☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דורכגעפאלענע איסורים

דורכגעפאלענע איסורים

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10481

ליפא » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:11 pm

· #332822
דורכגעפאלענע איסורים
געווען אמאל א וועלט אן אינטערנעט אבער די רבנים האבן זיך אלץ אן עצה געגעבן. זיכער קומען די היינטיגע ''קעסיאס'' מיט א פילטער וואס פילטערן דזשעז ביעטס און הוליגאנישע גיטארע סאונדס, פארדעם הערט מען מער נישט האקן דערויף.

📎 IMG_20160512_171841.jpg

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:47 pm

· #332829
ס'איז גראדע גארנישט אזא פשוט'ע זאך צו הערן מוזיק בזה"ז.
כפי מיטב ידיעתי איז עס אסור עפ"י דינא דשו"ע. היינטיגע פוסקים זענען מיקל ווייל נשתנו העתים און מ'קען צוקומען צו עצבות וכו'
קוק דא וועט איהר זעהן אן אריכות אויף דעם ענין.
איך קען א פאר משפחות וואס הערן טאקע נישט קיין מוזיק א גאנץ יאהר צוליב דעם, וראיתי בני עלייה והם מועטים.

אני הקטן פארלאז זיך אויף דעם היתר ווי רוב כלל ישראל צו הערן מוזיק א גאנץ יאהר, און מכח דעם הער איך אויך מוזיק בימי הספירה (בצנעה) וואס איז סאך א קלענער איסור. איך בין צוגעוואוינט צו הערן מוזיק און די בעקגראונד בשעת'ן ארבעט, און ווען איך היר נישט מוזיק 50 טעג ווער איך ביטערלעך דיפרעסד.
די איסור פון מוזיק בימי הספירה איז לכמה פוסקים מותר ולא נאסר אלא ריקודים וכדומה
כ'מיין אז די מנחת יצחק טענה'ט אז ס'קען זיין א דאורייתא מכח נדר וקבלה, דערפאר בין איך מתיר נדר דא ברבים, וכל הקהל יענו אחרי "מותר לך" ג"פ
ביי די וועי, צו הערן "ספירה טעיפס" (?) אן מוזיק איז אויך א שאלה בימי הספירה פאר די וואס הערן נישט מוזיק.

וכל ערום ישעה בדעת וישאל שאלת חכם.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:50 pm

· #332830
Re: דורכגעפאלענע איסורים
וואס הייסט דינא דשו"ע? דער רמ"א איז מקיל. דער ב"ח ומג"א מחמירים, והאידנא נהוג עלמא כהרמ"א ודעימי'.

נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:00 pm

· #332831
אין איסלאם טאר מען נישט טרינקען וויין.
כהאב מיל אלץ געפרייט אז מיר שטייען בעסער.
אויב מעגן מיר נישט הערן מוזיק ווייס אעך שוין נישט ווער סשטייט בעסער.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:01 pm

· #332832
דעת תורה
וואס הייסט דינא דשו"ע? דער רמ"א איז מקיל. דער ב"ח ומג"א מחמירים, והאידנא נהוג עלמא כהרמ"א ודעימי'.


נארמאלעהייט וואלט מען לכאורה אנגענמען א פסק פון מג"א

אין שו"ת אג"מ שטייט וז"ל: אבל ודאי מהראוי לבעל נפש להחמיר כהרמב"ם בתשובתו והב"ח פסק כותיה אף שראייתו אינה כלום מ"מ ראוי להחמיר.

דער עולם פירט זיך אבער נישט אזוי נאר ווי עס ברענגט אין שו"ת ציץ אליעזר וז"ל: אין לפקפק ולהרהר כלל על מה שבנ"י יוצאים בזה ביד רמ"א שפוסק בסי′ תק"ס שם שהגזירה שלא לנגן בכלי שיר היא רק על מי שרגיל בהם כגון המלכים שעומדים ושוכבים בכלי שיר או בבית המשתה. ופוק חזי בשו"ת הלכות קטנות למהר"י חאגיז ז"ל ח"א סי′ ט′ שכותב בתוך דבריו וז"ל: וזה כלל גדול שהי′ מוסד בידנו אם הלכה רופפת בידך פוק חזי מה עמא דבר כי פשוט הוא אשר באהבת ה′ את עמו ישראל יסיר מכשול מדרכיהם ולא יטו כל העולם אחר היחיד אילו סברתו דחויה עכ"ל.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:17 pm

· #332833
Re: דורכגעפאלענע איסורים
כ'האב הנאה צו זען דער ציץ אליעזר זאגט עס. ייש"כ פארן צוברענגען.

