☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס

א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10471

חברהמאן » דינסטאג מאי 10, 2016 11:54 am

· #332445
א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס
דיסקלעימער: עס איז די ערשטע מאל וואס איך שרייב אויף א בלאג אין אויף יודיש, ביטע נישט לאכן פין מיין גרעמער אין ספלינג, אויב איר האט א קארעקשין, ביטע שיק מיר א אישי.
אנגעהויבען האט זיך עס ווען איך בין געווען אין ישיבה אין איך האב נישט געהאט קיין געדילט צי לערנען, איך האב געהאט א רעדיו אויף מיין טעיפ ריקארדער אין איך פלעג הערן די טאלק שוי'ס אויף 770 אין די נייעס אויף 880, אויף 880 איז דא די ספארטס אפטעטס אויף די 15 אין 45, איך האב געהערט די סקארס אבער איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען, איך האב קוים געווארט אז ער זאל פארטיגן אין ציריק גיין צי די נייעס, אויך אויף 770 פלעגט זיין די דשעטס אין די דעווילס, אין ווען עס איז געווען א געים פלעגט עס מיר געפערליך נערווירן פארוואס איך קען נישט יעצט הערן די געהעריגע פרוגרעם, איין טאג צינד איך אן 880 אין איך הער טשאן סטערינג אין טשארלי סטיינער ווי זיי געבן פלעי ביי פלעי פון א יענקי געים, עס איז געווען אין 2003 זיי האבן געשפילט די סינסינעטי רעד'ס, איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער איך בין געווען אזוי בוירד האב איך עס אויסגעהערט, ציביסלעך האב איך מיך אויסגעלערנט די געים, אין פארשטייט זיך איך בין געווארן א גרויסע יענקי פען, נאכדעם איז געקומען פאטבאל, בעסקיטבאל, אין האקי, איך בין געווארן א פען פין די דשעט'ס, נעט'ס, אין דעוויל'ס. איך האב געהאט מזל אז אלע פיר טעימס זענען געווען גאנץ גיט יענע יאר, די יענקי'ס האבן געהט די געוואלדיגע געים 7 קעגן פעדרוי אין די רעד סאקס, די דעווילס האבן געווינען די סטענלי קאפ, איך מיין די דשעטס זענען געווען אין די פלעי אויפס אין די נעטס זענען געווען אין די פיינעלס, איך בין געווארן זייער מקושר צי מיינע טיעמס אין צי ספארטס בכלל, איך האב מיך גענימען געפערליך צים הארצן יעדע מאל זיי האבן פארלוירען, איך האב געהאט איין חבר וואס האט אויך מיטגעהאלטן ספארטס אין מיט עם פלעג איך מיך דארכשמויסען ספארטס, אבער חיץ פון דעם האט קיין נברה נישט געוויסט
נאכדעם האב איך פארשטייט זיך אנגעהויבען הערט אלע ספארטס טאלק שוי'ס אין געווארן א גרויסע פען פון זיי.
היינט בין איך אן אינצייקלעפידיע אין ספארטס אבער איך האב נישט מיט וועם צי רעדען דערוועגן, אין אינזער סיסייעטי איז ספארטס אפגעפרעגט, במילא האב איך מיך געשעמט צי רעדן דערפין, אסאך מאל ווען איך הער חסודים רעדן פון ספארטס אין איך וויל זיי אויסבעסערן אויף זייער עם ארצות, שעים איך מיך.
איך גלייב אז דא איז דא אסאך ספארטס פענס, באהלטן אין אפען, לאמיל הערען פון ענק.

טמיר » דינסטאג מאי 10, 2016 12:05 pm

· #332449
Re: א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס
פון די קעפל האט מיך אויסגעזעהן אז די זיכסט הילף ארויסציקריכן פון די בלאטע, האב איך דיך געוואלט אפפערן א דזשאב. זעה איך אז דו זיכסט פשוט קאמפעני. עלה והצלח!

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 10, 2016 12:13 pm

· #332451
חברהמאן
איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען.

חברהמאן
איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט.

חברהמאן » דינסטאג מאי 10, 2016 12:21 pm

· #332452
שמעקעדיג
חברהמאן
איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען.

חברהמאן
איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט.


גערעכט, איך וואלט געדארפט מאכן א דיסקלעימער, אז ווער עס פארשטייט נישט צי ספארטס וועט נישט פארשטיין דייפערטל וואס איך שרייב, עס איז אזוי ווי שרייבן דער רבי'ס שלש סעודת תורות אויף ענגליש.

גאנצל » דינסטאג מאי 10, 2016 12:22 pm

· #332453
מיך האט קיינמל אינטערסירט די געיםס אבער איינמאל דארף מען דאך צו דעם אויך פארשטיין אפשר לייגסטו אונז פאר די געיםס והמסתעף

ליפא » דינסטאג מאי 10, 2016 12:23 pm

· #332454
שמעקעדיג
חברהמאן
איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען.

