שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10476
שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
א שווערע עקסידענט איז היינט געשעהן אין קרעסטיר-אונגארען, צווישען א קאר מיט א טרעילער
צוויי בחורים פון לאנדאן זענען אין א קריטישע צושטאנד
ביטע זייט מתפלל פאר יהודא זאב בן אירית און בנימין בן רחל בתושח"י
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
מ'האט עמיצען געוואלט ארלעדיגען האבן אים די עסקנים משכנע געווען צו פארן קיין קערעסטיר זיך "אויסצוטשוכענען" און מ'האט באצאלט פאר די ארטיגע מאפיא זאלן אים אפרוימען אין א אומשולדיג אויסזעהנדע קאליזשען.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
טאמבל סאסמ'האט עמיצען געוואלט ארלעדיגען האבן אים די עסקנים משכנע געווען צו פארן קיין קערעסטיר זיך "אויסצוטשוכענען" און מ'האט באצאלט פאר די ארטיגע מאפיא זאלן אים אפרוימען אין א אומשולדיג אויסזעהנדע קאליזשען.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
און טעד קראז'ס טאטע האט געהארגעט קענידי
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
איך כאפ נישט די זשאוק
ערנסט גערעד, וואס איז פארגעקומןען דארט? טאמבל, האלט דיינע ווערטלעך פאר א בעסערע צייט. #מענטשליכקייט אלערט!
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
Cp
ביטע שיקען ווייטער.
טייערע ברודער רחמנים בני רחמנים!
נעמסט אראפ פון אייער צייט ממש א מינוט און זאגט א קאפיטעל תיהלים לרפואתו
״יהודא זאב בן אירית״
״בנימין בן רחל״
קריטיש פון א עקסידענט און קערעסטיר אונגארן.
תזכה למצות.
בזכות רבינו זי״ע זאל אלעס זיין גוט.
ס׳דרייט זיך ארום עפעס א קליפ פון עפעס אן אזויגערופענע חבר פונעם וויקטים אפדעיט דעים עולם לייוו פונעם צענע ער כאפט אפ די וויקטימס אויפן קליפ בין מוות לחיים
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
דרייט זיך ארום א קליפ פון #א_פרענד_פראם_לאנדאן אן קיין טראפ געפיהלן כאפט ער אפ זיינע 'פרענדס' וואס זענען קריטיש פארוואונדעט, # האסט_אזאנס_געהערט?
#ביסט_אינגאנצן_צוריקט_געווארן?
#האסט_באקומען_די_וסת?
דא האט איהר די קליפ נישט פאר שוואכע הערצער
איך זעה יעצט אז עס האט זיך נישט ארויפגעכאפט ווער ס׳האט דאס קליפ זאל עס ביטע ארויף שטעלן
ס׳גוט אמאל צו זעהן וויאזוי מען זעהט אויס ווען מען באנארישט זיך און מען כאפט אפ אזעלכע מצבים
דער וואס כאפט די קליפ האט איבער געלאסט די שכל אין #לוונדווון.
וואס די טעכנעלאגיע האט געמאכט מיט געוויסע מענטשן, זיינע חברים ראנגעלען זיך מיטן מלאך המוות אין ער איז ביזי זאגן מענטשן זאלן כאפן ווידיאו ווען ער דארף אפאר לייגן זיי ווידיאו פאר א רגע.
ר׳ ישיעי׳לה בלאז עיהם אריין א טיפות שכל
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
ביי די ענדע פינעם קליפ זאגט ער פארן פאליציאנט האלט די ווידיא.
איך ווייס זיך נישט וואו אהין צוטוהן פאר בושה, וואס איז געשען מיט אונזער פאלק?? מען האט פארלוירען סלעצט טראפל מענטשליכקייט??
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
<a class="postlink" href="http://matzav.com/photos-accident-in-kerestir-hungary-involving-yidden-visiting-for-rav-yeshayeles-yahrtzeit/">http://matzav.com/photos-accident-in-ke ... yahrtzeit/</a>
<a class="postlink" href="http://www.zadikim.net/?p=14238">http://www.zadikim.net/?p=14238</a>
שוין, די עיקור איז השי״ת זאל שענקען א גאנצע רפואה פאר אלע דריי בחורים
שאולדיספריםפאקעראיך זעה יעצט אז עס האט זיך נישט ארויפגעכאפט ווער ס׳האט דאס קליפ זאל עס ביטע ארויף שטעלן
ס׳גוט אמאל צו זעהן וויאזוי מען זעהט אויס ווען מען באנארישט זיך און מען כאפט אפ אזעלכע מצבים
שאולי איך קען נישט זעהן די קליפ זאג מיר זשע ביטע וויאזוי מען זעהט אויס ווען מען באנארישט זיך און מען כאפט אפ אזעלכע מצבים[/quote] ?
אויך קען מען זעהן אינעם קליפ דעם ענגלישער מעטעליטי ווי יעדער קריכט אריין אינעם צווייטנ'ס קישקעס.. אה דאס איז קאהן פון סטעמפארד הילל מיין עלטער זיידעס שטיף זינס קאזינס פעטער.