און ס'איז נישט די ערשטע און נישט די לעצטע זאך וואס "מ'" טוט אנדערש פון די נארמאלע כללי הפסק וואס זענען כשלעצמם הררים התלויים בשערה.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:15 pm

· #332835
Re: דורכגעפאלענע איסורים
פארשטייצעך.
כ'האב די עיקר געמיינט די מליצה אז דער עולם זאל אויך מסכים זיין מיט מיר און זאגען "מותר לך"... כ'האב נאך א גילטי פילינג..

אבער למען אמיתך האביך חרטה פארן פורט זיין מיין התנהגות בפומבי . רובו ככולו מגדולי הפוסקים נעמען אהן אז מוזיק בימי הספירה איז אסור בהחלט מכח ק"ו פון ריקודים ומחולות, ובכללה נכלל גם שמיעת כלי זמר ע"י קעסיא, טעיפס, סי. די'ס. איי פאד וכו'

ממנו יראו ולא כן יעשו.

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:51 pm

· #332839
ס'איז דא נאך א נקודה אז די אלע אוסרים ומתירים פון מוזיק האבן געהערט פון לייוו מוזיק. צו הערן א רעקארדירונג פון מוזיק איז נישט נכלל אין דעם. און מיט א היקש און ק"ו קען מען נישט מאכן קיין נייע גזירות.

קל וחומר » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:03 pm

· #332842
Re: דורכגעפאלענע איסורים
מיט וואס איז עס אנדערש ווי סיי וועלכע כלי שיר וואס ווערט נתחדש? (לדוגמה א פיאנע בלע"ז)

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:15 pm

· #332848
Re: דורכגעפאלענע איסורים
ברסלבער
ס'איז דא נאך א נקודה אז די אלע אוסרים ומתירים פון מוזיק האבן געהערט פון לייוו מוזיק. צו הערן א רעקארדירונג פון מוזיק איז נישט נכלל אין דעם. און מיט א היקש און ק"ו קען מען נישט מאכן קיין נייע גזירות.

ריכטיג, די פוסקים זענען דן אין די נקודה, אויב א רעקארדינג האט א דין ווי כלי שיר צו נישט. און פסקי מראי מקומות (תשובות) ברענגט ער א לאנגע רשימה פון גדולי אחרונים וואס האבן אנגענומען אז ס'האט יא א דין פון כלי שיר. אבער כ'האב עס נאך נישט נאכגעקוקט אינערווייניג, ממילא איז נישט קיין ראיה..

אבער איך בין מסכים פולי מיט דיר..

שבת אחים » פרייטאג מאי 13, 2016 2:07 pm

· #332920
למעשה וואס איז ערגער א ״שייגעץ בייק״ אדער א ״Casio פיענאו״ רח״ל???

קנאקעדיג » פרייטאג מאי 13, 2016 2:27 pm

· #332924
צו פארן מיט א שייגעץ בייק קויפן א קעיסיא איז לכל הדעת אסור... ערנסטגערעדט איך געדענק אז אפילו דער וואס האלט אז ס'איז אסור איז עס נאר סתם מוזיק אבער נישט ווען ס'קומט מיט ווערטער [דהיינו מיט א זינגער]. ריכטיג?

mevakesh » פרייטאג מאי 13, 2016 2:31 pm

· #332925
Re: דורכגעפאלענע איסורים
שבת ביסט צוריק געקומען אליין? האסט געזעהן ערגעץ בערעלבעלעגלה?

יואליש » פרייטאג מאי 13, 2016 3:12 pm

· #332936
נאך א דורכגעפאלענע איסור איז סאקמיר רב'ס הוראה לגבי מענער דרייווען א קאר וואס איז היינט לא יזכר ולא יפקד. די פרויען, משא"כ, זענען געבליבן מיטן איסור כנתינתן מסיני, אזוי ווייט אז טייל ווילן לכתחילה שוין אזוי אהערשטעלן gendered פאליסי פאר סמארטפאן און אינטערנעט באזיץ.

