☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #10472

אשכול אן א טיטל #10472

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10472

— » דינסטאג מאי 10, 2016 2:39 pm

· #332481

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 10, 2016 3:39 pm

· #332502
די וואס ווייסן ווייסען.... אז א באדייטענעם טייל פינעם קאמפיין-קאסט ווערט געדעקט דירך דעם מארד שפיטאל מיימאנעדיס זעלבסט....וואס טרענקט זיך אין מיליאנען... בבחינת שמור לי ואשמור לך.....

אזא פנים האבן מיר... יעדער מיינט זעך און זעך... אבער דעם חולה זעלבסט מיינט קיינער נישט....

צדיקים זאגן אז ווען מ'טרעט איבער דעם שוועל פון דעם יודישיסטישע- פארווערס מארד - שפיטאל, וואס פארשעמט דעם נאמען פינעם הייליגען רמב''ם יעדע ליאדע סקונדע. דארף מען צוויי מאל גומל בענטשען

1) צילוב חולה ונתרפא.
2) אז מ' איז ארויס לעבעדיג פינעם מארד - שפיטאל

בן אדם » דינסטאג מאי 10, 2016 3:43 pm

· #332503
לעצטענס האבן זיי עפעס אויך אנגעשלאסן א בונד מיט לוטערן. כ'ווייס נישט צו ס'איז די זעלבע אדער נאך ערגער....

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 10, 2016 5:38 pm

· #332520
וואו! עטוואס געשאחטען, צו געשטאכען, דער הייליגער קוה. דאס דערמאנען א האלבע ווארט אויף הצלה איז געווענדליך הארבער ווי דער בעלזער וואס גאלט זיך שבת אויפרוף מיט א מאשינקע, ווי א וויזניצער זאל זינגען בלויז זעקס מאל מנוחה ושמחה, ווי דער ליטוואק וואס וואשט זיך נאכ'ן שקיעה צו א נישט ישן שאלעשודעס, ווי א באבובער זאל ארויסנעמען א דאללאר פון טאש, ווי סיי וואס פאר אן אונגארישער אידענע זאל עסען זויער אוגערקעס אין סוכה, ווי גייען אין מיליטער אנשטאט'ס אילת. און דא האט מען שוין אביסל גערעדט.
פארשטייט זיך אז מ'האט גלייך האלבוועגס צוריק געצויגען, אבער א התחלה יא.

לאמיר זען קליפ און קלאר — ווי גייט די געלט? גענוי וויפיל קאסט יעדער זאך? וויפיל גיבט דער רעגירונג? וואס טוט מען ווען איינער טויג נישט? וואס זענען די לעבענס ראטען פון מענטשען וואס פאלען אין זייער הענט? וואס פאר א סיסטעם האט מען ווען א יונגערמאן באנוצט זיין פאזיציע צו טוהן וואס מ'טאר נישט? קענען מיר זען תשובות פון פוסקים וועגען זייער שאלות?

א ציבור מוסד מוז זיין אפען צום ציבור.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יואליש » דינסטאג מאי 10, 2016 6:15 pm

· #332530
קאך לעפעל, מיימאנאדיס טרינקט זיך אין מיליאנען? אפשר מיינסטו מיליאנען אין חובות. זיי האבן לעצטענס געמיזט נעמען א הלוואה פון נארט שאר, וועלכע גייט גאנץ באשטימט איר איבערנעמען עט סאם פאוינט.

וכדומה.. » דינסטאג מאי 10, 2016 8:57 pm

· #332562
איך גיי נישט אריין אין די זייטיגע נקודות, אבער די טענה אז זיי שפענדן אויף מארקעטינג ריזיגע סכומים איז זייער נאריש.

קודם כל אפילו אויב זיי פארדינען בלויז 5 פראצענט פראפיט אויף די געלט וואס זיי געבן אויס, איז עס שוין נישט קיין דורכפאל פון א מארקעטינג קעמפעין. און ס'האט זיך אלעס געלוינט.

צווייטנס, צו וועם קומט אן די אלע געלטער? אלעס פליסט צוריק אריין אין די קאמיוניטי, פון עטרת גאלדא ביז איסטערן זילבער פאר די לייכטער, ס'הייבט סאך הכל די עקאנאמי אין די היימישע קאמיוניטי. די געלט ווערט נישט פארשווינדען ערגעץ ווייסעך וואו. מנעמט פון יענקל און מגעט עס צוריק פאר יענקל, און האסט נאך אריינגעכאפט א מצוה פון צדקה אויך.יא צדקה איז עס נאכאלץ, אפילו מנוצט עס פאר עקספענסעס.

איז ווייס איך נישט וואס מ'ברויזט אזוי אויף די אומגעהוירע בודשעט פון די קאמפעין.

בן אדם » דינסטאג מאי 10, 2016 9:30 pm

· #332568
עם.... עם... עה... איז איינער אפשר דא א הצלה מעמבער?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 11, 2016 7:44 am

· #332605
א מאדנע מעשה! מ'מעג באגנבנען די ציבור ווייל מ'איז א חלק פונ'ם ציבור. ווען יאנקל גיבט געלט פאר יוס'ל, איז עס צוריק אין יאנקל'ס טאש, ווייל יאנקל און יוס'ל טינקען זיך אין די זעלבע מקוה!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

וכדומה.. » מיטוואך מאי 11, 2016 5:52 pm

· #332705
גניבה? ווער גנב'ט? מרעדט נישט הלכה דא, און קיינער צווינגט נישט גארנישט.

די טענה האבערס רעדן מיט א מאראלישע טאן, היתכן מ'פארשווענט אזויפיל אידיש געלט. און דאס האב איך אוועקגעמאכט מיט די טענה הנ"ל. ופשוט הוא.

גיבור » דאנערשטאג מאי 12, 2016 3:49 pm

· #332805
אויף די בחורים טענה : די איינציגסטע דינער אין שטאט וואס עס שטייען יונגעלייט און לאזן נישט אריין קיין בחורים איז - הצלה
די בחורים קענען נאר גיין אויבען אבער בשום אופן נישט אונטען אין זאל.
(חוץ ווער זיין טאטע אדער פעטער אדער ....... איז א הצלה וכו')

בן אדם » דאנערשטאג מאי 12, 2016 3:54 pm

· #332806
וויאזוי ווייסן זיי ווער איז א בחור און ווער איז א אינגערמאן?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 12, 2016 5:28 pm

· #332815
בן אדם טייערע, ביי אונזער חסידישע געשוויסטער איז פארהאנען א פיהראכץ אז נאכ'ן חתונה לייגט מען אום שבת יו"ט פורים חוה"מ און ביי חתונות א סארט הוט געמאכט פון ווידלעך. מוצאי שבת טראגט מען עס ווייטער ביז'ן אנקומען אין טע'אטער אדער ביז'ן זיך לייגען שלאפען.
דערמיט קען מען לייכט דערקענען דער אונטערשייד צווישען א שלומיאל דערנאך זיין באקומען א טאטי טלית - בעג און ווען ער איז נאך אין תפיסה.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 12, 2016 5:41 pm

· #332817
בן אדם
וויאזוי ווייסן זיי ווער איז א בחור און ווער איז א אינגערמאן?


מ'נעמט אפיר די מנהלים פון מאחורי און מ'שטעלט די בחורים צום פארהער