זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10408
זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
מיר שטייען יעצט באמצע ימי המועד, אונזער "פרייהייטס יום טוב", חג הפסח.
אין דעם יום טוב זענען מיר ארויס פון גלות מצרים, פון שעבוד מצרים, און מיר זענען געווארן א באפרייטע פאלק, אן אומה פאר זיך, גאר דער עם הנבחר, די פאלק וואס איז א גוי קדוש, ארויס פון עבדות אנשים צו ווערן עובדי אל אחד, ווען די תורה איז אונזער וועג ווייזער, צו דינען דעם אלמעכטיגן גאט.
א פייג.
מיר זענען אין גלות. נישט גלות אדום, נישט גלות אמעריקא, נישט גלות הנפש. נאר ווי מאנכע וועלן עס רופן גלות ראבינאוויטש, גלות צימערמאנס, אדער מער א כלליותדיגע נאמען, אבער א גלות שבתוך הגלות, די ערגסטע גלות, א גלות פון אידן ביי אידן.
באפרייטע פאלק? דו מאכסט מיר לאכן. די שעבודים וואס די חסידישע לעבנשטייגער טראגט מיט זיך, איז איבער די מאס, קוים מעגליך איבערצוטראגן. א געמישעכץ פון גלות הנפש, גלות הגוף, און גלות הנשמה. חירות? א חרס! חירות? סירוח!
עם הנבחר? איך לאך שוין נישט. א באנדע פוסטע יונגען, וואס וואקסן אויף מיט האס אויפן גאנצן וועלט, און מיט האס אויף אלעס וואס מען האט זיי געלערנט אין די יוגנט. ליידיגע שטרוי זעק, אנגעפיקעוועט מיט טיפשות, אמעראצעס וועלטליך ווי תורהדיג, און אן אומבאלאנצירטע הרגשה פון אתה בחרתנו. א פלא די וועלט אנערקענט עס נישט.
ארויס פון עבדות אנשים? איך וויין שוין. וואו נאך דינט מען מענטשן, גראבע יונגען, פולע בייכער וואס לעבן אויף קהלס געלט, ווי ביי אונז חסידים? מיר געטשקען זיי, מיר פארגעטערן "עץ ואבן", עץ ואבן נישט נאר אין יכולת צו העלפן, נישט נאר אין שלעכטע געלט/כבוד גייציגע פארשוינען מיט אייז קאלטע געפילן, נאר עץ ואבן - פוסטע ליידיגע חברה. קיין תוכן, קיין קריעיטיוויטי, גארנישט. א דומם, א שטיק עץ ואבן.
און דאס ערגסטע? "מעשי ידי אדם", מיר האבן זעלבסט באשאפן די מאנסטערס. "כל העולם כולו" חרדו ממך, אונזערס א יצירה. אונז שטיצן דאס נאכאלץ, ווען נישט וואלט דאס אריין אין שאנדפולן היסטאריע צוזאמען מיט די שבתאים. לעמפעלעך, אוי לעמפעלעך, קראצמעך וואו ביזטו? פארשטעק דיך פאר די נייע פיל געלונגערע סענטע קלאוס, די רביס מיט בליצערלעך אויף די קארס, נישט נאר תחילת השנה, נאר יעדע רייזע הנקרא מסע הקודש פון דא ביז צען מינוט אוועק. וואס הייסט? דער רביס אחור קדימ'ט. בריטישע קעניגרייך, דיין קרוין מוזיאום פארשטעקט זיך פאר אונזער גרויסצוגוגע כח פון באשאפן תשית לראשו עטרת פז'ען פאר אלע שטריק וואס מאכן חתונה.
איינער געדענקט נאך עפעס עבדות השם? מיר דינען שוין דעם עגל, דעם קאלב. אבער א קאלב, נישט אפילו א קוה, סתם א קעלבל מיט שכל פון א קאלב אבער מעקעט אוועק. כי זה האיש משה, ווער איז דאס בכלל?
די תורה אונזער וועגווייזער? אלטע מאסעס. היינט האבן מיר אנגעפאשעטע בייכער, ריפסענע שיפע אחורס, גאלדענע שטעקענס, זילבענע בעקישעס, ברייטע הוטן, און קאצן גלעזער, וואס טיילן אונז איין וויאזוי צו האלטן די וועג. איר פרעגט וועלכע וועג? די אויסגעטרעטענע וועג פון תקנות הקהילה, מוסדות צעטלעך, פראפעגאנדע צייטונגען, און ליתר שאת - א טוץ ראבינאוויטשעס למיניהם וואס העלפן ארויס כל הקהילות צוצולייגן נאך תורות פאר אונזער וועגווייזערקייט.
האט דאך שוין דער דברי יואל געזאגט, אז גלות ביי אידן איז די שווערסטע גלות.
=========
גיימער כאלעמויד האלטן? געבאהער די שטריימל.
אוי, שטריימל שטריימל, וואס ביזטו אזא שוואנץ? וואס האסטו זיך באזעצט אויף מיין קאפ? סתם זיצן און פארשפרייטן דעם אנגענעמען ריח פון פארשטינקענעם האר? פארוואס דארף איך דעם דריי פיר טויזנט דאלערדיגן סרוח אויפן קאפ? צו וואס דאגה'ן ביי יעדן רעגן אז יעצט מאכן זיי א תל פונעם שפיצן קרוינען גרוילען שטריימל, וואס פארשפרייט א ריח הניחוח יעדעס מאל פון פריש, ווי אויף צו דערמאנען דעם לאן אתה הולך, כאפנדיג אז א בעל חי וואס איז שוין טויט ליגט אויף מיין קאפ. פארוואס טראגן דעם שווערן טאן וחצי אויפן קאפ? פארוואס טראגן דעם מאדנעם שוואנץ אויפן קאפ? פארוואס טראגן א פנים ווי א שוואנץ, מיטן שוואנץ אויפן קאפ?
די שטריימל דערמאנט מיך פון איר פריערדיגן בעל הבית, דער ביבער. ווי דער ביבער גייט וויינעדיג אריין אין נעץ, לייג איך ארויף דעם ביבער אויפן קאפ אלס זכר לביבער כן עשה ביבער בזמן שהיה קיים. געטון אזא נארישקייט אלץ צוליב זיין אוממעגליכקייט פון גיין קעגן דעם שטראם. טאקע דערפאר טראגן מיר דעם שטיק האר, דעם שוואנציש שטריימל אויפן קאפ, זכר לביבער.
פוי, א מין עקל. איך מוז טראגן אזא חיה וואס איך זע נישט איר שיינקייט, וואס די גוי זעט נאר א צודרייטקייט אין דעם, אויפן קאפ? מ'געט דאס נאך א נאמען מסורה, אל תיטוש תורת אמך? נאר וויבאלד חסידות איז געבוירן אין די רוסישע פרעסטן, דארט ווי מהאט זיך אנגעפעלצט מיט א פארעווע מיט האריגס אויפן קאפ זיך צו האלטן ווארים, דארפן מיר דאס נאכטאנצן אין אמעריקע? שכל אין כוויל נישט זאגן וואו.
ביסט דעך גארנישט בעסער פונעם סקווערן בהעימי וואס גייט שטיוול וויבאלד זיין עלטער זיידע האט געהאט א פראבלעם זיך צו ספראווען מיט די רוסישע ווינטערס קריכנדיג אין די מאראסט אן שטיוול. חסידות איז טאקע פון רוסלאנד, מעזביש און מעזריטש, טשערנאביל און רושין, און דארט האט מען געטראגן דעם דעמאלסדיגן קוטשמא הנקרא בלשונינו שטריימל. יעצט זעמיר דומד פארעווער ענד עווער?
אבער ביי חסידים ווי ביי חסידים, טוישט מען די בילדער פון די אבות, שבטים, כלל ישראל במשך הדורות. יעדער איז געגאנגען מיטן שטריימל קאלפיק. חסידישע אידן זענען געוואוינט צו טוישן היסטאריע, ווייל זיי טוישן דאס טאג טעגליך, דינענדיג געטשקעס מיט וועם זיי האבן זעלבסט ארומגעלאכט פינף יאר פריער. אבער פארוואס קען מען נישט לאזן די פריערדיגע לעבן? א פחד אז אויב דער רמב"ם וועט טראגן א טורבאן, און יעקב א שמאטע אויפן קאפ, וועט מען זען אז אזוי קען מען אויך זיין א ציס"ע בוצ"ק חו"פ כקש"ת רשכבה"ג רביה"ק?!
==========
שווארצע בעקישע/לאנגע רעקל, דו מאכסט מיר קאשמארן. דו ענדלסט אממערסטנס אין גלח'ישע קליידער, טאקע פון די אנטיסעמיטישע גריכיש ארטאדאקסישע קירכע. זיי טראגן טאקע ענדליכע הויכע הוטן. על כל פנים ופנים, עס טראגט קיין פנים. א מין אנשיקעניש, א מין אנשטיקעניש, א מין אנשטינקעניש.