ווי מיט יעדע סאציאלאגישע ערשיינונג, זענען דא אויסערליכע סיבות, מער אומדירעקט ווי דירעקט, וואס פארמירן איבער צייט א געזעלשאפט'ס נארמעס און עדיטודס, מנהגים און אפי' הלכה. ס'איז גרינגער דאס צו באמערקן דורכאוס הונדערטער יארן, אבער מ'קען עס אויך זעהן פיל מאל אין א צוואנציג יאר אפשניט. וואס גענוי האט דיקטירט די עוועלוציע פון א געוויסע פרט איז א געשמאקע און א ברייטפארצוויגטע שפעקעלאציע שפיל.

שלום על ישראל » פרייטאג מאי 13, 2016 3:37 pm

· #332939
יואליש
נאך א דורכגעפאלענע איסור איז סאקמיר רב'ס הוראה לגבי מענער דרייווען א קאר וואס איז היינט לא יזכר ולא יפקד. די פרויען, משא"כ, זענען געבליבן מיטן איסור כנתינתן מסיני, אזוי ווייט אז טייל ווילן לכתחילה שוין אזוי אהערשטעלן gendered פאליסי פאר סמארטפאן און אינטערנעט באזיץ.

ווי מיט יעדע סאציאלאגישע ערשיינונג, זענען דא אויסערליכע סיבות, מער אומדירעקט ווי דירעקט, וואס פארמירן איבער צייט א געזעלשאפט'ס נארמעס און עדיטודס, מנהגים און אפי' הלכה. ס'איז גרינגער דאס צו באמערקן דורכאוס הונדערטער יארן, אבער מ'קען עס אויך זעהן פיל מאל אין א צוואנציג יאר אפשניט. וואס גענוי האט דיקטירט די עוועלוציע פון א געוויסע פרט איז א געשמאקע און א ברייטפארצוויגטע שפעקעלאציע שפיל.

סאטמארע רבי האט געהאט אן אישו מיט מענער דרייוו'ן? דאס ערשטע מאל כ'הער אזא זאך.

ליפא » פרייטאג מאי 13, 2016 3:38 pm

· #332942
אויך קיינמאל נישט דאס געהערט יואליש

יואליש » פרייטאג מאי 13, 2016 3:43 pm

· #332943
ליפא
אויך קיינמאל נישט דאס געהערט יואליש


די מקור פאר א איסור אויף פרויען דרייווען איז א מכתב,געדריקט אין מכתבים דברי יואל. אין די איסור רעדט סאטמאר רב פון ביידע. ער לאזט איבער א אויסנאם "לצורך הפרנסה". ס'איז קלאר אז די רבי האט געזעהן א פרוי'ס דרייווען אלס הארבער פון א מאן'ס דרייווער, אבער פארט איז נישט געבליבן קיין זכר פון די מענער איסור.

ליפא » פרייטאג מאי 13, 2016 4:52 pm

· #332954
אין אדם עומד... עד ארבעים שנה. היינט פאלגט יעדער די טעיפ רעקארדער איסור. (וויץ עממי)

יואליש » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:45 am

· #345723
יואליש
ליפא
אויך קיינמאל נישט דאס געהערט יואליש


די מקור פאר א איסור אויף פרויען דרייווען איז א מכתב,געדריקט אין מכתבים דברי יואל. אין די איסור רעדט סאטמאר רב פון ביידע. ער לאזט איבער א אויסנאם "לצורך הפרנסה". ס'איז קלאר אז די רבי האט געזעהן א פרוי'ס דרייווען אלס הארבער פון א מאן'ס דרייווער, אבער פארט איז נישט געבליבן קיין זכר פון די מענער איסור.


דברי יואל מכתבים, מכתב כ"ט, דאטירט ה' לסדר זאת חקת התורה תשלט לפ"ק פה קרית יואל יצ"ו

כ'קען נישט מצרף זיין א פאטאקאפי צוליב די פייל סייז.

שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:44 pm

· #345732
Re: דורכגעפאלענע איסורים

שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:49 pm

· #345734
Re: דורכגעפאלענע איסורים
שווער צו מאכן דיוקים פון א בריוו וואס איז נישט געשריבן געווארן דורכ'ן רבי'ן אליין.
אבער עס איז גאנץ קלאר אז אפילו דאס צוגעווארפענע ווארט אברכים מיינט כולל אינגעלייט קורץ נאך די חתונה, און נישט בכלליות מענער.

עס איז דא איסורים וואס זענען דורכגעפאלן. אבער עס זענען דא איסורים וואס זענען טאקע ארויסגעקומען בכתב, אבער ס'איז קיינמאל ניטאמאל געווען קיין מערכה זיי איינצופירן.
א מערכה קעגן מענער דרייוון איז אין פאקט קיינמאל נישט פארגעקומען. אפילו די מערכה קעגן בחורים דרייוון איז אויך רעלאטיוו א נייע זאך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:53 pm

· #345736
ונהפוך הוא

.
📎 02.jpg 📎 01.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:04 pm

· #345737
שמעקעדיג: ייש"כ. ווען איך וואלט געווען איינער פון די מגידים און מוכיחים וועלכע זענען אייביג ביזי מיט יענעם'ס עבירות און פירצות הדור, א שטייגער ווי דער חשוב'ער איד, און שטארקער מוכיח וועלכער איז זייער שטארק קלאר אין די שיטה הקדושה. איך וויל אבער נישט דערמאנען זיין נאמען מיט זיינע כינויים, מטעמים הידועים. ער וואלט ווען זיך אזוי מתמרמר געווען...אוי. הלוואי וואלטן מיר היינט געהאלטן ביי די פירצות און עבירות פונ'ם יאר תשל"ט, ווען ס'איז נאכנישט געווען דער טמא'נער אינטערנעט און די אנדערע טמא'נע טעכנאלאגישע כלים, רח"ל מהאי דעתא. אויך דער טמא'נער, פארשאלטענער וואטס'עפפ וועלכער האט שוין געראטעוועט טויזנטער שטובער פון חורבן איז נאך אויכעט נישט געווען אויף די וועלט. ווער ווייסט וואס נאך די טמא'נע רשעי ישראל, די ציונים ימ"ש שר"י עפ"ל, וועללן נאך אויסטראכטן כדי מכשיל צו זיין די בני ובנות ישראל הכשרים, בעווה"ר... 🙄 😢 😮

יואליש » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:09 pm

· #345759
שמערל
שווער צו מאכן דיוקים פון א בריוו וואס איז נישט געשריבן געווארן דורכ'ן רבי'ן אליין.
אבער עס איז גאנץ קלאר אז אפילו דאס צוגעווארפענע ווארט אברכים מיינט כולל אינגעלייט קורץ נאך די חתונה, און נישט בכלליות מענער.

עס איז דא איסורים וואס זענען דורכגעפאלן. אבער עס זענען דא איסורים וואס זענען טאקע ארויסגעקומען בכתב, אבער ס'איז קיינמאל ניטאמאל געווען קיין מערכה זיי איינצופירן.
א מערכה קעגן מענער דרייוון איז אין פאקט קיינמאל נישט פארגעקומען. אפילו די מערכה קעגן בחורים דרייוון איז אויך רעלאטיוו א נייע זאך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk


ווען ער מיינט בלויז כולל אינגעלייט איז דאך די "לצורך פרנסה" אויסנאם איבעריג, ריכטיג? אין אנדערע ווערטער, די חילוק צווישן כולל אינגעלייט און עלטערע אינגעלייט איז נישט די יארגאנג נאר די רחיים על צווארו, נישט אזוי?

