☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מעג מען געבן געלט פאר פאליטיקאנטן צו נישט

מעג מען געבן געלט פאר פאליטיקאנטן צו נישט

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10477

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך מאי 11, 2016 1:26 pm

· #332654
מעג מען געבן געלט פאר פאליטיקאנטן צו נישט
לעצטענס איז דא יעדע טאג פרישע סקאנדאלן אויף די פאליטיקאנטן למשל אויף דיבלאזיאו צו אויפן גאווערנאר אז זיי האבן גענומען געלט פון גרויסע קאמפעניס צו פון נורסינג הוים חברה פאר זייערע פאליטישע קאמפיינס און דאס ווערט א גאנצע געטוהאכץ ביי די מידיא און זיי זוכן שוין פונקטליך וויפיעל זיי האבן באשטייערט פארן קאמפיין און גלייך דערנאך טרעפן זיי שוין פונקטליך וואס זיי האבן צירוק באקומען דערפאר און דערנאך ווי נאר די נייעס ווערט געבראכן גייט דער פאליטיקאנט און געבט אפישילי צירוק די נדבה זעהט אויס ווי אזא שפיעל

וואס פשט דערפון ווי אזוי דען דארף די פאליטיקאנט אויפטרייבן געלט איז עס נישט לעגאל צו געבן געלט ? וואס דען זענען די אלע גרויסע לאביעסטן וואס האבן די שטערקסטע כח אין אמעריקע ווי אזוי מאכן זיי עס אן קיין שטערונגען און אנדערע ווערטער וואס איז די קלארע ליין ווען מעג מען געבן געלט און ווען נישט