☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10468
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 9:42 am

· #391480
כפול

או אינו » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 9:46 am

· #391481
פון א קולטור קען מען זיך נישט ארויסדרייען.

לבי ובשרי » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 1:39 pm

· #391948
ברוך שפינוזה
ווער האט דיך אריינגעהאקט אין קאפ אז ס'איז נאר דא איין ריכטיגע רעליגיע? און ווער לאזט דיך נישט גיין צו אנדערע רעליגיעס זען וואס זיי האבן צו פארקויפן? אתמהה.

קיינער זאגט נישט אז עס איז נאר דא איין ריכטיגע רעליגיע, נאר די רעדע איז, אז בעומק, קען מען אויף יעדע זאך אריינפרעדיגן פון יונגווייז אן אז די רעליגיע איז די ריכטיגע און אויפווייזן אזוי פון ביכער און שטודירינגען, און דאס וועט אוטאמאטיש ברענגען אז דער מענטש, אין דער רגע וואס ער וועט וועלן גיין ערגעץ אנדערד וועט ער שפירן די חלל, ליידיגקייט, אפגעפרעגטקייט, וואס ער שפירט, בעת'ן אראפנייגן פון וועג. שטימט?

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 6:04 pm

· #391955
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
וועלכע אנדערע רעליגיע קען אהערשטעלן א תורת אמת מחכימת פתי מים שאין להם סוף?

חוץ פון דעם וואס אלע אנדערע גרויסע רעליגיעס (קריסטנטום, איסלאם וכו') זענען מודה אין אמונת היהדות, זיי האבן נאר צוגעלייגט זייערס אויף דעם, משא"כ להיפך.
עכ"פ אויב א רעליגיע צווישן די רעליגיעס איז זיכער אוטענטיש ברויך אידנטום נאטירליך קריגן די ערשטע תשומת לב, און אויף עס אפצופרעגן מיט אנדערע רעליגיע עליהם הראיה.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 6:15 pm

· #391957
לבי ובשרי
ברוך שפינוזה
ווער האט דיך אריינגעהאקט אין קאפ אז ס'איז נאר דא איין ריכטיגע רעליגיע? און ווער לאזט דיך נישט גיין צו אנדערע רעליגיעס זען וואס זיי האבן צו פארקויפן? אתמהה.

קיינער זאגט נישט אז עס איז נאר דא איין ריכטיגע רעליגיע, נאר די רעדע איז, אז בעומק, קען מען אויף יעדע זאך אריינפרעדיגן פון יונגווייז אן אז די רעליגיע איז די ריכטיגע און אויפווייזן אזוי פון ביכער און שטודירינגען, און דאס וועט אוטאמאטיש ברענגען אז דער מענטש, אין דער רגע וואס ער וועט וועלן גיין ערגעץ אנדערד וועט ער שפירן די חלל, ליידיגקייט, אפגעפרעגטקייט, וואס ער שפירט, בעת'ן אראפנייגן פון וועג. שטימט?

דו דארפסט נישט אפלאזן די זאכן וואס מאכן דיך פילן א ליידיגקייט.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 6:21 pm

· #391958
קל וחומר
וועלכע אנדערע רעליגיע קען אהערשטעלן א תורת אמת מחכימת פתי מים שאין להם סוף?

בודהיזם, לדוגמא.

קל וחומר
אלע אנדערע גרויסע רעליגיעס (קריסטנטום, איסלאם וכו') זענען מודה אין אמונת היהדות, זיי האבן נאר צוגעלייגט זייערס אויף דעם, משא"כ להיפך.

1) קענסטו מער אפשר זאגן וואס דו האסט געמיינט מיט די וכו'?, ווי וויט איך ווייס זענען נישט דא נאך רעליגיעס וואס זענען גורס אידישקייט.
2) אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען די "משא"כ להיפך", מיין איך אז דו זאלסט איבערלערנען די ברית החדשה.

קל וחומר
און אויף עס אפצופרעגן מיט אנדערע רעליגיע עליהם הראיה.

ווער האט גערעדט פון אפפרעגן?

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 6:53 pm

· #391963
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
אדרבה צייג מיר א צענטל אזויפיל ספרים אין תורה בודה ווי וואס איז פארהאן אין תורת היהדות. סיי בכמות סיי באיכות.

