☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הינדערט ניין און ניינציג לי

הינדערט ניין און ניינציג לי

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10436

פליקער » דינסטאג מאי 3, 2016 12:51 pm

· #331434
הינדערט ניין און ניינציג לי
איצט ווען די שירות ווערן געשריבען זעט זיך אן ביים אויבענדערמאנטן א געמיינדע פון אפיציעלן פון די פעדעראלע און פון די סטעיט און לאקאלע בעאמטע, ווי באוויסט איז די פלאץ גאר א פאפיאלערע און ווערט ציגעשריבן דורך די נייעס אגענטורן ווי די דיפאלט אדרעס פאר קארפאראציעס אויף די בלומבערג פורעמעס, לאמיר האפן אז עס וועט נישט שאטן פאר קיינעם און זיי וועלן זיך ציגיין איש אל נחלתם, די אינוועסטיגעישן דא נעמען נישט קיין עק, און טוט מיך נאך איין מאל דערמאנען און א ווייטאגעליכע טעימע וואס איז געווען אויסגעשמיסט דא







טמיר » דינסטאג מאי 3, 2016 1:05 pm

· #331435
Re: הינדערט ניין און ניינציג לי
געהאט בדעה צו שרייבן אין מילתא דבדיחותא:
דרייט זיך ארום א אודיטער אויף לי עוועניו מיט א פארקנייטשטע שטערן. שטעלט עם אפ א יונגערמאן: קען איי העלפ יא וויט סאמטינג?
אודיטער: יא, איך זיך א גרויסע אפיס בילדינג, מסתמא א סקיי סקרעפער. כ'קען עס נישט טרעפן.
יונגערמאן: אה, מיינסט מסתמא דא 199 לי

מור וקציעה » דינסטאג מאי 3, 2016 2:23 pm

· #331449
פליקער
ווי באוויסט איז די פלאץ גאר א פאפיאלערע און ווערט ציגעשריבן דורך די נייעס אגענטורן ווי די דיפאלט אדרעס פאר קארפאראציעס אויף די בלומבערג פורעמעס, לאמיר האפן אז עס וועט נישט שאטן פאר קיינעם און זיי וועלן זיך ציגיין איש אל נחלתם, די אינוועסטיגעישן דא נעמען נישט קיין עק,


מעגליך אז זיי זוכען אינפארמאציע איבער וואס די פרעסע האט באריכטעט אפאר חדשים צוריק דא