לאנג ווי די גלות, שוויציג און שמוציג, קלעבעדיג און אומבאלומפערט, מסורבל פון אלע זייטן, און קאסט נאך אפאר מאות. אבער פארוואס למען ה'? איך שפיר דאך יא אז כפארמאג עפעס טעיסט. מיין טעם איז א שיינע קורצע סוט כמנהג אחינו בני ליטא, אפשר א נעקטיי אויך, נו, מקען מפשר זיין, אבער אזא בריה משונה ווי א לאנגע זיידענע בעקישע? דערוואגן זאלסטו נאר משנה צו זיין, טאנצן וועלן זיי, טאנצן אויף דיר וועלן די חסידישע אויסגעצייכנטע אידן, סיסמאות שפראצן און שפריצן, כל המשנה ידו על התחתונה, אסור לשנות כקוצו של יו"ד, חדש אסור מן התורה, אל תיטוש תורת אמך, זיי נישט קיין באם/קלוגער פון דיין טאטע.
אמער, אונז חסידים זאלן זיין די לעצטע צו פראקלאמירן אזאלכע טענות, ווען מיר זענען געווען די ערשטע צו אינפארסירן די פארקערטע. נאכנישט געווען קיין מהלך וואס זאל אזויפיל טרעטן אויף כל היקר והקדוש והמוסכם פון בעפאר, ווי חסידות. אראפווארפנדיג כח הקהילה, כח הרב, דיני שולחן ערוך, אייגענע דינים וחומרות, טוישן נוסח התפילה, און וואס נישט. דער אל תיטושניק האט געהאט אן עלטער עלטער זיידע וואס האט אנגעשייגעצט זיין זון מיט די זעלבע ווערטער "אל תיטוש", און דער זון האט געלאכט אין די פויסטן לויפנדיג צום נייעם בריאה הנקרא חסידות. זיין אור אור אייניקל נוצט די זעלבע ווערטער, אויב מוויל עטוואס אפנויגן פון חסידות. נישט פנימיות, נאר זאגאר די גרויל שבחסידות הנקרא בעקיטשע און שטריימל.
אבער חוץ מזה, וואס איז שוין די בעקישע? א לבוש וואס איז געווען אין מאדע צוויי הונדערט יאר צוריק. פינף הונדערט יאר צוריק איז עפעס אנדערש געועון אין די מאדע, מהאט כסדר געטוישט לפי המאדע, טאקע פאראידישט אבער פארט מאדע. אבער חסידות האט מקדש געווען די מאדע וואס איז דעמאלס געווען אין סטייל, ואנו עוונותיהם אכלנו. מיר זענען סטאק פארעווער ענד עווער מיט די אלטמאדישע בגדים וואס קלעבן ווי ארבעס צום געדערים.
וואס וויל איך דען? זיין א באם? הס מלהזכיר. איך וויל אויסזען מענטשליך, איך וויל מענג זיין דעם שבת, א שמחת יום טוב אויסזעענדיג ווי אן אנשטענדיגע מענטש אנשטאט א חזיר אראפגעקומען פון גאליציאנע דארף דריי הונדערט יאר צוריק. אבער גיי אין בוידעם, חדש אסור מן התורה.
קומט דער פרעמישלאנער זאגן אז יצחק איז שוין געגאנגען מיטן קאלפיק בעקישע. אבער געוואלד, עשיו איז אויך געגאנגען מיט א גאלדענע בעקישע, דתן ואבירם זענען געגאנגען זיידענע בעקישעס, קרח איז געגאנגען מיטן געבלימטן קאפטן, דאס איז דאך אן ערום ועריהדיגן לבוש, יעדע נבל שלא ברשות התורה גייט דאך דערמיט, ממצרים ועד הנה. אונטערן גאלדענע בעקישע ליגט א גאלדענע עגל הזהב, די גאלדענע בלומעלעך פארדעקן די ערוה שבלב, דער בור ריק שאין בו מים של תורה אלא נחשים ועקרבים יש בו. אפשר מאכן אן עק צום שאנדפולן לבוש, און גיין אנגעטון ווי א מענטש וואס שטאלצירט אויסצוזען נארמאל, לכבוד השבת ולכבוד השם?
אבער ניין, אום גאטס ווילן בלייב מיטן שוואנץ אויפן קאפ, און מסורבל'דיגן לייוונט אויפן לייב.
=============
לאנגע פיאות, צושטויבעלטע בארד. פארוואס האבן פונקט מיר דערווישט א דוחק פשט אין זוהר צו טרעפן א חיוב מיתה אויפן פליקן בארד? אוי, דאס איז דאך דער זעלבער זוהר וואס געבט א ים מיט סיגופים פארן פגם פון רעדן איין מאל לשון הרע, לידיעת אנ"ש חסידים וואס זענען אויסגעצייכנט אין נישט רעדן קיין לשון הרע ח"ו. טאקע מיר האבן געכאפט די הייליגקייט פון לאנגע פיאות, וואס די תימנים באצייכענען אלס סימנים, נו סימן לישראל גומלי חסידים, און די חסידים מוזן גיסן די סימנים צו ווייזן אז פרומקייט בפרט ווען סקומט געמישט מיט עקל, איז מער ווי וועלקאמען בחצרותינו.
דארף איך ווערן א ליובאוויטשער, מיט די שמוציגע ארבע כנפות ארויספלאטערן פונעם צופלאשעטען העמד, כדי צו קענען טראגן קוים מערקבארע פיאות איבערן בארד וואס איז חצי באדעקט מיט רוסקי סטיל שנאצען? פאר א גרין קדחת, קען איך נישט פשוט אויסזען נארמאל, אן באצייכנט ווערן אלץ באם אדער גאר מעבר לים - ליטוואק בלע"ז.
ליפא שרייט בארד בארד וואו איז די איד. לייב שרייט בארד בארד וואו איז דיין שכל. בהמות, ווי ציגן מיט בערד, קוועקן די זעלבע מעע, און שפרינגען - אויך ווי ציגן - אויף די גדרים הנקראים פארענטשעס. אבער דאס בארד און פיאות, ח"ו נישט אנרירן. אניש ביזטו א קילע קל, ענדערש זיי א חמור שבמחמירים.
אבער פארוואס? איך וויל מקיים זיין אלע מצוות דאורייתא ודרבנן, אן די שעבוד פון חסידישע אומערצויגענע הלכות, גיי טרעף יעצט אן אנשטאלט פאר אזא מענטש. ניין, איך בין נישט קיין באם. איך בין להדיא אן ערנסטער מענטש וואס דאווענט בהתלהבות, אבער איר שייכות מיטן לאנגן בארד און פיאות, שטריימל און בעקישע, האב איך נאכנישט געכאפט. איך מוז גיין מיט די לאנגע לאקן, טאף לאק.
גאטיניו, פארוואס דארף איך דעם שוואנץ אויפן קאפ, דעם מסורבלדיגן לייוונט אויפן לייב, דעם הענגעדיגן לאק פונעם קאפ, און דעם האריגן זו אויפן פרצוף מיינעם?
==============
מיין רשימה איז נאר געווען א פיצי ביישפיל, פון די פאלגענדע רשימה וואס איז אויך נאר א פיצי רשימה:
ארויסגיין אין גאס מיטן הוט און רעקל, און היצן און אין קעלט.
דעם שטריימל אויפן קאפ ביים סעודה, אין היץ ווי אין ווינטער.
פארן מיט א בייק? ביז משוגע? ביזט מיר געווארן קאאל?
ווייב'תי יונתי, נאר אין וואשינגטאן קענסטו דרייוון.
א סמארטפאן און ביהמ"ד? חס ושלום.
טייערע ווייבל, אייגענע האר. אקעי, כהאב אפילו נישט מציע געווען.
וואס? דו לערנסט אורות הקודש? איך פארשטיי שוין אלעס!
גארטל נאך מקוה. אניש, איז די ברעטל פארן לשון הרע דערציילער אין מקוה בור.
די שייטל איז צו לאנג, דיין קינד: לא נתקבל!
מזעט דיך לעצטנס נישט ביים רבינס טיש, ביזט מיר געווארן אויפגעקלערט?
הייסט אן דיאדערענט אונטערן ארעם איז נישט גענוג, פאר וועם זיך פוצן?
און די ליסטע גייט ווייטער נאכאנאנד.
דאס אלעס איז נאר פון חיצוניותדיגע פראבלעמען פון חסידות וואס שטייען יעדן אין וועג, איך רעד שוין נישט פון שיטות נאר פון פשוט'ע נארישע חצוניות וואס האט קיין בארעכטיגונג, אבער פולע כח צו שטויסן און בריקן יעדן אין וועג.
אבער לא אלמן ישראל, פאר די אלע נייע חוקים ומשפטים בל ידעום, האבן מיר כאטש באוויזן ארויסצוקאטן א שטיק שולחן ערוך בכל מיני המקצועות, אזוי אז מיר געינען כאטש עפעס פון חסידות.
מיר האבן לכתחילה מעביר געווען דעם סוף זמן תפילה.
בדיעבד קען מען מעביר זיין חצות ביז א האלבע שעה דערנאך.
תחנון יעדע שני וחמישי איז א חיוב מבטל צו זיין, צוליב א בדיל ויעבורדיגן יארצייט.
חדש אסור מן התורה איז גוט פאר א סעיאינג. אין פאקט, איז חדש מותר פאר חסידים בלבד, ווער ווייסט פון קמח ישן.
מבטל זיין לימוד התורה פארן חתונה אין רבינס הויף, איז זאגאר א מצוה.
