☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וואל מארט פאלט צו #3 אויף פארטשאן 500

וואל מארט פאלט צו #3 אויף פארטשאן 500

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1046

שמעלקא » מאנטאג יולי 9, 2012 11:31 pm

· #22858
וואל מארט פאלט צו #3 אויף פארטשאן 500
פארטשאן מאגאזין איז ארויס מיט די יערליכע ליסט פון די 500 גרעסטע קארפארעישאנס.

די לעצטע צוויי יאר איז וואל מארט געווען נומער איינס אבער היי יאר איז די ריזן ריטעילער געפאלן צו נומער דריי.

נומער 1 דעם יאר איז ראיאל דאטש שעל און נומער 2 איז עקסאן מאביל.

דא קען מען זען די פולע ליסטע.

ניו יארק » דינסטאג יולי 10, 2012 12:14 am

· #22864
אינטערעסאנט.... זיי האבען מיר אינגאנצען פארזעהן? פון מיין ביזנעס רעדען זיי נישט.... זיכער אנטיסעמיטען!

פריינדליך » דינסטאג יולי 10, 2012 12:46 am

· #22877
קיין אנטיסעמיטען זענענן זיי נישט ווייל מיין ביזנעס האבן זיי ארויף געלייגט

טעלעפאן » דינסטאג יולי 10, 2012 2:31 am

· #22904
עפל איז נאר 55??

שמעלקא » דינסטאג יולי 10, 2012 11:41 am

· #22960
אנקומען צו 55 איז גארנישט קיין קלייניגקייט.

פאראיאר איז עפעל געווען ביי 111 און האט אין בלויז איין יאר געמאכט א ריזיגען שפרינג.

איך אויך » דינסטאג יולי 10, 2012 9:31 pm

· #23140
זאגסטו אז פריינדליךס ביזנעס קען נאך אנקומען צו נומער 55 הממ איך ווער זיין חבר שוין יעצט.

שמעלקא » מיטוואך יולי 11, 2012 11:35 am

· #23330
נאך פארשידענע פונקטן איבער די היי יעריגע פארטשאן 500 ליסט.

- צום ערשטן מאל זינט די ליסט ווערט ארויס געגעבן האט טשיינע פארמאגט די צווייט גרעסטע צאל פירמעס אויפן ליסטע א סך הכל פון 73.

- יאפאן וועלכע איז ביז יעצט געזעצן ביים צווייטן ארט איז געפאלן צום דריטן פלאץ מיט 68 פירמעס.

- אמעריקא איז נאך אלץ נומער איינס מיט 132 פירמעס אבער ווייט פון די ציפער וואס די פאראייניגטעט שטאטן פלעגט אמאל האבן און 14 ווייניגער ווי פאראיאר.

- היי יאר האט אייראפע פארמאגט 11 ווייניגער פירמעס ווי לעצטע יאר

- ווי שוין אויבן ערווענט האט עפעל געמאכט א ריזיגן שפרינג ביז נומער 55, אבער נאך מער ווערט אנגעמערקט, אז אויב קוקט מען אויף פראפיטן איז עפעל געווען נומער 7.

- אמאל האט קיינער נישט געקענט קלערן פון א פארטשאן 500 ליסט אן ריסורטש אין מאשען די ארויסגעבער פון בלעקבערי אבער היי יאר איז די פירמע נישט פארהאן צו באקומען דארט.

- לויט פראפיטן איז די רוסישע פירמע געזפראם געווען נומער 1, דערנאך עקסאן מאביל און באנק אוו טשיינע. זעט דא די פולע ליסט.

- נאך א מערקוועדיגע זאך. איר האט אמאל געהערט פון די פינאנציעל-געבראכענע יו. עס. פאסטל סערוויס? אויב קוקט מען לויט די צאל ארבייטער איז עס נומער 7. אבער ביי די אלגעמיינע ראנג איז עס 135 און ווען עס קומט צו פראפיטן ליגט דארט א שיינע מיינוס.
📎 screen-shot-2012-07-11-at-1-14-22-am.png