אלענפאלס, ס'איז אמת אז די פארבאט בדרך כלל איז קיינמאל נישט אנגענימען געווארן, עכ"פ אין בעלי בתישע שטיבער. אבער דאס צייגט מער אז אנדערע פראקטישע און סאציאלע פאקטארן שפילן א ראלע אין די עווענטואלע אנטווינקלונג פון "הלכה", און דעת תורה איז נישט די אויסשליסליכע אופן פון דאס אנאליזירן. ס'לאזט זיך שפעקעלירן פארוואס פרויען שלעפן אפט דאס איבערוויגענדע משא פון געוויסע אומפראקטישע איסורים וואס מאכט זייער פליכט פון פירן א פארנימענע שטוב מיט קינדער שווערער (דרייווען און סעלפאנס, לדוגמא). איז עס ווייל מענער שאפן די ציבורישע באשליסן בדרך כלל אדער ווייל מענער האבן די ריחיים על צווארו מער אפט וואס ריפט פאר פראקטישע פשרות, אדער אנדערע פאקטארן? ס'איז אן אינטערעסאנטע חקירה וואס לאזט זיך שפעקעלירן אן קומען צו מאסגעבענדע מסקנות.

שמערל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:06 am

· #345868
Re: דורכגעפאלענע איסורים
זעענדיג דעם נייעם צעטל פון מוסדות סאטמאר, וואס אנטהאלט פרישע איסורים וחרמות אונז איינצוטיילן וויאזוי מיר זאלן מחנך זיין אונזערע קונדער – פארשטייט זיך אלעס פאר אונזער אייגענע טובה – איז מיר בייגעפאלן א געדאנק וואס ווארפט א ליכט אויף די פשט פון דעם דרייוון איסור אויך.

אין סאטמאר איז שוין דא אלטער וועג וויאזוי מסביר צו זיין א מאדנער איסור פארן עולם וואס רופט זיך א קל וחומר. ד.ה. מען קראצט אפיר עפעס א זאך וואס איז אפשר אסור, און פון איז געדרינגן אז אויף די זאך וואס מ'איז יעצט דן איז אודאי "יעדער" מודה אז ס'איז אסור.

למשל לאנגע שייטלן. עפעס א בעל תאוה איז בייגעפאלן אז דאס איז אים גורם הרהורים און מ'ברויך דאס עוקר מן השורש זיין, נו וויאזוי טרעפט מען אויף אן איסור דערויף, איז א שייטל מותר, דאן מאי חזית ווי לאנג עס איז? אויף דעם הייסט מען אן צו דרייען מיטן גראבן פינגער. "בעצם" וואלט מען אלע שייטלן ווען געברויכט צו אסר'ן, נאר מ'קאן דאך ליידער נישט, ס'איז דאך אזא שוואכע דור. אבער נו, לאנגע שייטלן איז דאך "ברור" אז ס'איז א איסור חמור, און מ'געט א קלאפ אוין טיש און פטור אן עסק.

מ'קאן ברענגן נאך אומצאליגע ביישפילן אויפן זעלבן לאגיק, ואכמ"ל, פאר מער כאפט א בליק אין די חידושי תורה שווארצע בענדער.

(אין די נעכטיגע איסור אויך. מ'געט ארויס א איסור צו נעמען קינדער קיין מיאמי, און די הסבר איז די אלטע אויסגעדראשענע ליצנות איסור, אז "בעצם" איז דאך אסור בכלל אפילו פאר די טאטעס צו פארן קיין מיאמי. איי אויב איז עס אסור וואס איז בכלל די הוא אמינא מיטצונעמען קינדער, קיינער פארט דאך ממילא נישט? און אויב ווייסטו אז ס'איז א ליצנות ווייל יעדער פארט דאך, און אפילו דער רבי פון די מוסדות פארט דאך כסדר אהין, דאן וואס פארדרייסטו א קאפ?
נאר וואס'זשע דען, מיר האבן שוין אן אלטע אויסגעדראשענע מסורה צו נוצן דעם פארקרימטן לאגיק מהלך, און מיר פלאנעו זיך נישט אוועקצורירן דערפון ביז מסירות נפש, מיר זענען אפילו גרייט צו עפענען קנעפלעך די ציונים זאלן שיסן, אבי נישט חס ושלום משנה זיין.)