ווער רעדט פון עוקר זיין די תורה אליינס פארן רבינס אינטערעסן, מיום היווסדה איז איסור מחלוקות, לשון הרע, אונאה, און נאך א טוץ דינים, קיינמאל געווען נוגע ווען סהאט זיך אנגעשטויסן אין הייליגן רבינס אינטערעסן.
ווייל חסידות האט אלץ געהאט א כח צו דרייען מיט דינים פון שולחן ערוך וואס שטייען בפירוש אין תורה, אבער נישט מיט די צוגעלייגטע דינים פון שטריימל בעקישע ודומיהם, וואס זענען אומבארירבאר.
ווייל עס שטייט נישט אין די תורה - - -
בניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס נאך איז נייעס?
איינער האט עפעס א גוט ווארט אויף יום טוב?
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
פארן קריג איז נישט געווען קיין געהעריג סיסטעם נישט ביי חסידים און נישט ביי ליטאים (אודאי טאמער איינער האט זיך אונטערגעווארפן אונטער א חסידות איז ער מיטגעגאנגן מיטן שפאן, דאס איז אבער געווען מרצונו הטוב, נישט געווען קיין מוסדות סטראשעראציעס וכו'), נאכן קריג איז דא ביי ביידע, כ'זעה נישט מיט וואס 'חסידות' דארף נעמען אויף זיך דעם גאנצן שילד. אדרבה, דארט ווי מ'האט געזאגט 'נשתכחה' איז די סיסטעם אויפן שטערקסטן פארנעם.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
שטארקע, אמת'דיגע נקודות, איינס מער איינס ווייניגער. במשך די יארן האבן די פילצאליגע חברים דא אין ק"ש שוין אויסגעגאסן דאס הארץ זיך אויף די אלע זאכן, זה בכה וזה בפוי. כאטש די ארטיקל איז עפעס ספעציעל.
זאך קענער זאגן אז דאס איז די ערשטע סטעיזש אוו גריעף, זיך אויסגעבן די אנגעזאמלטע ווייטאג. מיט די צייט, קומען די שפעטערע סטעיזשעס, און מיט די הילף פון קאווע שטיבל מאכט מען צום סוף שלום מיטן מצב. א קליינער פיצעלער טייל פונעם - אנגעווייטאגטן - עולם נעמט דראסטישע שריט, און גייען אוועק. עס איז דאך סוכ"ס פיל מער רעאליסטיש צו טוישן זיך ווי צו טוישן דעם גאנצן עולם. אנדערע בארואיגן זיך אויף אנדערע אופנים.
א גוטע מיטל איז צו שטעלן פשוט זאכן אין קאנטעקסט. מיר לעבן אין א געוויסע ספעציעלע מין סאסייעטי, אבער דער אמת איז אז די גאנצע וועלט כמעט איז אזוי. סדנא דארעא חד הוא. און איבעראל איז פארהאנען ביטערע זינלאזע משוגע'תן דעזיינד אראפ צו דרייען א מענטש דעם קאפ. און היות דאס איז אזא אוניווערסאלע הרגשה צו וועלן זיין אקצעפטירט אין סאסייעטי, מוז מען בלית ברירה זיך צושטעלן. איך האב נישט געוואויגן און געמאסטן וועלכע'ס איז די ערגסטע, זייער מעגליך אז אונזער סאסייעטי שטייט גאנץ הויך אויף די פראבלעמאטישע ליסטע, אבער מסתמא אלע געזעלשאפטן האבן א פלאץ אויף די ליסטע.
עס לאזט זיך ארגומענטירן אז די סיבה פארוואס עס איז אזוי, איז וויבאלד סאסייעטי איז צוזאמען געשטעלט פון די ספישי'ס וואס הייסט מענטש, וואס איז באוויסט אז א ריזיגע מערהייט איז נישט צו קלוג. (כ'בין גראדע נייגעריג צי ביי אנדערע סארטן בעלי חיים - לפי ערך חכמתם (עס איז באוויסט אז די מענטשהייט האלט זיך פאר די קלוגסטע סארט, כאטש ס'איז מסתבר אז יעדע מין האלט אזוי אויף זיך) - זעט מען אויך אזאלכע חילוקים אין חכמה צווישן איין הינט און די אנדערע למשל). און דערפאר איז סאסייעטי דעזיינד נאכצוקומען זייערע געברויכן.
איך בין שוין לאנג מסופק אפילו מער, צי דער עכטער חכם איז בכלל קוואליפיצירט צו זיין דער מנהיג פון סאסייעטי. איך מיין אז ס'איז דא א שטארקע צד צו זאגן אז אפילו די מנהיגים טארן אויך נישט זיין צו קלוג. יא, ער דארף זיין קלוגער ווי דער המון עם, מער געלערנט און געלונגען, אבער אויפן זעלבן פריקווענסי ווי דער עולם. אז דער עולם איז למשל קעגן ציונות, ברויך ער - אליין, אדער זיינע יועצים און מקורבים - קענען די שיטה לעומקה, ארויס האבן אלע אספעקטן דערפון, קענען נעוויגעיטן די שטורמישע מלחמה לה' בעמלק אויף א אופן וואס עס זאל נישט רעדוצירן די שיסלעך טרויבן ביי א באזוך אין א אנדערע מער פארעווע חצר. (אדער זאל ער 'נישט אריין טרעטן' דארט). אבער אז ער אליין זאל אנהייבן מסופק זיין למחצה לשליש ולרביע אין די עצם מלחמה צי התנגדות, וועט נישט ארבעטן. דער מנהיגות מאדעל איז נישט דעזיינט פאר דעם.
דאס איז לאו דוקא ביי חסידות, אין יעדע סאסייעטי מוז דער לידער זיין א פאלקס מענטש, אנדערש טויג נישט. פארהאנען פלעצער וואס די פירער זענען באמת קלוגערע און זיי פרובירן מיט צוואנג אויף צו קלערן דעם פאלק, ארויס שטויסן די דומהייט מיט שטעקענעס, און עס גייט נישט. אפאר הונדערט יאר צוריק האט מען פרובירט אין די פארגעשריטענע וועלט א נייער מאדעל סאסייעטי, יעדער וועט זיין קלוג, שטודירט און געלערנט. למעשה איז די ציבור געבליבן פונקט אזוי דום. יא געלערנט און שטודירט, האט מען עדיוקעיטעד נאראנים. זיי זענען מער פראדוקטיווע ראבאטן ווי זייערע עלטער זיידעס פויערן זענען געווען, אבער נאר בלייבט נאר.
הרבה יותר מזה יש להאריך, וא(כן) כ(אן)המ"ל, אבער איך האב שוין נישט קיין געדולד.
אההההה, נישט באקומען אזוי פיהל חיזוק אין א שטיק צייט, יישר כח ארי נוהם פאר די געשמאקע ארטיקעל,
רבותי כאפט א בליק ווי כלל ישראל דינט השי״ת קוקט אויפ אלע נקודות פון דער פארביטערטע ארי נוהם, השי״ת האט נחת ווי זיין הייליג פאלק לאסט נישט נאך אין דינט עיהם מיט א שמיץ אריבער, אפי אין היינטיגע שווערע דור, סדרייען זיך ארום אידן ערב רב, פראבירן אריין צו ברענגן א קאלט קייט צווישען אונז נאך אלץ האלטן מיר אן מיט א פעסטקייט אין טוען עבדות השם.
אזוי ווי גראדע האט געזאגט, יעצט איז חודש ניסן אזוי ווי מפיהרט זיך ניסן האט דאס השפעה אויפן גאנץ יאר, לאמער ווייזען השי״ת ווי אונז קינדער זענען מדקדוק במצוות קלה כבחמורה, אידן שווענדען ים מיט געלט, זענען זיך מוסר נפש פאר אכט טעג כדי צו ווייזען השי״ת אונז מיינען עס ערענצט, אונז זענען דיינע קינדער, אונז זענען הייליג, אונז פראבירן אלץ שייך דיר צו דינען אין האלטן דיינע מצות.
אזוי זאל די גאנצע יאר אדורך גיין מיט חומרות, אידן זאלן מדקדק זיין אין מצוות, זיין יראים שלמים, טוען רצון הבורא, אזוי ווען מען זוכה זיין צום גאולה שלימה.
#קערט׳ס_ענק_איבער.
#סאק_ איט_אפ
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
צאנזער רב פלעגט זאגן אנהיייב האט ער געוואלט מתקן זיין די וועלט נאכדעם זיין לאנד וכו צום סוף הלוואי זיך אליין
יידען פרובירטס נישט צו פארעכטען דעם סיסטעם עס וועט נישט גיין און מען ווערט נאר אנגעגעסן און אויסגעשפיגען פארעכטס זיך אליין גיבטס אריין די ריכטיגע השקפה און דער שטוב מיט א פעסטקייט און קלארקייט און דאס וועט אויפטהן סאך מער ווי אלע שומפערייען אויפן סיסטעם און איהר וועט בלייבן רוהיג און צופרידען
איך מיין אז סשוין העכסט צייט צוצילייגן נאך אן אשכול אינעם הויפט זייט וואס דארט זאל אריינגיין די אלע סיסטעם באקלאגעניש אשכולות, די קאליר וואלט איך מציע געוועהן זאל זיין געיל ווי יורין, איך ברעך שוין פון די אומגליקליכע געזעלשאפט ארעסטאנטן, יעדן צווייטן טאג מיזן די זעלבע פאר זיך ארויסגעבן זייערע מיטמאכענישן פארן עולם, גענוג! ס'לעבן איז ב"ה זייער געשמאק אזוי ווי עס איז, אז די ביזט נישט העפי, האסטו א ברירה זיך צו טוישן, האסט א פראבלעם מיט דיין משפחה/חבירים/קרובים, דאס איז דיין פראבלעם, אבער זיך צו באקלאגן און שיסן האס און שנאה צו יעדע מנהג/מלבוש פון חסידשע יודען,וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א באזינדערע אשכול ווי אלע טענות זאלן דארט אראפגעלאדענט ווערן, און דארטן וועסטו קענען משלים זיין אלע דיינע בליציגע משלים וואס דו האסט נישט עספייעט צו ענדיגן.
זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
א מענטש רעגט זיך אויף פעשין,
אויב א שטריימל איז נישט דיין טעיסט איטס יאר פראבלעם, (גראדע לעצטנס איז די מאדע אריין אפי׳ ביי אזעלכע וואס וואלטן אמאל עס נישט געטראגן)
וואס טוט איינער וואס איז געבוירן אין א געזעלשאפט וואס מדארף שטיין אין ביסקיסע זיך שעיון און זיין טעיסט איז גיין א א בארד? איז ער אויך סטאק,
דאס איז דאס לעבן.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
לייב, וויזוי וואלסטו אויסגעזען אהנע סרוחעדיגע שוואנץ און רוסישע שנארץ און צושטרויבעלטע בארד? מיט א גלאטע נאקעטע פנים וועסטע אויסקוקען ווי א נעבעכדיגע פוקס!
יעצט ערנסט, האלטסט נישט אז ס'זענען שוין געווען אזאלכע גרויסע חכמים ווי דיר וואס האבן אויך פארשטאנען אז די אלע זאכן האבן נישט מיט ארגינעלע יודישקייט גארנישט, און דאך האבן זיי מאיזה סיבה פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג אזוי זיך צו פירן?
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
סמבטיוןאיך מיין אז סשוין העכסט צייט צוצילייגן נאך אן אשכול אינעם הויפט זייט וואס דארט זאל אריינגיין די אלע סיסטעם באקלאגעניש אשכולות, די קאליר וואלט איך מציע געוועהן זאל זיין געיל ווי יורין, איך ברעך שוין פון די אומגליקליכע געזעלשאפט ארעסטאנטן, יעדן צווייטן טאג מיזן די זעלבע פאר זיך ארויסגעבן זייערע מיטמאכענישן פארן עולם, גענוג! ס'לעבן איז ב"ה זייער געשמאק אזוי ווי עס איז, אז די ביזט נישט העפי, האסטו א ברירה זיך צו טוישן, האסט א פראבלעם מיט דיין משפחה/חבירים/קרובים, דאס איז דיין פראבלעם, אבער זיך צו באקלאגן און שיסן האס און שנאה צו יעדע מנהג/מלבוש פון חסידשע יודען,וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א באזינדערע אשכול ווי אלע טענות זאלן דארט אראפגעלאדענט ווערן, און דארטן וועסטו קענען משלים זיין אלע דיינע בליציגע משלים וואס דו האסט נישט עספייעט צו ענדיגן.
איך בין בכלל נישט מסכים עס איז דא אסאך פראבלעמן אין אונזער געזעלשאפט וואס איז א ערענסטע פראבלעם און איך פארשטיי זייער גוט מענטשן וואס גיסן זיך אויס דאס הארץ פון ווייטאג און ניין מען קען נישט טוישן דעם מהלך פון איין טאג אויפן צווייטען איך וויל נאר באטאנען אזוי ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט פריער אז דאס איז נאר די ערשטע שלב פון באוויינען און נאכדעם דארף מען אנהייבן ארבעטן אוועקצושטעלן דעם אייגענעם לעבן אויף א געזונטען אופן אז מען זאל נישט האבן די אלע פראבלעמן
א לעכטיגן פעדער, זיסע שפראך! אינעם פה-סח האב איך באשריבן וועגן דעם ענין מיט א קלארקייט. די איינציגסטע זאך וואס איך דיסלייק פון דיין ארטיקל איז די לעגיטימאציע וואס דו געבסט פאר ראבינאוויטש. ווער רעדט אפילו פון אים, ער איז נישט ווערט אפילו דיקליינט צו ווערן, דו ווייסט וויפיל משוגעים עס נעצען אדורך דעם ערד קיגל. גלות זענען זיי? דאס לעבן איז צו קורץ, און צו אינטערסאנט אז מען זאל ספענדן ענערגיע פאר יעדן וואנזיניגן.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
דאהי אין חו"ל קען מען רואיגעהייט גייען ארבעטען. אין א"י אפשר נישט. בלויע קראגען ארבעט אפשר ווייניגער, אבער דאס איז צוליעב כבוד נישט געזעלשאפט.
דאס איז קלאר אז די חסידישע געזעלשאפט איז פיהל ענגער ווי די אמעריקאנער ליטווישע. אבער דאס זיך פארלייגען אויף די באגליידערונג איז אויך א חיצוניות, כנלע"ד
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
כוכבבניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס האב איך מיטן סיסטעם? איך קלאג אויף מיין לעבן א שטיק חיצונות, ווען יעדע שטיק חיצוניות עקלט מיך באזונדער.
קל וחומרפארן קריג איז נישט געווען קיין געהעריג סיסטעם נישט ביי חסידים און נישט ביי ליטאים (אודאי טאמער איינער האט זיך אונטערגעווארפן אונטער א חסידות איז ער מיטגעגאנגן מיטן שפאן, דאס איז אבער געווען מרצונו הטוב, נישט געווען קיין מוסדות סטראשעראציעס וכו'), נאכן קריג איז דא ביי ביידע, כ'זעה נישט מיט וואס 'חסידות' דארף נעמען אויף זיך דעם גאנצן שילד. אדרבה, דארט ווי מ'האט געזאגט 'נשתכחה' איז די סיסטעם אויפן שטערקסטן פארנעם.
איך האב פונקט אזאלכע טענות אויפן ליטווישן דרך, כהאב שוין געמערקט א צווייט פלאץ אז כהאף צו צונעמען אלע שטרעמונגען און שיטות וואס באדערן מיך.
[ציטאט אראפגענומען]
😂 הלוואי. כקען אבער נישט גיין כאלעמויד האלטן אנעם שטריימל בעקישע. א באם בין איך דען?
שטילע אינגערמאן, כווייס נישט וואס דו ווילדעוועסט. כזוך דען קאלט צו מאכן? כרעד דען אלץ אויבערחכם? כשריי ווייטאג, ווילסט לאכן דערפון, געזונטערהייט, אבער שריי נישט ערב רב אויף איינער וואס שרייט ווייטאג. אויב דו האסט קיין שכל צו לינדערן שמערצן, זאג נישט אז די שמערצן זענען פאלש, נאר גיי ארויס פון דאקטערס אפיס.
דאס זעלבע זאג איך צו סמבטיון.
אייער ענטפער שלא מן הענין, צייגט אז אנשטאט טרעפן א הצדקה, טרעפט איר נאר פערזענליכע שטעכרייד אלץ אנטווארט.
ירא שמיםא מענטש רעגט זיך אויף פעשין,
אויב א שטריימל איז נישט דיין טעיסט איטס יאר פראבלעם, (גראדע לעצטנס איז די מאדע אריין אפי׳ ביי אזעלכע וואס וואלטן אמאל עס נישט געטראגן)
וואס טוט איינער וואס איז געבוירן אין א געזעלשאפט וואס מדארף שטיין אין ביסקיסע זיך שעיון און זיין טעיסט איז גיין א א בארד? איז ער אויך סטאק,
דאס איז דאס לעבן.
איך הער, תנחומי הבל נחמוך. זאגן אז ביי יענעם איז אויך שלעכט, איז נישט וואס בארואיגט. פארט איז דיין צושטעל נישט קיין צושטעל. אפגערעדט פונעם קילע גיי וואס טראגט א שטריימל, ער האט געוויס נישט די פראבלעם ווי מיר. ווען ער האלט נישט דערביי, טראגט ער עס נישט, אין א רעגן, טראגט ער עס נישט, ביים סעודה, טראגט ער עס נישט, וכהנה.
אבער בלא זה נמי, די שטריימל אליינס וואלט איך פארגעבן, אבער איין גרויל נאכן צווייטן, ווען אלעס איז געמאכט וואס מער משוגע אויסצוזען, דאן איז דאס אומפארדייבאר.
ומכאן תשובה אויף דיי לעצטע נקודה. אויב די נארמע איז א קורצע סוט, נאו בארד און פיאות, און קיין שוואנץ אויפן קאפ. דאן צווינגט מען אונז אויסצוזען משוגע, און מטבע הדברים זענען פיל מער מענטשן פארביטערט. משאין כן א גוישע אריסטאקראטישע פאמיליע וואס אלע גייען מענטשליך, מאכט זיך אמאל א פארריקט קינד וואס וויל זיין א היפי, אבער דער איז א מיעוט שאינו מצוי וואס וויל אויסזען פארריקט, נישט מער נארמאל ווי מיין ווייטאג שרייט.
טמירלייב, וויזוי וואלסטו אויסגעזען אהנע סרוחעדיגע שוואנץ און רוסישע שנארץ און צושטרויבעלטע בארד? מיט א גלאטע נאקעטע פנים וועסטע אויסקוקען ווי א נעבעכדיגע פוקס!