וכו' מיינט די סוב-רעליגיעס ווי מארמאנס, אמיש, שבתאים, וכד'.

משא"כ להיפך מיינט אז די ערשטע אידישע רעליגיע גיבט נישט קיין אוטענטישקייט פאר קיין שום אנדערע רעליגיע.

ער האט געפרעגט מאי אולמיה דהאי רעליגיע מהאי רעליגיע, איז דער תירוץ כדאמרן.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:20 pm

· #391964
קל וחומר
אדרבה צייג מיר א צענטל אזויפיל ספרים אין תורה בודה ווי וואס איז פארהאן אין תורת היהדות. סיי בכמות סיי באיכות.

בכמות איז טאקע נישט דא, אבער באיכות יא, און נאך ווי. עיין בtripitaka.

ו
קל וחומר
כו' מיינט די סוב-רעליגיעס ווי מארמאנס, אמיש, שבתאים, וכד'.

זיי זענען שוין אריינגערעכנט אין נצרות.

קל וחומר
משא"כ להיפך מיינט אז די ערשטע אידישע רעליגיע גיבט נישט קיין אוטענטישקייט פאר קיין שום אנדערע רעליגיע.

האב איך דיר געזאגט אז דו דארפסט איבערלערנען די ברית החדשה, דו הייבסט אן צו פארגעסן.

קל וחומר
ער האט געפרעגט מאי אולמיה דהאי רעליגיע מהאי רעליגיע, איז דער תירוץ כדאמרן.

אויף דעם איז געווען די ענטפער.
ברוך שפינוזה
ווער האט דיך אריינגעהאקט אין קאפ אז ס'איז נאר דא איין ריכטיגע רעליגיע?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:32 pm

· #391965
א חסיד איז געקומען צום צמח צדק, זאגענדיג אז ער ליידט פון ספיקות אין אמונה.

"וואס גייט עס דיר אן?", האט דער רבי געפרעגט.

"וואס הייסט?! איך בין דאך א איד!"

"אויב אזוי, איז שוין גוט", האט דער רבי מסיים געווען.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:36 pm

· #391966
געהערט אביסל אנדערש,

"וואס הייסט?! איך וועל גיין אין גיהנם!"

"הייסט אז דו גלייבסט יא"

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 8:49 pm

· #391971
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
אפשר זאגסטע מיר וואס דו מיינסט מיטן ברית החדשה ווייל איך האב קיין אהנונג וואס איר ווילט. ברית החדשה איז א געטוישטע זאך און איז קיינעם מחייב.

בנוגע דעם עוברא מיטן צמח צדק, עס איז גוט פאר א באווייז אז קיין גאנצע כופר איז ער נישט, אבער לעבן מיט ספקות איז דאך קרח מכאן ומכאן. די תורה פאדערט אן אמונה אן ספיקות.

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 12:00 am

· #391979
קל וחומר
אפשר זאגסטע מיר וואס דו מיינסט מיטן ברית החדשה ווייל איך האב קיין אהנונג וואס איר ווילט. ברית החדשה איז א געטוישטע זאך און איז קיינעם מחייב.

ווען דו וועסט ליינען די ברית החדשה וועסטו פארשטיין וואספארא שטותים דו האסט יעצט גערעדט.

קל וחומר
די תורה פאדערט אן אמונה אן ספיקות.

איז וואס זאל איך טון?

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 12:25 am

· #391982
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
איז דאס גענוג?

<a class="postlink" href="http://www.amazingchange.org/NT_Bible_Books_In_Nutshell_NT.htm">http://www.amazingchange.org/NT_Bible_B ... ell_NT.htm</a>

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:02 am

· #391985
קל וחומר
איז דאס גענוג?

<a class="postlink" href="http://www.amazingchange.org/NT_Bible_Books_In_Nutshell_NT.htm">http://www.amazingchange.org/NT_Bible_B ... ell_NT.htm</a>

גענוג אויף וואס?

