, לייגען מוסדות התורה אין די הענט פון רבנים און בעל הבתים וואס פאלגען דעם שו"ע אהן קיין אייגענע אינטערעסן.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 3:02 pm

· #333060
Re: וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף
כ'פארשטיי נישט, מישטו נישט אויס דא פון ליטווישע קהילות און חסידישע? ווייניג אדמורים געווען אינדערהיים וואס האבן דאס זעלביגע געטאן? ווייניג רבנים וואס טוען נאך היינט? פרעג ליטוואק פון בודאפעסט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

תורה ומדע » זונטאג מאי 15, 2016 3:15 pm

· #333061
בכלל נישט. א קהילה ווערט געשאפען ווען עס וואוינען א ציבור ארטאדאקסישער אידען אין א שטאדט און זיי האבען אייניגע קהלישע באדערפענישן. עס איז נישטא אזא בריה ווי א חסיד'ישע אדער מתנגדישער קהילה. קהילה האט צו טאן בלויז מיט ג'יאוגראפיע.

תורה ומדע » זונטאג מאי 15, 2016 3:31 pm

· #333064
זאת ועוד: פארן חורבן איז נישט געווען אפילו איין אדמור וואס זאל האבען אלעס, מוסדות , ישיבות, מיידל שולעס וכדו. עס זענען גיווען אפשר א פאר רביס וואס האבען געמאכט ישיבות. אבער די אינפרעסטרוקטור פונעם כלל איז געלעגען אין די הענט פון רבנים און בעלי בתים, און נישט ביי אדמורים אדער זייערע יורשים. און אין דעם איז נישטא קיין חילוק צווישען פולין, גאליציע, רוסלאנד אדער אונגארן.

תורה ומדע » זונטאג מאי 15, 2016 4:09 pm

· #333068
די היינטיגע סיסטעם אין די חרדישער וועלט איז זיכער נישט דעמאקראטיש...
א בעסערע אלטערניטיוו וואלט געווען לדעתי אז א יעדע שטאדט זאל האבען א באארד פון בעלי בתים מיט א מעסיגען רב איבער זיי צו פירען די געמיינדע. א דוגמא און א מאדעל צו דעם איז די יאנג איזראעל קהילות אדער אוט אוו טאון קהילות ווי שעקאגאו און לאס אנדזעלעס, וכדו' . אין די קהילות באקומט דער רב א געהאלט און ער מוז דעליבערן ווי א מענש. ער קען נישט זיין צו פרום אדער רעדן שטותים וכו' די באארד איז עלעקטעד יעדער פאר יאהר, ממילא איז דא טשעקס און בעלענסעס...

תורה ומדע » זונטאג מאי 15, 2016 4:50 pm

· #333074
די יאנג איזראעל מהלך איז גענוי די מהלך פון פרי WW2 יוראפ. און אזוי איז נאך אלץ אין ציריך און אין אנדערע יוראפעישע און אמעריקאנער שטעדט. דאס איז אויך געווען דער פלאן פון גדולי אמעריקע אזוי ווי דער צעהלימער רב זצל און אנדערע ביז עס זענען אנגעקומען די חסידים און נאכהער די ראשי ישיבות.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 15, 2016 8:29 pm

· #333107
Re: וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף
איך האב אסאך צו זאגען אויף דער טעמע. לדעתי דרייען זיך דמיונות ביים עולם אויף דער 'גליקליכע אמאל'. איך האב געזען פארצייטישע רבנים פון דער נאנט און איך ווייס אז ס'איז געווען פיהל ווייניגער ווי מ'מיינט. איך האב יעצט אבער נישט קיין צייט צו כח. דאווענט'ס פאר מיר אז מיין טרדות זאלען אוועק גייען, און דערנאך וועט מען עפעס קענען צולייגען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מור וקציעה » זונטאג מאי 15, 2016 9:40 pm

· #333118
איך זעה נישט אז עס זאל האבען צו טון מיט חסידים ליטאים אדער יאנג איזראל, עס האט לכאורה בעיקר מיט גרעסערע שטעט און קלענערע שטעטלעך אדער קלענערע צאל אידישע איינוואוינער אין א שטאט, גרויסע שטעט מאכט זיך יעדער שבת פאר זיך,
(שטעלט אייך פאר מזוכט א שטאטס רב פאר וויליאמסבורג, סאטמר וואלט זיכער געווינען און נאכדעם טערראזירט אנדערע קהילות נאכצוטאנצען זייערע פארשריפטען)