יעצט ערנסט, האלטסט נישט אז ס'זענען שוין געווען אזאלכע גרויסע חכמים ווי דיר וואס האבן אויך פארשטאנען אז די אלע זאכן האבן נישט מיט ארגינעלע יודישקייט גארנישט, און דאך האבן זיי מאיזה סיבה פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג אזוי זיך צו פירן?
פאר דיין פתיחה, א גוטס... 😂
דיין צווייטע טענה איז ממין הטענה האהוב אויף חרדים בכלל, און חסידים בפרט. ליידער איז דאס די איינציגסטע וואפן מיט וואס אפצוענטפערן יענעמס ריכטיגע רייד.
נישט אז כזוך דאס צו פארענטפערן, ווייל כאמור זוך איך תשובות און נישט תירוצים, אבער מקען נאכאלץ פארענטפערן אז די שגעונות האבן פאסירט מיט צייט, און קיינער טרויט זיך נישט אויפצושטעלן זאגן אז גענוג איז גענוג. כגלייב אז א נארמאלע באזעצענע צדיק וואס מקומט אים טענהן מיינע רייד, וועט ער זאגן אין הכי נמי, אפשר באלאנגסטו אין ליטווישן חדר.
דעת תורה, מבקש, פרייוויליג, און אנאנים. איר האט מיך דערפרייט דאס הארץ מיט ענקערע דברים היוצאים מן הלב, מבקש זאגט אז כקען נאר ארויספוצן פון היימישע חסידישע געזעלשאפט, דעת תורה וויל כזאל אויפגעבן קאמף וואס וועט ממילא געשען, און אנאנים זאגט אז ערגעץ אנדערש איז די גראז נישט גרינער. איך גלייב נישט, אוודאי נישט צו די עקסטענד וואס דו ביזט מדמה אונזער חיצוניות מיט אנדערע מהלך החיים'ס, אבער פאר א נחמה פורתא קלעקט עס. אפשר.
ארי נוהם
דעת תורה, מבקש, פרייוויליג, און אנאנים. איר האט מיך דערפרייט דאס הארץ מיט ענקערע דברים היוצאים מן הלב, מבקש זאגט אז כ'קען נאר ארויספוצן פון היימישע חסידישע געזעלשאפט.
אנטשולדיגט מבקש האט נישט געמיינט דאס, ער האט אביסל א פראבלעם מיט זיך ארויסברענגען איך וועל פרובירן מסביר זיין בעסער,
מען קען פרובירן צו טוישן די פראבלעמען פונם כלל אויפן פרט, אבער איך מיין אז ריכטיגער איז צו פאררעכטן קודם די פרט און אויב עס העלפט דעם כלל איז הכל רווח,
למשל ווען די קינדער קומען אהיים מיט השקפות אז סמארטפאן איז טרייף קען מען פרובירן לוחם זיין קעגן דעם, אבער געווענליך איז עס נידון לכישלון,
די ריכטיגע וועג איז צו מסביר זיין פאר די קינדער אז עס איז נישט קיין פראבלעם נאר אז מען ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס,
דער כלל איז, מען דארף וויסן פונקטליך וואס מען וויל דעמאלטס קען מען אויסשטעלן די שטוב זאל שטימען מיט דעם די מערסטע וואס איז שייך, אוודאי קען מען נישט אלעס אויספיהרן אין אונזער געזעלשאפט אבער ווען מען ווייסט וואס מען וויל איז עס מעגליך למחצה לשליש ולרביע.
ליטוואק פון בודאפעסטדאהי אין חו"ל קען מען רואיגעהייט גייען ארבעטען. אין א"י אפשר נישט. בלויע קראגען ארבעט אפשר ווייניגער, אבער דאס איז צוליעב כבוד נישט געזעלשאפט.
דאס איז קלאר אז די חסידישע געזעלשאפט איז פיהל ענגער ווי די אמעריקאנער ליטווישע. אבער דאס זיך פארלייגען אויף די באגליידערונג איז אויך א חיצוניות, כנלע"ד
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ווארט נאר ווארט, די ליטווישע וועלט וועט צולייגט ווערן אין א באזונדער אשכול...
דאס זיך פארלייגן אויף די קליידונג, איז טאקע צוליב די חיצוניות. נאך בעפארן אריינטרעטן אין פנימיות הדברים, זענען דא זאכן וואס צוקוועטשן מיך גייסטיש, אז כשפיר טאג טעגליך "פארוואס"? דער ערשטער "זיך" איז שוין נישט דער אמתדיגער זיך, סאיז א פאלשער פארשטעלטער מענטש.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
ארי, קיינער האט נישט ארויפגעצינגען דעם סיסטעם ווער געדענקט נאך וויפיל פון די נאכן קריג אידן זענען געגאנגען שטריימלעך און אפי׳ בערד, נאר וואס די אינגע דור האט עס אויפגעפיקט מסתמא ווייל זיי האבן געוואלט אויסזעען עקלדיג.
און דאס אז די חסידישע לבוש מאכט דיר אויסזעען עקלדיג מסתמא זעסטו אויס אננדעם אויך אזוי…
סיסטעם שמיסטטעם, הערץ אויף נוצן דעם ווארט. כהאב ערנסט פארפאקט סיסטעם. ווער איז ער בכלל?
אז דו גלייכסט שטארק די לבוש, זאל דיר וואויל באקומען. נישט אזוי פארענטפערסטו מיין ווייטאג, און די פאקט אז איך פארנעם דאס נישט, און די פאקט אז אויב כוועל טוישן נאר א ברעקל וועט מען מיר באצייכענען אלס באם, נישט ווייניגער. הגם אין פרומקייט בין איך מער פונעם חסידישן פראוד שוואנצן טרעגער.
און איבער דיין זיסע שטעך צום סוף, א דאנק. זעט אויס איר זעט אויס אזוי זיס און בחנ'ט ווי א קינד, אז אפילו די חסידישע מלבושים קענען נישט פארמינערן דיין הערליכע אויסזען.
די אידן אין דייטשלאנד האבן אויך געשטרעבט אויסציזעהן 'מענטשליך' אדער אריסטאקראטיש ווי די ריפסט עס מיט דיין הויכגעבילדעטע שריפט, זיי האבן געוואלט אויסזעהן פונקט ווי דער דייטש, די ריינע ראסע, און פאר וועם סאיז באקאנט האבן די רוצחים אויסגעראטן דאס יודיש פאלק דארט, נישט נאר די אפער קלעסס און אריסטאקראטן, נאר זיי זענען נאכגעגאנגן ביזן עלטער זיידע צו מעשטאמט נישט פון עפעס א יודע. אלזא, איך ווייס נישט וועכע סארט קליידונג וועט אייך באפרידיגן, אבער וויסן זאלסטו, אז גארנישט וועט דיר העלפן, ביזט נעבעך געבוירן געווארן צו א יודיש חסידיש פאר פאלק, און אזוי וועסטו מוזן בלייבן, קענסט גיין אנגעטוהן מיט קארצע הויזן און א בלויזן אינטער העמד אויפן גאס, אבער א יוד בלייבסטו, וועסט פאר קיינעם נישט בעסער געפעלן, נו אויב ביזטו עניוועי א יוד גיי שוין ווי א יוד אונגעטוהן.
און דער שוטה מיין אז איך זוך איינעם צו געפעלן.
איך וויל אויסזען שיין אין מיינע אויגן, געונג פארשטענליך?
איך זע נישט פארוואס דו קלעבסט ארויף א נאסע ליילעך אויפן כלל. דו אנערקענסט נישט אינעם חילוק פשוט פונעם ליטוואק וואס זעט אויס ווי אמענטש, און דער חסיד וואס זעט אויס ווי איינער פון מארס? דער ליטוואק זוכט איינעם צו געפעלן? ער זעט פשוט אויס נארמאל. אריסטאקראטיע? וואו קומט עס ארין.
דו לעבסט נאך מיטן מה יאמרו אויף אזא שטאפל, אז דו שלעפסט ארויף די נאציס פון אפגרינד, כדי זיך צו באפרידיגן. זאל דיר וואויל באקומען.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
קוק אין מיין אשכול 'איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק' און זאג מיר צו דיין טענות זענען פארענטפערט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אויב דו ווילסט אויסזעהן שיין אין דיינע אויגן, טוה דיר אן א שיינעם סוט מיט א נעקטיי און א ווייסע צילינדער, וואס ווילסטו דא פונקטלעך ? איך פערזענליך האלט אז א ביבער היט איז שענער ווי א יעלה ויבוא הוט, איז וואס? איך האלט אז א לאנגע רעקל איז שענער ווי א קורצע פראק איז וואס? גיי איך יעצט אראפרייסן די ליטווישע מיט זייערע מלבושים? טוה דיר אן וואס דו ווילסט לאז דאס מענטשהייט לעבן און שפאציר צוריק אריין אין טיער גארטען.
זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
ווען אנשטאט ״מהאט אויף מיר ארויף געצוואונגען״ נוצטו דעם אויסדרוק ״איך באצוואונג מיך אליינס״ ווייל איך האב מורא פונ׳ם סטיגמא צו ווערן אנגערופן באם, און אנשטאט ״מלבושים וואס זענען א עקל און א גרויל״ נוצטו מלבושים וואס עקלען מיך, בין איך מיט דיר הונדערט פארצענט.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
ארי שאג! אז ס'טוט וויי שרייט מען...