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:15 pm

· #392298
ליבע פריינט, נישט אלע האבן פארשטאנען מיין פראגע.
העלמיר קלאר שטעלן א נקודה - צוויי.
א) די רעדע איז נישט פון ספיקות אין אמונה ח"ו, און ווי געשריבן דארט המימרא הידוע מהגר"ח מבריסק, ווער עס גלייבט נישט איז נישט קיין אפיקורס נאר א טיפוש, ובזה כמעט לית מי דפליג.
די שאלה איז נאר, אז מאן יימר דאס איז מער ווי אלע? איז דען נישט דא קיינער פון אנדערע פעלקער וואס קענען אויך אויפווייזן מיט ביכער, דרשות וכדומה וכיוצא??? און "מי מחליט מה הוא האמונה הנכונה, ובכלל יש לכ"א בחירה ליך לכל מקום שרוצה, ומה מקום יש לומר לאדם כי אני מניח אותך בקופסא, עיר, מדינה זה ואל תרשה את עצמך לחשוב ולהרהר ולדבר ולעיין מהמתרחש חוצה, כי אז הופסקה אמונתך וכו' וכו'".

באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:17 pm

· #392299
לבי ובשרי
ליבע פריינט, נישט אלע האבן פארשטאנען מיין פראגע.

איך אויך?

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:19 pm

· #392300
אביסל ❗

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:20 pm

· #392301
לבי ובשרי
דער ערשטער וואס נישט ❗

פארוואס זאגסטו אזוי?

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:24 pm

· #392303
ברוך שפינוזה
ווער האט דיך אריינגעהאקט אין קאפ אז ס'איז נאר דא איין ריכטיגע רעליגיע? און ווער לאזט דיך נישט גיין צו אנדערע רעליגיעס זען וואס זיי האבן צו פארקויפן? אתמהה.

צוליב דעם 🙄

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:29 pm

· #392305
לבי ובשרי
ליבע פריינט, נישט אלע האבן פארשטאנען מיין פראגע.
העלמיר קלאר שטעלן א נקודה - צוויי.
א) די רעדע איז נישט פון ספיקות אין אמונה ח"ו, און ווי געשריבן דארט המימרא הידוע מהגר"ח מבריסק, ווער עס גלייבט נישט איז נישט קיין אפיקורס נאר א טיפוש, ובזה כמעט לית מי דפליג.
אן ענליכע מימרא איז דא פון Sri Swami Rama,
לבי ובשרי
די שאלה איז נאר, אז מאן יימר דאס איז מער ווי אלע? איז דען נישט דא קיינער פון אנדערע פעלקער וואס קענען אויך אויפווייזן מיט ביכער, דרשות וכדומה וכיוצא???
זיכער אז יא.

לבי ובשרי
מי מחליט מה הוא האמונה הנכונה,
יעדער איינער איז מחליט פאר זיך, וואס מאכט סענס פאר איהם.

לבי ובשרי
ובכלל יש לכ"א בחירה ליך לכל מקום שרוצה, ומה מקום יש לומר לאדם כי אני מניח אותך בקופסא, עיר, מדינה זה ואל תרשה את עצמך לחשוב ולהרהר ולדבר ולעיין מהמתרחש חוצה, כי אז הופסקה אמונתך וכו' וכו'".
ס'האט טאקע נישט קיין מקום.

לבי ובשרי
באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.
אן ענליכע ווארט שטייט אין די וועדאס, "נצח הינדו לא ישקר".

פארענטפערט?

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:32 pm

· #392306
די שאלה איז נאר, אז מאן יימר דאס איז מער ווי אלע? איז דען נישט דא קיינער פון אנדערע פעלקער וואס קענען אויך אויפווייזן מיט ביכער, דרשות וכדומה וכיוצא??? און "מי מחליט מה הוא האמונה הנכונה, ובכלל יש לכ"א בחירה ליך לכל מקום שרוצה, ומה מקום יש לומר לאדם כי אני מניח אותך בקופסא, עיר, מדינה זה ואל תרשה את עצמך לחשוב ולהרהר ולדבר ולעיין מהמתרחש חוצה, כי אז הופסקה אמונתך וכו' וכו'".

באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:34 pm

· #392307
לבי ובשרי
די שאלה איז נאר, אז מאן יימר דאס איז מער ווי אלע? איז דען נישט דא קיינער פון אנדערע פעלקער וואס קענען אויך אויפווייזן מיט ביכער, דרשות וכדומה וכיוצא??? און "מי מחליט מה הוא האמונה הנכונה, ובכלל יש לכ"א בחירה ליך לכל מקום שרוצה, ומה מקום יש לומר לאדם כי אני מניח אותך בקופסא, עיר, מדינה זה ואל תרשה את עצמך לחשוב ולהרהר ולדבר ולעיין מהמתרחש חוצה, כי אז הופסקה אמונתך וכו' וכו'".

באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

כפול.

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:39 pm

· #392309
גערעכט, איך האב עס געברענגט נאכאמאל קלאר צו שטעלן. ווייל עס איז גארנישט געווארן פארענטפערט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:40 pm

· #392310
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
מ׳האט דא א בלינדע אמונה אין א זאך, און מ׳פרעגט נאך דערפון אין העמק דבר!

אנדערע רעליגיעס טענה׳ן נישט אז זיי האבען אויפווייזונגען, זיי טענה׳ן נישט אז עס מוז זיין ווי זיי. זיי זאגען אז מ׳דארף גלויבען און פארטיג. זיי זאגען אז זייער נביא האט געזען און דו וועסט פאלגען. קיינער טענה׳ט נישט וואס אונז טענה׳ן.

קומען אפאר אידעלעך מיט א מהיכי תיתי, אפשר האבען זיי יא. האלא?! אן אפשר פון די לופט באדערט דיר אויך?! די וואס האבען יעדער נגיעה אין דער וועלט צו זאגען אז עס איז דא ראיות, זאגען אז עס איז נישט דא.

דאס איז ווי איינער וואס גייט נישט ארויס פון שטוב, ווייל אפשר וועט דער הימעל פאלען אויף איהם. וועסט איהם זאגען מהיכי תיתי, וועט ער ענטפערען אז אפשר יא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:47 pm

· #392313
ממילא? אשר על כן?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:49 pm

· #392315
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
נעם קאפען, טאמער דו קענסט נישט האלטען קאפ

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:53 pm

· #392317
ליטוואק פון בודאפעסט

אנדערע רעליגיעס טענה׳ן נישט אז זיי האבען אויפווייזונגען, זיי טענה׳ן נישט אז עס מוז זיין ווי זיי. זיי זאגען אז מ׳דארף גלויבען און פארטיג. זיי זאגען אז זייער נביא האט געזען און דו וועסט פאלגען. קיינער טענה׳ט נישט וואס אונז טענה׳ן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נישט בודהיזם. זיי האבן הונדרעט פראצענדיגע הוכחות אויף אלעס (אדער כמעט אלעס) וואס זיי פארקויפן.

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:53 pm

· #392318
וואס איז דער מסקנא? וואס איז דער ענטפער?
וואס מיינט: "קומען אפאר אידעלעך מיט א מהיכי תיתי, אפשר האבען זיי יא. האלא?! אן אפשר פון די לופט באדערט דיר אויך?! די וואס האבען יעדער נגיעה אין דער וועלט צו זאגען אז עס איז דא ראיות, זאגען אז עס איז נישט דא".

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:57 pm

· #392321
לבי ובשרי
וואס איז דער מסקנא? וואס איז דער ענטפער?
וואס מיינט: "קומען אפאר אידעלעך מיט א מהיכי תיתי, אפשר האבען זיי יא. האלא?! אן אפשר פון די לופט באדערט דיר אויך?! די וואס האבען יעדער נגיעה אין דער וועלט צו זאגען אז עס איז דא ראיות, זאגען אז עס איז נישט דא".

דו ווייסט בכלל וואס דו ווילסט?

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:00 pm

· #392322
איך פארשטיי נישט די שארפקייט, איך האב געפרעגט א פראגע, דער שאלה איז אין צוויי ווערטער: מאן יימר? האט איר א תירוץ אדער ווילט איר העצן צוליב'ן תענית?

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:04 pm

· #392323
ברוך שפינוזה
לבי ובשרי
וואס איז דער מסקנא? וואס איז דער ענטפער?
וואס מיינט: "קומען אפאר אידעלעך מיט א מהיכי תיתי, אפשר האבען זיי יא. האלא?! אן אפשר פון די לופט באדערט דיר אויך?! די וואס האבען יעדער נגיעה אין דער וועלט צו זאגען אז עס איז דא ראיות, זאגען אז עס איז נישט דא".

וואס איז א חילוק צו איינער הייסט פאלגן - עס איז דא א נביא, אדער אז איינער שטייט מיט א בייטש?

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:06 pm

· #392325
לבי ובשרי
איך פארשטיי נישט די שארפקייט, איך האב געפרעגט א פראגע, דער שאלה איז אין צוויי ווערטער: מאן יימר? האט איר א תירוץ אדער ווילט איר העצן צוליב'ן תענית?