אלע קליינע קהילות [פון נייטרא שטעטעל און קרית טאהש ביז קאלומבוס אהייאו און סאן דיאגא קאליפורניא] האבען טאקע א שטאט'ס רב אדער וועד הרבנים
און די גרויסע צענטערען פון אידישע פאפולעישאן'ס זענען נישט צענטראלאזירט אפילו ביי די מאדעראן ארטודוקס ווי למשל מאנהעטטען מיאמי וכדומה

ירא שמים » זונטאג מאי 15, 2016 10:57 pm

· #333125
וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף
חסידות לעומת קהילות ווייס איך נישט אבער היינט צוטאגס ביים חסידישן עולם זענען דא אסאך וואס האלטן נישט מיט די חסידישע הויפן און באלאנגען נישט צו א ספעסיפישע חצר איז פארוואס זאלן זיי נישט מאכן שבת פאר זיך און גרינדען ערנסטע קהילות מיט רבנים שולן און מוסדות אנשטאט דאווענען ביי די רבילעך און זוכן ווי צו שיקן די קינדער.

יהושע חיים » מאנטאג מאי 16, 2016 9:28 am

· #333155
Re: וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף
דער חורבן איז ווען קינדער פון א מנהג נעמען איבער די הנהגה נאר ווייל זיי זענען יורשים און גארנישט מיט תורה ויר"ש אדער פארשטאנד צו הנהגה ואידך זיל גמור

דאס איז אריינגערעכנט חסידישע אדמורי"ם ראשי ישובות פון ליטא און אויך אמאליגע צייטן מיט א שטאטס רב

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 16, 2016 9:55 am

· #333157
זייער גערעכט ר' @יהושע חיים. איך קוק אן לעיקוואוד מיט שרעק, זע'ענדיג וואס דער דריטער דור האט דא אפגעטוהן. איך מוז אבער איין זאך צולייגען. ווען דער ירושה איז פשוט אויף א פאסט'ן, אן ארבעט פון זאגען א שיעור וכדו', קען מען דערהייבען ירושה, ווייל טאמער ער טויג נישט איז נישט עק וועלט און דער עולם וועט דאך 'וויילען מיט זייער פיס'. ווען אבער דער ירושה איז אויף א מושל בכיפה, א שטייגער ווי א רעביסטיווע אדער א גרויסע שטאט'ס רבנות, און היינט צו טאג'ס א 'גדול' אדער ראש ישיבה פון א שטאט, דעמאלס איז מען אויף צרות. ס'הייבט זי א וויבאלד זיי טויגען נישט, מוזען זיי באפעסטיגען זייער מאכט מיט אנדערע, צומאל נישט אויסגעהאלטענע, מיטעלען (עי' ערך רבנות קרית יואל). דערנאך מוזען זיי צודעקען זייער פעלער'ס מיט נאך פעלער'ס און דער גאלדענע קייט ציט זיך ווייטער. איך זעי עס אין לעיקוואוד און איך הער עס פון אנדערע ערטער.

רח"ל.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 16, 2016 10:27 am

· #333160
אסאך פראבלעמען קענען געלעזט ווערען דורך קהילות פון בעה"ב און מעסיגע רבנים. איבערהויפט עניני חינוך ווי למשל לערנען סעקולערע סאבדשעקטס אין ישיבות, קאלעדש פאר אינגעלייט, בתי דינים, און נאך און נאך

אביתר פריעדמאן » דינסטאג מאי 17, 2016 2:53 pm

· #333413
פונעם קעפיל האב איך געמיינט, אז מען רעדט דא פונעם מוסד אין ארץ ישראל וואס רופט זיך רבנות הראשית, איך בלעטער צווישען די תגובות כזעה נישט רעדן דערפון, וואס טוט זיך טאקע מיט יענע מוסד? איז עס געלונגען? סלויפט דאך אויף א דעמאקראטישע סיסטעם, דינען זיי טאקע די ציל? אדער סאיז דורכגעפאלען און קורפטירט אין די גאווערמענט נוצט עס פאר זייערע צוועקן ?