גראדע געטראפן היינט צופרי א גאר גאר מאדערענע איד, מיט א פיציל קעפעלע, זיין לאנגע האר גע'דזשעלד פון פארנט און פון אונטען כמנהג השקצים, און גייט געקליידעט מיט א שיינעם בעקישע. נאכן דאווענען זאגט ער מיר אז קיינער פון זיין משפחה גייט נישט מיט דעם, זיי גייען ניטאמאל מיט האלבע רעקלעך, ער גלייכט פשוט די בעקישע..
קוקט אויס ס'נאך דא וואס גלייכן דאס אידישן לבוש. ב"ה לא אלמן ישראל.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
דער ליטוואק זעהט אויס נארמאל? איך ווייס נישט אויב א פרעמדער קוקט אן דעם ליטווישע אויסזען מער נארמאל.
אוודאי אריגינעל קומט עס פון די אמאליגע נטיה ביי די ליטווישע אויסצוזען נארמאל, איך מיין אבער אז הרב שטיינמאן (נאר א משל) אלס בחור האט אויסגעזען סאך מער 'נארמאל' ווי א היינטיגער ליטוויק.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
סמבטיוןדי אידן אין דייטשלאנד האבן אויך געשטרעבט אויסציזעהן 'מענטשליך' אדער אריסטאקראטיש ווי די ריפסט עס מיט דיין הויכגעבילדעטע שריפט, זיי האבן געוואלט אויסזעהן פונקט ווי דער דייטש, די ריינע ראסע, און פאר וועם סאיז באקאנט האבן די רוצחים אויסגעראטן דאס יודיש פאלק דארט, נישט נאר די אפער קלעסס און אריסטאקראטן, נאר זיי זענען נאכגעגאנגן ביזן עלטער זיידע צו מעשטאמט נישט פון עפעס א יודע. אלזא, איך ווייס נישט וועכע סארט קליידונג וועט אייך באפרידיגן, אבער וויסן זאלסטו, אז גארנישט וועט דיר העלפן, ביזט נעבעך געבוירן געווארן צו א יודיש חסידיש פאר פאלק, און אזוי וועסטו מוזן בלייבן, קענסט גיין אנגעטוהן מיט קארצע הויזן און א בלויזן אינטער העמד אויפן גאס, אבער א יוד בלייבסטו, וועסט פאר קיינעם נישט בעסער געפעלן, נו אויב ביזטו עניוועי א יוד גיי שוין ווי א יוד אונגעטוהן.
גראדע זאגט די וועלט אז פון דייטשלאנד האבן פראצענטואל די מערסטע זיך געראטעוועט. אפגעזען וואס די גענויע סיבה איז. עס זענען די איסטערנערס וואס האבן אזוי ביטער אפגעשניטן. יעדער וואס איז גענוג געלערנט געווען צו לעבן אין רעאליטי, גענוג געלט געהאט אדער גענוג ווערטפול געווען האט געפונען א וועג ארויס שוין נאכוואס די נאצישע פארטיי האט געקריגען מאמענטום. פון וואנעט און פון וועלכען עפאכע מיינסטו זענען געקומען די דייטשע טאטעס פון מד"י, די דייטשע אמעריקאנער און קאפעטיליסטן און וויסענשאפטלער פון בשעתן און נאכ'ן קריג, די נעקסטע דור ענגליש אידישער מיטל קלאס און די דייטשע און עסטרייכישע אידישע ארטיסטן וואס האבן עמיגרירט בכל ארבע כנפות, אויב נישט פון דייטשלאנד - פליטים פון די פאר דעקעידס ביז'ן לעצטע מינוט פאר'ן קריג?
סוירטש פאר א ליסטע דייטש-אידישע באקאנטע אינטעלעקטואלן און מענטשן פון טאלאנט אויסגיהארגעט דורכן קריג און די רעזולטאט וועט זיין מיינסטנס פאליטישע קרבנות און ארטיסטן - די ערשטע צוגיין ווען די לעבן איז נאר ווערט ווען דו האסט מיט וואס צו טרעידן, אין א צייט וואס די מענטשן האבן וויכטיגערס צוטוהן פון גיין אין טעאטער....
ביטע קיי נישט איבער די אלטע חדר בובקעס. ווער ס'ווייסט האט היטלער ימ"ש אנגעבליך געקלעימט אין האבן עקספיריענסד זיינע פריעסטע 'אנטיסעמיטישע סענטימענטן' ווען ער האט באגעגנט די ניי אנגעקומענע מזרח אייראפעישע פליטים אין אוסטריה צעווישען די צוויי וועלט קריגן. די טראדיציאנאל געקליידעטע פוילישע און רוסישע אידן וועמען ער האט באצייכנט "אנדערש ווי זייערער וועסטערען ברודער, שמוציג, דיזיזד און נוצלאז" זענען אפנים געקומען קלאפן אויף די טירן און פרובירן זיך איינגלידערן און מזרח אייראפע אדער פון דארט פארן ווייטער און ליידער האבן די דייטשע אידנ'ס פאראכטונג צו זיי געגיבן א גוטען תירוץ פאר די רשעים אין מויל. כקום חלילה נישט זאגן אז רעליגיע אדער פרומקייט האט אנגעברענגט די צרה. ווי געזאגט האט עס נישט מיט רעליגיע צוטוהן געהאט. אבער א פינגער האט ער געהאט אויף וועמען צווייזן אין וואס אימער ער האט אונז באשולדיגט? (צו דארף מען אים אונטערקויפען מיט געלט ווי ר' מיכאל בער? ניין! א געזונטען פויסט אין פנים דארף מען אים דערלאנגען.) אבער קומען זאגן אז סעקולאריזם [צו פרימיזם] האט געברענגט די צרה איז לודיקרעס.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
טאמבל סאססמבטיוןדי אידן אין דייטשלאנד האבן אויך געשטרעבט אויסציזעהן 'מענטשליך' אדער אריסטאקראטיש ווי די ריפסט עס מיט דיין הויכגעבילדעטע שריפט, זיי האבן געוואלט אויסזעהן פונקט ווי דער דייטש, די ריינע ראסע, און פאר וועם סאיז באקאנט האבן די רוצחים אויסגעראטן דאס יודיש פאלק דארט, נישט נאר די אפער קלעסס און אריסטאקראטן, נאר זיי זענען נאכגעגאנגן ביזן עלטער זיידע צו מעשטאמט נישט פון עפעס א יודע. אלזא, איך ווייס נישט וועכע סארט קליידונג וועט אייך באפרידיגן, אבער וויסן זאלסטו, אז גארנישט וועט דיר העלפן, ביזט נעבעך געבוירן געווארן צו א יודיש חסידיש פאר פאלק, און אזוי וועסטו מוזן בלייבן, קענסט גיין אנגעטוהן מיט קארצע הויזן און א בלויזן אינטער העמד אויפן גאס, אבער א יוד בלייבסטו, וועסט פאר קיינעם נישט בעסער געפעלן, נו אויב ביזטו עניוועי א יוד גיי שוין ווי א יוד אונגעטוהן.
גראדע זאגט די וועלט אז פון דייטשלאנד האבן פראצענטואל די מערסטע זיך געראטעוועט. אפגעזען וואס די גענויע סיבה איז. עס זענען די איסטערנערס וואס האבן אזוי ביטער אפגעשניטן. יעדער וואס איז גענוג געלערנט געווען צו לעבן אין רעאליטי, גענוג געלט געהאט אדער גענוג ווערטפול געווען האט געפונען א וועג ארויס שוין נאכוואס די נאצישע פארטיי האט געקריגען מאמענטום. פון וואנעט און פון וועלכען עפאכע מיינסטו זענען געקומען די דייטשע טאטעס פון מד"י, די דייטשע אמעריקאנער און קאפעטיליסטן און וויסענשאפטלער פון בשעתן און נאכ'ן קריג, די נעקסטע דור ענגליש אידישער מיטל קלאס און די דייטשע און עסטרייכישע אידישע ארטיסטן וואס האבן עמיגרירט בכל ארבע כנפות, אויב נישט פון דייטשלאנד - פליטים פון די פאר דעקעידס ביז'ן לעצטע מינוט פאר'ן קריג?
סוירטש פאר א ליסטע דייטש-אידישע באקאנטע אינטעלעקטואלן און מענטשן פון טאלאנט אויסגיהארגעט דורכן קריג און די רעזולטאט וועט זיין מיינסטנס פאליטישע קרבנות און ארטיסטן - די ערשטע צוגיין ווען די לעבן איז נאר ווערט ווען דו האסט מיט וואס צו טרעידן, אין א צייט וואס די מענטשן האבן וויכטיגערס צוטוהן פון גיין אין טעאטער....