די תירוץ איז, קיינער זאגט נישט, און אויב יא ביזטו נישט מחויב צו גלייבן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 6:28 pm

· #392334
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
איך פאסט שוין לאנג נישט, און איך זאג דיר אז די תשובה צו דיין שאלה איז:

42

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לבי ובשרי » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 11:10 am

· #392372
וואס איז אז "נצח הינדו לא ישקר"?

לבי ובשרי » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:35 pm

· #392376
ליטוואק פון בודאפעסט
איך פאסט שוין לאנג נישט, און איך זאג דיר אז די תשובה צו דיין שאלה איז:
????ליידיג?????

42

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:36 pm

· #392377
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
42 איז די תשובה צו the question of life, the universe and everything

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לבי ובשרי » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:51 pm

· #392378
איך האב געזען א פראגע במהות ענין הבחירה, איך וועל עס דא אראפברענגען, ווי פאלגענד (לויט ווי אזוי איך געדענק): יעדע מענטש האט דאך א בחירה (אין יעדע זאך), א בחירה מיינט א אויסווואל, שוה בשוה, אדער דאס אדער דאס, א CHOICE, יעצט, דער רגע וואס א מענטש איז בוחר אין א געוויסע זאך, ער נעמט א צד, פאלט דאך אוועק די גאנצע בחירה, ווייל די סיבה פארוואס דער מענטש האט דאך בוחר געווען צו נעמען די צד, מיינט דאך אז עס האט א געוויסע יתרון מער ווי דער צוויייטע זייט, למשל טוב ורע (שכר ועונש), נו, אויב אזוי, וכי לזאת "בחירה" ייקרא??? (אין אנדערע ווערטער: יעצט ווען דער מענטש איז בוחר, ווער איך געוואויר למפרע אז קיין בחירה איז דא נישט געוועזן).
???

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:36 pm

· #392404
נולד מאוחר
אישתישבי
בנוגע די קשיא פין שכר ועונש, פארוואס קומט איינעם א עונש לנצח נצחים ווען ער זינדיגט בלויז זיבעציג יאר, עס ווערט געברענט אז שכר ועונש איז מער א פארדינסט מיט א פארלוסט ווי א בענעפיט און א פאנישמענט, פונקט אזוי ווי איינער וואס טוט אינוועסטירן און פארדינט מיליאנען, און א צווייטער וואס אינוועסטירט נישט וועט עס קיינמאל נישט האבן, און עס איז נישט שייך צו פרעגן הלמאי קומט מיר א עונש פאר א גאנץ לעבען ווייל איך האב נישט אינוועסטירט פאר איין מינוט.

שכר וענש איז גארנישט אנדערשט ווי די זאגסט דיין קליין קינד אז וועסט זיין גוט וועסט ווערן באלוינט און אז נישט נישט.
קוק אריין אריין אין די תוכחה.
אויב איז ווי דו זאגסט אז סאיז איז אזוי ווי אן אינוועסטמענט, איז אינטערסאנט אז פונקט ווען מטוט וואס גאט זאגט ארבעט די איוועסטמענט. הייסט בעצם איז גארנישט חשוב מיט היטן שבת , נאר אויב ווילסט א מאכן א גוטע ריטערן אויף דיין אינוועסטמענט דאן צינד נישט אן א פייער?

כ'פארשטיי נישט דעם שאלה.

דאס וואס איך שרייב איז דער רמב"ם'ס מהלך, מען איז נישט געוואוינט ביי אונז מחנך צו זיין מיט דעם.

ברוך שפינוזה » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:49 pm

· #392409

ביי אונז האט מען מחנך געווען אז שכר ועונש גייט צו דורך karma.

הקטן » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 10:58 pm

· #392420
לבי ובשרי

באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

דו פארשטייסט וואס דו רעדסט?
דו קענסט מסביר זיין וואס דאס פארענפערט?

ברוך שפינוזה » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 11:01 pm

· #392421
הקטן
לבי ובשרי

באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

דו פארשטייסט וואס דו רעדסט?
דו קענסט מסביר זיין וואס דאס פארענפערט?

ער פארשטייט טאקע נישט וואס ער רעדט, אבער וואס ער וויל פארשטייט ער שוין איינמאל, האסט נאכנישט געכאפט?! ער וויל טראללן...

