☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #10474

אשכול אן א טיטל #10474

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10474

— » דינסטאג מאי 10, 2016 9:00 pm

· #332563

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פרייוויליג » דינסטאג מאי 10, 2016 10:38 pm

· #332575
ממרים הייתם עם השם אלוקיך... האט דער הייליגער קאצקער געטיישט "ממרים הייתם" "ווידערשפעניגער זענט איר געווען" "עם השם אלוקיך" "מיטן באשעפער אייער באשעפער. איז דער קאצקער מסביר ס'איז פארהאן אמאל וואס עמיצער פארמאגט אויסנאמליכע פארדארבענע מידות. ער איז גאר א גאון עצום במסכת השחתת המידות, און זיין וועזנהייט רופט ארויס אפשיי און עקל ביי די ארומיגע און צושויער. אבער דאס וואלט נאך אפשר מעגליך געווען עטוואס איבערצוטראגען.

נעמליך זענען אבער פארהאן נאך גרעסערע גאונים אין די סיגיא עמוקה פון השחתת המידות. דהיינו מ'נעמט דאך מיט דעם באשעפער אויך. מ'נוצט די מצות התורה צ.ב.ש וואו די מצוה פון הוכח תוכיח את עמיתך יענעם צו דערלאנגען וואו עס דארף צו זיין. דער רשע וועט יענעם אריינזאגען און דערגיין די יארן מיטן גרעסטען סאדיסטישקייט, אזש אז יענער זאל זיך נישט וואגען זיך צו באווייזען זיין רויט-געפארבטען פנים פארן פובלוקום פאר מינימום 2 חדשים. סטייטש? מען מיז דאך יענעם זאגן מוסר. ווער וויל דען אז דער טייוול זאל די נשמה זיינע גליען אינעם הייסען גיהינום אוטודאפע? ממרים הייתם עם השם אלוקיך. מ'נוצט ג-ט פאר די אייגענע פארדארבענקייט.. סארא פארברעך...

אין אונזער פאל. קומט ארויף א יונגערמאן אויפן באס, און צאלט טבין ותקלין פאר א באס-בילעט, ער לייגט ארויף די טאשקע זיינעם, מיטן טלית און תפילין זאק אינעם שופלאד צוקאפענס, און מאכט זיך באקוועם אויף זיין זיץ, און גרייט זיך צו פארכאפן א געשמאקע דרימעל...

מיטאמאל קומט ארויף אויפן באס א מה יעשניק, ער האט טאקע א ווייסע בארדע, מיט חסידישע ברילן, אבער אין דער ווירקליכקייט איז ער גארנישט מער ווי דעם יונגערמאן, נאר אפשר מיט דעם וואס ער האט געגעסן מער יארן פרענשרייס מיט בארשט און גריווען, און ער נעמט זיך פראקטערצירן זיינע פארשטינקענע מידות, מיט אן גרוילהאפטיגע השחתה, באנאזאם מיט זיין מארמארישע אזיאטישע וואלגארישע אויסשפרוך, און נעמט זיך באזידלען דעם איידעלען אומשולדיגען יונגערמאן... און דער גאצע באס האלט דאס מיט מיט א גלעכטער. און קיינער נעמט זיך גארנישט אן פאר דעם יונגערמאן... סטייטש? מפני שבה תקום... דער וואנזיניגער נוצט נאך ג-ט זעלבסט פאר זיין פינסטערע השחתה...

אין דער ווירקליכקייט איז זיך דער יונגערמאן אליינס שולדיג.. ער וואלט דעם מטורף געדארפט פארוואנדעלן פאר א מרוח אשך אויפן ארט....אזוי אז דער שרייער זאל פארלירען דעם קינדער פראדוצירער זיינעם באלד דארט אויפן ארט. און אז דער יונגערמאן האט דאס נישט געטאן, האב איך מיט אים קיין מיטלייד... נישט בלויז ווייל דער צויושטער באקאווינער ציגיינער איז א פארפוילטען בולוואן. נאר צילוב דעם וואס ער האט נאך די פרעכהייט צו נוצן דעם גוטען ג-ט, געבענטשט זאל זיין זיין הייליגטום פאר זיין שאנדפולע השחתה...

דער קליפ איז דער גרעסטער פארשעמונג פאר די מענטשליכע ראסע.... ס'איז אן עקל און א גרויל... פוי.....

סי. פי.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 10, 2016 10:42 pm

· #332577
איז דאס נישט קאך לעפל'ס תגובה אינעם דערנעבנדיקן אשכול?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

פרייוויליג » דינסטאג מאי 10, 2016 11:04 pm

· #332579
נישט געוויסט. געשריבן סי. פי. באקומען אויף סאשעל מידיא.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 11, 2016 12:08 am

· #332589
וואס פארשטייסטו נישט, ער שרייבט דא איבער די סקריפט פון קאך לעפל וויבאלד דאס וועט זיין די צווייטע סצענע פונעם שפיל.