שוין. צוריק צום איסור אויף פרויען דרייוון. כנראה האט דער כותב האיסור געהאט א פראבלעם ארויס צו שרייבן דעם גראבן אמת, אז ער איז נישט מער ווי א סעקסיסט און האלט אז פרויען פארדינען נישט די פריהייט צו מעגן דרייוון. נו וואס טוט מען? מען נעמט ארויס דעם אלטן מיטל אז "בעצם" טארן מענער אויך נישט דרייוון נאר מ'האט נאר בדיעבד מתיר געווען לצורך פרנסה. אבער פרויען? טארן דאך אודאי און אודאי נישט און פטור אן עסק.
איי דאס לעכערליכקייט דערפון איז דאך אין לשער. ווייל יעדער ווייסט אז מענער דרייוון סתם פאר שוואוילטאג, ועוד, אויב איז אסור, פארוואס איז דער איסור חל אויפן דרייוון און נישט אויפן פארן? פארוואס מעגן סיי מענער און סיי פרויען פארן ווי עס גליסט זיך מיט א קאר סערוויס אפילו שלא לצורך פרנסה? און פארוואס ווען דער מאן דארף ערגעץ אנקומען לצורך פרנסה, זאל די פרוי נישט טארן אריינכאפן א מצוה און דרייוון איר מאן צו זיין דעסטינאציע?
נאר צוריק צום אלטן. שכל און לאגיק איז נישט פאר אונז, מיר האבן א מסורה, און מיר וועלן זיך פון דעם חס ושלום נישט אוועקרירן.

ליפא » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:16 am

· #345869
שמערל
למשל לאנגע שייטלן. עפעס א בעל תאוה איז בייגעפאלן אז דאס איז אים גורם הרהורים

יע עפעס א מין צודרייטער יענער. שייטלען זענען דאך אזוי מיאוס, ווי לענגער אלס עקעלדיגער. ווער רעדט נאך אויב ס'איז פון human hair. פוי. איך האב אמאל בשוגג געזען אזא פרוי מיט א לאנגען שייטל ביז ווי די אידן האבן גערוט פרעג בעסער נישט, איך האב מיר אזוי פארעקעלט כאב געדארפט זיין צוויי יאר אויף וויעגרע!! א מין צודרייטע בעל תאוה יענער.. וואס איז עם בייגעפאלן???

שמערל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:31 am

· #345871
Re: דורכגעפאלענע איסורים
נישט פארשטאנען וואס דרוקט דיר, קיינער זאגט נישט אז לאנגע שייטלן איז נישט שיין, עס איז אבער נישטא קיין איסור צו זיין שיין, און אפילו אויב יא, זאג ארויס אז דאס איז די איסור, מאך נישט קיין קל וחומר'ס.
און טאקע שכח פארן דערמאנען יומען האר. די טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך און אין אלע יוצאי כלים איז, אז מען מעג גיין מיט פאה נכרית, וואס אין אידיש טייטש איז יומען האר פון א חבר'טע אדער אפילו פון זיך אליין אויב האט מען עס אפגעשניטן און פארוואנדעלט אין א שייטל, קומען און פארדרייען א קאפ אז מען טאר נישט גיין דערמיט ווייל "בעצם" איז אלע שייטלן אסור, איז נישט מער ווי א קאפ פארדרייעניש.

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:37 am

· #345874
Re: דורכגעפאלענע איסורים
באר שבע האלט אנדערש (און אזוי נעמען אהן נאך אחרונים)

לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:44 am

· #345877
שמערל
נ די טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך און אין אלע יוצאי כלים איז,
👍
איך ווייס וועגען אזעלכע וואס גייען ארויס פון די כלים ווען זיי זעהן לאנגע שייטלעך

שמערל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:44 am

· #345878
Re: דורכגעפאלענע איסורים
יהושע חיים
באר שבע האלט אנדערש (און אזוי נעמען אהן נאך אחרונים)

לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נאכאמאל. די נושא איז נישט צו עס איז אסור צו נישט, די נושא איז וויאזוי מען אסר'ט עס. פאקט איז סאטמאר רב האט געהאלטן אזוי ווי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, אז להלכה מעג מען גיין אין א שייטל, דאס קומען און אסר'ן לאנגע שייטלן אדער יומען האר שייטלן מכח א קל וחומר אז "בעצם" איז פלענע שייטלן אויך אסור, איז אפגעפרעגט. אז דו ווילסט שרייבן א תשובה פאר וואס לאנגע און יומען איז אסור שרייב געזונטערהייט. אבער מיר באציען זיך דא צו די רבנים וואס האבן נישט געשריבן אזא תשובה, נאר זיך באגנוגנט מיט די דאזיגע אפגעפרעגטע קל וחומר.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:14 am

· #345883
יהושע חיים

לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ס'איז נאר א תירוץ. ס'איז אינו דומה בכלל...