ביטע קיי נישט איבער די אלטע חדר בובקעס. ווער ס'ווייסט האט היטלער ימ"ש אנגעבליך געקלעימט אין האבן עקספיריענסד זיינע פריעסטע 'אנטיסעמיטישע סענטימענטן' ווען ער האט באגעגנט די ניי אנגעקומענע מזרח אייראפעישע פליטים אין אוסטריה צעווישען די צוויי וועלט קריגן. די טראדיציאנאל געקליידעטע פוילישע און רוסישע אידן וועמען ער האט באצייכנט "אנדערש ווי זייערער וועסטערען ברודער, שמוציג, דיזיזד און נוצלאז" זענען אפנים געקומען קלאפן אויף די טירן און פרובירן זיך איינגלידערן און מזרח אייראפע אדער פון דארט פארן ווייטער און ליידער האבן די דייטשע אידנ'ס פאראכטונג צו זיי געגיבן א גוטען תירוץ פאר די רשעים אין מויל. כקום חלילה נישט זאגן אז רעליגיע אדער פרומקייט האט אנגעברענגט די צרה. ווי געזאגט האט עס נישט מיט רעליגיע צוטוהן געהאט. אבער א פינגער האט ער געהאט אויף וועמען צווייזן אין וואס אימער ער האט אונז באשולדיגט? (צו דארף מען אים אונטערקויפען מיט געלט ווי ר' מיכאל בער? ניין! א געזונטען פויסט אין פנים דארף מען אים דערלאנגען.) אבער קומען זאגן אז סעקולאריזם [צו פרימיזם] האט געברענגט די צרה איז לודיקרעס.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ער האט אויך געהאט אין זיין אנטיסעמיטיזים די ראטשילדס וואס באהערשן די וועלט וכו׳ וואס דאס איז יא עפעס וואס האט צו טוען מיט די רייכע סעקולארע אידן.
די ראטשילדס זענען דייקא געווען אנטקעגן אסימילאציע. ווי אויך האבן זיי צוליב א ביוראקראטישע פראבלעם (היות פרייסטן מיט אויסטריה זענען געווען אויף מעסער שטעך - איז וואס וועט מען זאגן, ראטשילד איז א פאררעטער?) געלאזט א צווייטן הויף אידל גרשון וואן בלייכהאלדער עפענען א באנק אין פרוסיע און אזוי האבן די ראטשילדס פון אוסטריה געקענט פירן געשעפטן מיט בלייכהאלדער און אזוי צוזאמען פינאנצירען ביזמארק'ס הונגעריגע מלחמה אפעטיט. די קאנסערוואטיווע "קייזער אידן" ווי מ'האט זיי גערופן האבן נאך דאס גרעסטע שנאת ישראל אנגעבראכט אקארדינג צו Amos Alon
ס'באקאנט איינע פון די ראטשילד קינדער האט געביטערט ווען ער האט באזוכט בערלין (ארגינעל זענען זיי מיין איך א פראנקפורטע פאמיליע) און ער האט געזען ווי די אידישע מוידן האלטן עס פאר אזא גדולה צו פארכאפט ווערן דורך א דייטש. ס'האט אים געווייטאגט אז די געלט וואס מ'האט אנגעשוויצטערהייט געמאכט צוליב די רעליגיע פאלט אריין צו דער גוי אין קעשענע בעת וואס דער שייגעץ האט טאקע נאר דאס לכתחילה אינזינען געהאט ווען ער האט זיך פארליבט אין איר...
אויב איך געדענק גוט האבן זיי געהאט א רול אז דער וואס שמד'ט זיך באקומט נישט ירושה. עפעס אזוי.
זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
דרייקאפ איינער, קודם זאגסטו אז ער האט זיך פארעקלט אזוי ווי ארי נוהם אין די עקלדיגע אוסט יודען, שפעטער זאגסטו ער האט פיינט געהאט יעדן וואס האט זיך געהאלטן צום אידישן אידענטיטעיט,
אבער נישט קיין חילוק וואס האט אויפגערייצט דעם שי״ן דל״ת צו די אוסט יודען, די אידישע באנקירן וואס באהערשן די וועלט, אידישע קאמוניסטן, די ציונים, שטריימל בעקיטשע, אדער זיין מאמעס אידישע דאקטאר, ער׳ט געהאט א אידישע שכן וואס האט אים געטשעפעט,למעשה האט ער געצילט יעדן איד אפגעזען ווי אסימילירט ער׳ז געווען.
ווער נישט פארדרייט, און מיש נישט אויס דייטשע אנטיסעמיטיזם אין ג'ענעראל מיט היטלער'ס שנאה. אדער זיין ריכטיגע ריזען מיט וואס ער האט געקלעימט צו האבן געווען די ריזען. איך זאג אז וואס סמבטיון זאגט איז נישט אמת. דער הויף איד האט אריינגעשפילט צו דער אנטיסעמיטישע טענה אז אידן זענען געלט גייציג, מאראליש קארופטירט און זוכן צו קאנטראלירן די וועלט. די אוסט יידן האבן אריינגעשפילט צו זייער באשולדיגונג אז יידן זענען שמוציג און טוען פאר'סמ'ן די מענטשליכע מין העגיעניש און פיזיש. אגב זאג איך אז די חצר אידן זענען ע"פ רוב געווען שומת"ו און ספעציפיש דער בלייכהאלדער האט אסאך אנטיסעמיטיזם גורם געווען. די קייזער יידן זענען גראדע פון זיי אסימילאנטן געווען אבער נישט זייערע עצם זיין אידן האט געבראכט אנטיסעמיטיזם נאר די מעשים וואס זיי האבן געטוהן און וויבאלד זיי האבן געהערט צו א געוויסע גרופע וואס נישט יעדער קען דזשוינען... איז געווען אויף וועמען צו פוינטן ווען עפעס איז געגאנגען ראנג. עיין וואלטער ראטענאוו. כנ"ל.
דאס אז די דייטשע פאליסי האט געציהלט יעדן איד אפגעזען ווי רעליגיעז ער איז געווען איז טאקע א ראיה אז ס'האט ניט מיט רעליגיע געהאט צוטוהן אבער ס'מיינט נאך נישט דערפאר אז איך מיט דיר מוזן יעצט האבן עפעס אינקאמען. הגם די רעליגיע איז ארגיובלי די ריזן מתחילה אן פארוואס די אלע יידן האבן זיך געטראפן אינעם זעלבן שיף ווען די צרות זענען אנגעקומען. ס'האט נאכנישט געהאט פאריבער גענוג צייט פון די ענלייטענמענט ביז דער חורבן פאר היטלער'ס רול פון פיהר דורות אריינצונעמען רוב אייראפעאישע יידן. וד"ל.
בליקענדיג אויף ארי נוהם'ס שרייבעכעץ איז מיר איינגעפאלן צי טיישען אילו היה שם לא היה נגאל אפילה דער רשע וואלט ארויס פין מיצרים וואלט ער נאך אלץ נישט געווארן אויסגעלייזט, ער וואלט ווען אין א יעדער זאך געזען דעם מה העבודה הזאת לכם און וואלט ווען געשריבן - זמן חירותינו ?! ינעץ געלעכרער
ווייסט איינער אויב דער ווארט שטייט ערגעץ?
ס'איז נאאיוו צי זאגן אז אנטיסעמעטיזעם דארף אדער האט א שכלדיגער תירץ
זיכער קען איך ניצען שכל דאס מסביר צי זיין אבער די לעכער וועלן זיין זייער גרויס און היסטאריש אפגעפרעגט.
ירא שמיםווען אנשטאט ״מהאט אויף מיר ארויף געצוואונגען״ נוצטו דעם אויסדרוק ״איך באצוואונג מיך אליינס״ ווייל איך האב מורא פונ׳ם סטיגמא צו ווערן אנגערופן באם, און אנשטאט ״מלבושים וואס זענען א עקל און א גרויל״ נוצטו מלבושים וואס עקלען מיך, בין איך מיט דיר הונדערט פארצענט.
ער נוצט עקל אויף די מושג פונעם ביבער היט, נישט אויפן ביבער היט בכבודו בעצמו. דאס מושג ׳ביבער היט׳ און איר דיזיין, וואס האט נישט קיין שיכות מיט אידישקייט.
סמבטיוןדי אידן אין דייטשלאנד האבן אויך געשטרעבט אויסציזעהן 'מענטשליך' אדער אריסטאקראטיש ווי די ריפסט עס מיט דיין הויכגעבילדעטע שריפט, זיי האבן געוואלט אויסזעהן פונקט ווי דער דייטש, די ריינע ראסע, און פאר וועם סאיז באקאנט האבן די רוצחים אויסגעראטן דאס יודיש פאלק דארט, נישט נאר די אפער קלעסס און אריסטאקראטן, נאר זיי זענען נאכגעגאנגן ביזן עלטער זיידע צו מעשטאמט נישט פון עפעס א יודע. אלזא, איך ווייס נישט וועכע סארט קליידונג וועט אייך באפרידיגן, אבער וויסן זאלסטו, אז גארנישט וועט דיר העלפן, ביזט נעבעך געבוירן געווארן צו א יודיש חסידיש פאר פאלק, און אזוי וועסטו מוזן בלייבן, קענסט גיין אנגעטוהן מיט קארצע הויזן און א בלויזן אינטער העמד אויפן גאס, אבער א יוד בלייבסטו, וועסט פאר קיינעם נישט בעסער געפעלן, נו אויב ביזטו עניוועי א יוד גיי שוין ווי א יוד אונגעטוהן.