מיי_פרענד_ פראם_לאנדאן!!
סמבטיוןאיך ווייס זיך נישט וואו אהין צוטוהן פאר בושה, וואס איז געשען מיט אונזער פאלק?? מען האט פארלוירען סלעצט טראפל מענטשליכקייט??
גוט מארגען
איך האב די קליפ, אבער ווייס נישט וויאזוי דאס ארויפצולייגן דא.
איינער פרעגט עיהם ״די הייסט כך וכך״ ער ענטפערט ״יא יא״. האסט מיר שוין דער חכם׳ס נאמען.
ער האט נישט איבערגעלאזט זיין שכל אין לאנדאן, ער האט קיינמאל נישט געהאט
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
דער חכם מאכט א גרויסע טעות, אנשטאט ארומלויפן זאגן אז זיי זענען זיינע חברים, ברויך ער צו זאגן: זיי פלעגן צו זיין מיינע חברים ביזן עקסידענט, ווייל ס'שווער צו גלייבן אז זיי גייען בלייבן זיינע חברים נאך אזא קליפ
ער האט אן איזרעילי אקסענט
איך וויל עם ציפליקן יעדעס מאל ער זאגט מיי פרענד פראם לאאאנדאאאן
#הוי_דן_את_כל_האדם_לכף_זכות
ס'קען זיין דער אינגערמאן\בחור האט אפגעכאפט דעם קליפ נישט לשם באפפער נאר לשם מ'איז אין א פרעמד לאנד ער ווייסט נישט ווער דעי רעטונג אגענטורן זענען האט ער עס אפגעכאפט פאר סיקיארעטי ענד טרעיניניג פורפעסעס..
יעצט ווער איז יא נישט מענטשליך איז יעדער וואס ס'האט געדריקט דעם פארווערד באטען דער אפכאפער איז נישט אויסגעשלאסן, אבער פארן אפכאפן האט ער זייער גיט געטון.. דאס וואס ער רעדט ווי א טיפיש קומט עם נאכנישט סקילה
כהאב אויך געזען דעם קליפ, מיך זעט אויס ווי דער בעל הקליפ איז אין פאניק און פארלוירן, ער ווייסט אפילו נישט וואס ער טוט און וואס ער וויל, מ'הערט אים כליפען און שטיקן פון געוויין, ער דמיונט אז ער איז וויכטיג און ער מוז מיט פארן אין שפיטאל, ניטאמאל געדענקט ער אז ער פילמירט און מיינט זיכער נישט קיין שלעכטס.
א לייכטזיניגקייט, א פארלוירן קייט, נישט קיין איבריגע חכמה אבער נישט קיין רשעות ווי אין אנדערע פעלער.
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
ביים ארויסשיקן ס'קליפ איז ער נאכאלץ געווען פארלוירן?
טאמבל סאסמ'האט עמיצען געוואלט ארלעדיגען האבן אים די עסקנים משכנע געווען צו פארן קיין קערעסטיר זיך "אויסצוטשוכענען" און מ'האט באצאלט פאר די ארטיגע מאפיא זאלן אים אפרוימען אין א אומשולדיג אויסזעהנדע קאליזשען.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
טאמבל סאס: כ'בעט דיך זאג מיר אויס דעם סוד. וואס רייכערסטו...? איך 'עלל קיינעם נישט פארציילן.
דער טראק דרייווער האטציך געדרייט אין ביהמ"ד אדער אין מקווה. און ר'האט אויסגעפונען פונקטליך מיט וועלכן קאר דער בחור וועם ער (אדער זיין בעה"ב) האט געוואלט ערלעדיגן וועט פארן יענעם טאג...!...
Re: שווערע עקסידענט אין קרעסטיר
זלמן ווידער איז דיר נישט גענוג גוט?
געהערט אז מע האט געטרענספערט די צוויי בחורי קערעסטיר קיין לאנדאן מקור מחצבתם פאר בעסערע באהאנדלונג.
לויט ווי ר' זלמנען פון דער קול מבשר אינסטעטוציע געט איבער איז דאס געווען אויף א ספעציעלע פליגער מיט א שטאב פון דאקטוירים וואס האבן זיי באגלייט.
סבלייבט נאר איבער צו וויסן אויב דעם חבר זייערע - היס ענגליש פרענדס פראם לאָנדאָן מיט א קמץ דגושה - וואס איז געשטאנען דארט צו די האנט אזוי געטריי אויב מע האט עם אויך מיטגענומען מיט די פליגער אדער נישט.
פארט איר אויף קברי צדיקים???
שליסט אייך אן אין די וואטסאפ גרופ פון צדיקים.נט ווי איר וועט כסדר ווערן אפדעיטעד מיט בילדער אין נייעס פון אלע מקומות הקדושים
קליקט דעם לינק צו ווערן א מעמבער:
<a class="postlink" href="https://chat.whatsapp.com/8Qy1dKnWDQa30zWiaII5P9">https://chat.whatsapp.com/8Qy1dKnWDQa30zWiaII5P9</a>