די אלע לעצטיגע גדולים ואדמורי"ם וואס האבן געאסר'ט לאנגע שייטלעך האבן לכתחילה זיך געפירט לאיסור בכלל אויף פאה נכרית.

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:29 am

· #345888
בן אדם
יהושע חיים

לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ס'איז נאר א תירוץ. ס'איז אינו דומה בכלל...

די אלע לעצטיגע גדולים ואדמורי"ם וואס האבן געאסר'ט לאנגע שייטלעך האבן לכתחילה זיך געפירט לאיסור בכלל אויף פאה נכרית.


אבער וואס איך פארשטיי נישט איז אויב שייטלעך האבן א דין האר איז עס אסור און אויב נישט וואס גלייכסטו עס צו צו לאנגע האב פון מיידלעך

outspoken » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:43 am

· #345891
די עוולה איז אויף די קעפל "אודות הפירצה שנשים

יואליש » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:48 am

· #345892
outspoken
די עוולה איז אויף די קעפל "אודות הפירצה שנשים


געקלערט די זעלבע. דאס גיט א בליק וויאזוי א פובלישער אדער מסדר כתבים אדער אן עסקן האט די איינפלוס צו שפינען הלכה ומסורה. אין מידיא איז באקאנט אז העדליינס און ארטיקלן האבן באזונדערע עדיטארס און שרייבערס. א העדליין זאגט וואס דער דריקער וויל היילייטן.

שמערל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:35 pm

· #345898
Re: דורכגעפאלענע איסורים
מיך האט געבאדערט די עולה אז ס'שטייט 'מכונית' עברית ר"ל

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:57 pm

· #345905
יהושע חיים


אבער וואס איך פארשטיי נישט איז אויב שייטלעך האבן א דין האר איז עס אסור און אויב נישט וואס גלייכסטו עס צו צו לאנגע האב פון מיידלעך

איך ווייס נאר אז ע"פ קבלה איז זיכער דא א חילוק, ווייל אויף אפגעשניטענע האר איז שוין נישט שורה קיין דינים. אבער קען זיין ע"פ הלכה אז חז"ל האבן אויך פארשטאנען אז ס'דא א גרויסע חילוק פון בהאפטענע האר און אפגעשניטענע.

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:25 pm

· #345934
Re: דורכגעפאלענע איסורים
לא הבנתי

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:29 pm

· #345935
וואס איז שווער צו פארשטיין?

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:42 pm

· #345950
Re: דורכגעפאלענע איסורים
ווי קומט אריין דא דער זוהר
לאמיר איבער חזר'ן איז א שייטל האר אדער נישט?
אויב יא טאר מען עס נישט גיין. אויב נישט דארף לאנג אויך נישט זיין קיין פראבלעים

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:52 pm

· #345953
יהושע חיים
ווי קומט אריין דא דער זוהר

ווי נישט?
יהושע חיים

לאמיר איבער חזר'ן איז א שייטל האר אדער נישט?

אוודאי
יהושע חיים

אויב יא טאר מען עס נישט גיין.

פארוואס נישט? ס'דאך שיין?
יהושע חיים
אויב נישט דארף לאנג אויך נישט זיין קיין פראבלעים

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

גערעכט...

דער איסור פון האר איז נאר ווען ס'איז מחובר, איינמאל ס'איז אפגעשניטן האט דאס שוין נישט די חשיבות און ס'פאלט אוועק די איסור..!

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:56 pm

· #345955
Re: דורכגעפאלענע איסורים
איך רעד פון די איסור פון לאנגע שייטלעך וואס מען נעמט פון די לאנגע האר לגבי מיידלעך

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:02 pm

· #345957
האסט אבער אנגעהויבן מיט דעם!
יהושע חיים

אבער וואס איך פארשטיי נישט איז אויב שייטלעך האבן א דין האר איז עס אסור און אויב נישט וואס גלייכסטו עס צו צו לאנגע האב פון מיידלעך