הקטן » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 11:04 pm

· #392422
אור חדש
אונז האבן נישט קיין דירעקטע מסורה ביז מתן תורה. מיר ווייסן די מעשה פונעם תורה אליינס און פין דארט פארציילט מען עס ווייטער. ס׳ געווען א צייט וואס כלל ישראל האט אלעס אלעס פארגעסן.

א יעדער רעליגיע האט זיין claim
זיין קענען זיין גערעכט מיט זייער קלעם אדער נישט גערעכט.

איין זאך איז זיכער, דאס וואס דו שרייבסט איז נישט די claim וואס מיר אידען מאכן
די קלעם וואס מיר אידען מאכן, איז אז מיר האבן יא א דירעקטע מסורה ביז מתן תורה ולא תשכח מפי זרעו
אידען האבן קיינאמל נישט פארגעסן אז גאט האט זיי ארויסגענימען פין מצריים, אן געגעבן תורת מושה

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:38 pm

· #392509
איך האב א שאלה פאר די אטאיסטן. זייער אסאך זאכן קען מען מסביר זיין אז עס פירט זיך בדרך הטבע, אבער וויאזוי פארשטייט מען אז מענטשן און אנדערע בעלי חיים ווערן באשאפן און קענען זיך באוועגן און נאך אפאר יאר ענדיגט זיך עס און מ'ווערט באוועגלאז. ס'מוז דאך זיין אז ס'איז דא א באשעפער וואס גיט אריין א נשמה און די גוף און שפעטער נעמט ער עס אוועק. אדערווייז פארשטיי איך עס נישט.

איך בין זיכער אז דאס איז שוין אן אויסגעדראשענע סוגיא און איך בין נייגעריג וואס זיי זאגן דערויף.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:55 pm

· #392512
שמעון וואלף
איך האב א שאלה פאר די אטאיסטן. זייער אסאך זאכן קען מען מסביר זיין אז עס פירט זיך בדרך הטבע, אבער וויאזוי פארשטייט מען אז מענטשן און אנדערע בעלי חיים ווערן באשאפן און קענען זיך באוועגן און נאך אפאר יאר ענדיגט זיך עס און מ'ווערט באוועגלאז. ס'מוז דאך זיין אז ס'איז דא א באשעפער וואס גיט אריין א נשמה און די גוף און שפעטער נעמט ער עס אוועק. אדערווייז פארשטיי איך עס נישט.

איך בין זיכער אז דאס איז שוין אן אויסגעדראשענע סוגיא און איך בין נייגעריג וואס זיי זאגן דערויף.

אויב איך פארענטפער דיין שאלה/קשיא, ווערסטו אן אטאיסט? אז נישט איז א שאד מיין צייט, קענסטו גוגלען, origin of life.

הקטן » דינסטאג יאנואר 2, 2018 10:54 am

· #392592
רוב וועלן בלייבן מיט די צינג אינדרויסן, און דיר ענפערן אז דו זאלסט גאגלען origin of life און די וועסט שוין זען

מיין גאגעל ברענט דאס ארויף אויף די טאפ

The origin of life on earth is a scientific problem which is not yet solved. There are plenty of ideas, but few clear facts. It is generally agreed that all life today evolved by common descent from a single primitive lifeform.

אנדערע וועלן ניצן א leap of faith און די כח פין סייענס און וועלן זאגן אז הגם מיר האלטן נאך נישט דארט אבער סוף סוף, גלייב איך, אז מיר וועלן דאס אויספיגערן

ברוך שפינוזה » דינסטאג יאנואר 2, 2018 12:43 pm

· #392602
הקטן
רוב וועלן בלייבן מיט די צינג אינדרויסן, און דיר ענפערן אז דו זאלסט גאגלען origin of life און די וועסט שוין זען

מיין גאגעל ברענט דאס ארויף אויף די טאפ

The origin of life on earth is a scientific problem which is not yet solved. There are plenty of ideas, but few clear facts. It is generally agreed that all life today evolved by common descent from a single primitive lifeform.