בדר''א פארוואס פרעגט מען וויאזוי מען קען אויפנעמען רבנים וואס האבען נישט קיין איטערעסן? אונז זעמיר עפעס בעסער ווי די דור פון משה רבינו די דור דעה? כמיין ווילאנג אונז זעמיר דא אויף די וועלט, האבען אונז, אלע רבנים, און אזוי אויך פאליטיקאנטען אינטערעסן מנהסתם מיינסטו צו פרעגן וואס איז א גוטע סיסטעם וואס עס זאל נישט זיין קארופטעט אפי' מהאט אינטערעסן?

און נאך מער כהאב געהט געליינט א ביכעל פון א ליטוואק ווי ער זעצט אויס טענות קעגן חסידישע רעביס -הפנים די שרייבער באדויערט זייער די פאקט אז א יעשיווע בחור וואס זוכט אביסעל חיות גייט ארויס אויפען גאס און ער שליסט זיך אן א חבורה צו א קהילה- ''די רעביס אין ראשי החבורעס זארגען זיך נאר פאר זיך, און פאר זייער נאמען, ווען זיי טוען עפעס חסד איז עס נאר ווייל יענער באלאנגט אין מיין גרופע'' ממילא פירט די שרייבער אויס מוז זיין א די ראשי ישיבה'ס וואז זיי האבן נישט קיין אינטערעסן זיי זענען די ריכטיגע מנהיגים,

איך וויל יענעם זאגען: פונקט פארקערט וויבאלד ער האט אינטערעסן דאס וועט שטיפען פאר די רעבע צו טון עפעס, און ער וועט זיך מוזען זארגען פאר יענעם ,וואס הייסט ער באלאנגט דאך אין מיין חבורה? אז איך וועל אים נישט העלפען וועט זיין בושות,

סאיז זיכער אינו דומה א גרופע וואס האט א מנהיג, א גרופע וואס האט א פירער איז דא איינער וואס קען מחליט זיין החלטות און נעמען סטעפס וואס א גאנצע ציבור צוזאמען, קענישט טון, אבער פארשטייט זיך סדא צו דעם חסרונות און איינע פון נעגעטיווען זענען אז סאיז דא אלעמאל עפעס קארופציע, ווייל ווי ערווענט די טרייב קראפט פון א מנהיג איז אינטערעסן, איז פונקט ווי די רעגורינג קען אלץ זיין בעסער אין די קאמף קעגן קארופציע, דאס זעלבע איז שייך ביי יעדע פירער און מנהיג, אבער יעדער פארשטייט אז א מיט די אלע חסרונות פון א מנהיג מוז א מדינה האבען איינער וואס זאל שטיין בראש, און דאס איז די זעלבע ביי אונזערע גרופעס

דבילה » דינסטאג מאי 17, 2016 3:37 pm

· #333428
למעשה זענען די אמאליגע רבנים נישט געווען קיין גרויסע גליקן, אבער היינט אן עמטליכע רבנים שאפט זיך א מצב פון ערענסטע פראבלעמען אין שטאט וואס קיינער איז נישט אחראי דערויף. נאכמער, דער וואקיום לאזט פלאץ פאר א גאנצע חברה באנדיטן (כדוגמת ק"ה ומרעיו) צו טון מה שלבם חפץ בשם כל העיר וכו'.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 17, 2016 6:52 pm

· #333465
Re: וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף
און אפילו אמאל. יענער סיסטעם געווען. ווער ס'האט געלייענט די עגונה פון חיים גראדע פארשטייט פונקטליך פון וואס כ'רעד. די מצב אין אמעריקע צווישן די אימיגראנטן און איז אויך נישט צופיהל בעסער געווען. די רבנים האבן זעך ארומגעהארגעט מיט די פרעזידענט און זיי צוויי מיט די בני הקהילה. ביליוו יו מי, די אפעראט ביי די מאדערן ארטאדאקסן ליידט זיך אויך פון אירע חסרונות. ביי די רעפארמער און ליבעראלן איז פיין. דארט האט מען נישט מיט וועם זיך צו אמפערן...

Sent from my SM-G903F using Tapatalk