חברהמאן
איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט.

וואס איז די סתירה?

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 10, 2016 12:28 pm

· #332457
כ'בין פארנומען איבער'ן קאפ מיט די סאטמאר און באבובע טיעמס. כ'קום נישט אן צו די נישט היימישע. א קורצע איבערבליק אויף פוטבאל וועט אבער נוצלעך זיין. וויקי האט עס נאר אין עגנליש, וואס כ'פארשטיי נישט אזוי קלאר צוליב מיין חינוך אין סאטמאר אדער באבוב. (כ'קען נישט זאגן וועלכע צוליב.. יא, גילוי חחח.. שוין אויסגעדערשטע זשאק, אבער לעצטענס ריסייקל איך צוליב הוגה'ס גיי גרין ארטיקל)

חברהמאן » דינסטאג מאי 10, 2016 12:32 pm

· #332460
רויטע וואנצעס
כ'בין פארנומען איבער'ן קאפ מיט די סאטמאר און באבובע טיעמס. כ'קום נישט אן צו די נישט היימישע. א קורצע איבערבליק אויף פוטבאל וועט אבער נוצלעך זיין. וויקי האט עס נאר אין עגנליש, וואס כ'פארשטיי נישט אזוי קלאר צוליב מיין חינוך אין סאטמאר אדער באבוב. (כ'קען נישט זאגן וועלכע צוליב.. יא, גילוי חחח.. שוין אויסגעדערשטע זשאק, אבער לעצטענס ריסייקל איך צוליב הוגה'ס גיי גרין ארטיקל)

פאטבאל איז די שווערסטע ספארט זיך צי לערנען, עס האט א געוואלד מיט סטראטעגיע, איך שרייב גאנץ שווער אויף יודיש אבער אויב דער עולם וויל טאקע וועל איך עס מסביר זיין

קרעקער » דינסטאג מאי 10, 2016 2:29 pm

· #332476
איך טראכט שוין לאנג וואסי די חיליק צווישען ספארטס און פאליטיקס? פארוואס פאליטיק איז געווארען נארמאהל ביים היימישען עולם (אויך נאר די לעצטע יאהרען), סדא אויף קול מבשר גאנצע אפטיילינגען, און ספארטס נישט? ביידע זענען פון 2 טיעמס גוים (סיז דא יודען סיי פאליטישאנס און סיי ספארטסלער אויך)
צו גייט אמאהל אויך ספארטס ווערען כשר וישר? גייט זיין אויף קול מבשר ספארטס אפטיילונג?

ליפא » דינסטאג מאי 10, 2016 2:30 pm

· #332478
פאליטיק האט עפעס אן אפעקט אויף אונזער לעבן

חברהמאן » דינסטאג מאי 10, 2016 3:09 pm

· #332488
קרעקער
איך טראכט שוין לאנג וואסי די חיליק צווישען ספארטס און פאליטיקס? פארוואס פאליטיק איז געווארען נארמאהל ביים היימישען עולם (אויך נאר די לעצטע יאהרען), סדא אויף קול מבשר גאנצע אפטיילינגען, און ספארטס נישט? ביידע זענען פון 2 טיעמס גוים (סיז דא יודען סיי פאליטישאנס און סיי ספארטסלער אויך)
צו גייט אמאהל אויך ספארטס ווערען כשר וישר? גייט זיין אויף קול מבשר ספארטס אפטיילונג?

למעשה האב איך געהערט פין געוויסע פון די אלטע דור וואס האבן יא מיטגעהלטן ספארטס, ספעטציעל די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן אין סאטמער, איך האב אפילו געהערט אז א ריספעקע רב אין בארא פארק וואס האלט מיט, לכוארה איז די סיבה פארוואס אין סאטמער איז עס אזוי איז ווייל ביי אינז איז באל טמא אין מען שפילט נישט ספארטס, והא ריאה אין די ליטווישע וועלט האלטן אלע מיט ספאראס

בן אדם » דינסטאג מאי 10, 2016 3:16 pm

· #332496
די ריספעקע רב וואונט אין וויליאמסבורג, נישט אין בארא פארק.

חברהמאן » דינסטאג מאי 10, 2016 3:20 pm

· #332499
בן אדם
די ריספעקע רב וואונט אין וויליאמסבורג, נישט אין בארא פארק.


סארי "א ריספעקטירטע רב"

כלבאשבוע » מיטוואך מאי 11, 2016 1:03 am

· #332591
ביים ריספעקע רבס מנין
📎 11349425_1074511902573095_285735550_n.jpg

פלאוויוס » מיטוואך מאי 11, 2016 5:20 am

· #332596
איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו פארשטיין די ספארטס, אבער אן ערפאלג... אפשר וועסטו זיין דער גוטער שליח. גיב אונז א לעקציע אויף דעם. א זאך וואס פארנעמט אזוי די מענטשהייט איז גענוג סיבה מ'זאל זיך לערנען צו פארשטיין.