אנדערע וועלן ניצן א leap of faith און די כח פין סייענס און וועלן זאגן אז הגם מיר האלטן נאך נישט דארט אבער סוף סוף, גלייב איך, אז מיר וועלן דאס אויספיגערן

איך בין נישט קיין אטאיסס, און איך בין נישט אינגאנצן זיכער אז אלץ וואס זיי פארקויפן איז אמת. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען, אז אויב דיין אמונה איז געבויט אויף דעם אז זיי האבן נישט קיין תירוץ אויף דעם, וואס וועסטו טון מארגן, ווען זיי גייען אויפקומען מיט א טעאריע וואס איז מתקבל על הדעת, מיט צענדליגע הוכחות שאין עליהם תשובה אלא בדוחק גדול?

אלא מאי? דעמאלטס גייסטו זוכן אן אנדער תירוץ צו גלייבן, אדער וועסטו זאגן "חלה דעקל". איז וואס גייט מיין תירוץ אויפטון? פארוואס זיך משוגע מאכן סתם אין די וועלט אריין? מאך דו אליין א גוגל סוירטש.

ווי האט יענער געזאגט, דו האסט נישט קיין קשיות, דו האסט תירוצים, אויף קשיות קען איך ענטפערן תירוצים, אויף תירוצים קען איך נישט ענפערן קיין תירוצים.

ועל כגון דא נאמר, "שערי תירוצים לא ננעלו".

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 2, 2018 5:57 pm

· #392624
סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין. לויט סייענס האט זיך לייף דעוועלעפט אזוי פרי ווי 3.5 ביליאן יאר צוריק און דערווייל האט מען נישט קיין שום הארטע עווידענס אויף גארנישט, אסאך טעיאריעס איז יא דא אבער גארנישט וואס מקען עקטיולי אויפווייזן און ארפלייגן אויף א סייענטיפישע פאפיר.

מאדערן סייענס איז רעלטיוולי א נייע זאך ביז נישט לאנג צוריק האבן אונז גארנישט געוואוסט וועגן די געזעצן פון נאטור, עס איז קוים דא דריי הונדרעט יאר פון אייזיק נוטאן, 200 פון מייקל פאראדעי, 150 פון דארווין, ווייניגער ווי הונדערט פון איינשטיין. ביז די נעקסטע חכם וואס וועט אויפקומען מיט וויאזוי לעבן האט זיך דיוועלעפט אויף אונזער פלאנעט בלייבט עס א מיסטעריע.

און וויאזוי האט נאר די דענקער און פילאספער Aldous Huxley געזאגט:

There are things known and there are things unknown,and in between are the doors of perception

הקטן » דינסטאג יאנואר 2, 2018 7:14 pm

· #392634
שבת אחים
סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין.

האב איך דיר געזאגט?
סייענס ווייסט נישט און א leap of fate אז זיי גייען געוואר ווערן מיט די צייט
ביז דערווייל וועט זיין געניג אז ס'איז דא תיריצים פארוואס זיי ווייסען נישט.
סייענס איז נאך צי אינג צי וויסען, ווען וועסט עלטער ווערן וועסטו שוין פארשטיין

ברוך שפינוזה » דינסטאג יאנואר 2, 2018 7:25 pm

· #392635
הקטן
שבת אחים
סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין.

האב איך דיר געזאגט?
סייענס ווייסט נישט און א leap of fate אז זיי גייען געוואר ווערן מיט די צייט
ביז דערווייל וועט זיין געניג אז ס'איז דא תיריצים פארוואס זיי ווייסען נישט.
סייענס איז נאך צי אינג צי וויסען, ווען וועסט עלטער ווערן וועסטו שוין פארשטיין

וואס איז אומריכטיג מיט'ן טראכטן אזוי?

מפוזרי » דינסטאג יאנואר 2, 2018 8:41 pm

· #392642
@לבי ובשרי,
למעשה האט מען דיר נישט געהעריג געענטפערט אויף דיין ערשטער פראגע, לדידי איז די תשובה אזוי:

דער שאלה וואס דער מאמין דארף זיך פרעגן איז נישט "איז דא א גאט?", נאר "גלייב איך אין גאט?''.

אויב איז די אמונה דיר מתיישב על לבך וואס גייט דיר אן וואס דער קריסט טראכט? און אויב איז דער גאנצער באזיס פון דיין אמונה געבויט אויף דעם אז אז אונזערס שטימט בעסער ווי אנדערע, זײ טאקע מוחל און טו עס מברר זיין.
בלאט: 1 2 3