אויב וויל ער נישט בלייבן אידיש וואלט ער געוויס נישט געשריבן דא. איך הער שוין די אויסדריק זינט איך בין א קליין קינד: נו פארוועם ווילסטו געפעלן פאר די גוי? הא, היטלער האט נישט מבחין געווען פון א צושטרויבלעטע בארד און א געטרימטע בארד. פארן גוי? הא, די גוי האט דיך עניוועי פיינט.
די דזשיניעס פון די ענטפערס זענען פארפאסט געווארן דורך די מחבר פון די מעשה פון אקדמות מיט די פייער זויל... ער וויל לכאורה געפעלן פאר זיך אליין - לויט ווי איך פארשטיי. וויאזוי קען א מענטש האבן שעצונג ווען ער שעצט זיך נישט אליין. עס איבלט אים א שווארצע רעדל אויפן קאפ, און די לענג פונעם רעקל איז אים גורם מרה שחורה. וואס האט דאס מיט אידישקייט, אדער היטלער? זאגשע, אויף וועלכע עסן ער וויל, זאגסטו נישט היטלער?
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
פרייוויליגירא שמיםווען אנשטאט ״מהאט אויף מיר ארויף געצוואונגען״ נוצטו דעם אויסדרוק ״איך באצוואונג מיך אליינס״ ווייל איך האב מורא פונ׳ם סטיגמא צו ווערן אנגערופן באם, און אנשטאט ״מלבושים וואס זענען א עקל און א גרויל״ נוצטו מלבושים וואס עקלען מיך, בין איך מיט דיר הונדערט פארצענט.
ער נוצט עקל אויף די מושג פונעם ביבער היט, נישט אויפן ביבער היט בכבודו בעצמו. דאס מושג ׳ביבער היט׳ און איר דיזיין, וואס האט נישט קיין שיכות מיט אידישקייט.
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט, אבער וואס איך מיין איז אז דער חכם פארשטייט נישט אז מאדע און אנטואכץ איז א סאביעקטיווע זאך און אזאך פון טעיסט און יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין טעיסט, און ער קומט זאגן אז די חסידישע לבוש איז עקלדיג במהותו, איך קוק עס אהן אלס באליידיגונג צו זאגן צו א ציבור מענטשן עסט זעסט אויס עקלדיג.
נאכאמאל, עס איז קלאר אז מקען אביעקטיוולי טענהן אויף געוויסע סטיילן אין אנגעטועכץ אז סאיז שיין. אויסגעפאסטע קליידער אויף פרויען למשל און אפי' אויף מענער איז שיין ווייל מיר זענען יומען ביאינגס און נאטורליך ציהט דאס דער אויג. היטן האט א געוויסע חן ווען עס איז הויעך, ליגט אויף אן איש מכובד, בשעת וואס אלע ארום גייען נישט מיט זיי; אדער ווען דער היט האט א דיסטינקט אויסזע. און ווייטער דאס איז אויך ווי א מענטש. יעדער מיט זיין טעיסט. אבער דאס אז א גאנצע קהלה גייט אנגעטוהן די זעלבע פעך שווארצער גאנץ פשוטער היטל איז זייער באורינג מילד גערעדט. יעצט איך ווייס דאך יא וויאזוי א פינף יאריגע קרויסיגע באלי היט זעט אויס אויפן קאפ. איז בהחלט נישט כשר צו נוצן פאר קידוש.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
מסכים אז סאיז דא זאכן וואס זענען נאטירלעך נישט איינגענעם פארן אויג ווי איינער וואס גייט געקליידעט שמוציג און צוריסן (הגם היינטיגע צייטן ווי מער שמוציג אלס מער שיין) אלס אנדערש אבער איז יעדער לויט זיין סביבה און זיין טעם.
ניין, עס איז נישט ווי מער שמוציג אלס מער שיין. ביי די לאווער קלאס איז דא א געוויסער סטייל, אויף געוויסע קליידונג, זיי זאלן אויסזען צעריסן און דאדורך אויפדעקן געוויסע חלקים פון די קערפער - אויב איז דאס וואס דו מיינסט. אבער ווען אן אפגעשליסענער אדער נישט בחנ'טער זאל גיין צעריסענע קליידער אנגעטוהן וועט קיינער נישט זאגן ער טראגט א סערטעין סטייל. ד.ה. שאר גופו וה"ה שאר מלבושו יוכיח...
אבער דאס איז סובדזשעקטיוולי שיין ווייל עס רעכנט זיך מיט פאקטן ארום. הגם מקען זאגן אז סאיז שיין צוליב יענע מקומות המגולים. משא"כ אונזערע מחנהדיגע אוניפארם איז אביעקטיוולי נישט שיין. קיין גוונים! קיין ווערייעטי! קיין קאנטראסט!
לענינינו כאפ איך אבער נישט וואס דו ווילסט זאגן דא אין רילעישן צו די נושא האשכול.
זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
איך האב געמיינט די היפי סטייל, די סטייל פון ווי מער פראאסט אלס שענער.
אז סאיז דול קען זיין, (אגב די אפיציעלע מענער קאסטיום פון די פרייע וועלט די סוט און טיי איז אויך פחות או יותר די זעלבע חוץ די טיי,) די אוניפורם איז סוכ״ס נישט געשטעלט אויף שיינקייט, אבער פארוואס זאל עס זיין אביעקטיוו שוואכער ווי א סוט און טיי,
אין צום שלוס די חסידישע מלבושים דארפן ארויסברענגען רעספעקט פאר די ווירדן וואס זיי רעפרעזינטירן און אז דו האסט עס נישט ליב איטס יאר רייט.
ארי נוהם
א חלק ניכר פונעם כלל איז מער אדער ווייניגער באהאווענט אין אלץ וואס דו האסט אויסגערעכנט. די אונטערשייד צווישן געזונטע קאווע שטיבל באזוכער און אזעלכע ווי דיר איז אז די אנדערע שמועס׳ן דורך די פראבלעמן, מ׳רופט דעם בלאף ביים נאמן און שוין. מ׳פרעגט און מ׳שמועסט אויס זאכן וואס זענען אמאהל געוועהן טאבו — חס מלהזכיר. מ׳ברויך טאקע לויבן דעם בוכה״ע המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית וואס שענקט אונז שטענדיג מתנות חינם, פאר די געוואלדיגע בריאה פון דיגיטאלע קאמוניקאציע מיטלן. טאקע צוליעב אט דאס קענען מיר נהנה זיין איינע פון צווייטן און עררייכן אונזערע ידיעות אא״וו. אמאהל באקומט מען א פרישע אדער ברייטערע בליק אויף זאכן און אפילו א גוטע עצה אדער צוגאנג צו א געוויסע ענין.
מאידך, דו און דיין גלייכן (ווי אויך די אז״ג פרומע וואס שטויסן ווען מ׳רירט אהן געוויסע טעמעס) זענען אהנגעווייטאגטע לייט. קיינער האט נישט ליעב צו פארברענגען מיט אזוינס.
גראדע איז מיין פראבלעם נישט די לבוש; ס׳געפעלט מיר גראדע יא. מיר גייט גאנץ קנאפ אהן וואס דער גוי האט צו זאגן. כ׳מוז מיר נישט צושטעלן צום גוי׳אישן קולטור. אגב, כ׳זעה כסדר שוטה׳לעך וואס פליקן דעם בארד און טראגן דינטשיגע לאנגע לאקן אונטערן אויער, שמעקן זיך אהן ביז כדי צו ברעכן, לאזן וואקסן טשופיקעס, גייען ברילן שונים ומשונים מאד, הויכע שטריימל מיט נאך העכערע שווענץ, מאדנע טלית גדול מיט תכלת אא״וו. קוקן אויס גענוי ווי מאדנע יצורים. מאנכע טוהען אויס דעם שטריימל און בעקיטשע און טוהן זיך אהן אזויווי די נידעריגע שבנידעריגסטע, בלייבן פונקט אזוי פארדומבד און נאך ערגער. זיי בלייבן די זעלבע אומוויסנדע פערד בתורה און אלוועלטליכס. אבער דאס הייסט היינט אויפגעקלערט, חברה׳מאניש און צו-דער-זאך (cool בלע״ז). ביי די סארטן הייסט דאס פארשריט. אך כמאמר החכם:
This is part of an idea of progress to be just saying that we want something and then when we get it, say that that is progress
Nick Peters~
ארי טייערע, נישט דארט שטעקט די פראבלעם. און בעיקר געדענק אז ס׳כמעט נישטא א זאך אויף דער וועלט וואס איז ווערד צו באקומען דערויף א הארץ אטאקע חלילה.
א געזונטן זומער
יחיאל יעקבזוןאון בעיקר געדענק אז ס׳כמעט נישטא א זאך אויף דער וועלט וואס איז ווערד צו באקומען דערויף א הארץ אטאקע חלילה.
א געזונטן זומער
👍 👍 והיא העיקר
ירא שמיםפרייוויליגירא שמיםווען אנשטאט ״מהאט אויף מיר ארויף געצוואונגען״ נוצטו דעם אויסדרוק ״איך באצוואונג מיך אליינס״ ווייל איך האב מורא פונ׳ם סטיגמא צו ווערן אנגערופן באם, און אנשטאט ״מלבושים וואס זענען א עקל און א גרויל״ נוצטו מלבושים וואס עקלען מיך, בין איך מיט דיר הונדערט פארצענט.
ער נוצט עקל אויף די מושג פונעם ביבער היט, נישט אויפן ביבער היט בכבודו בעצמו. דאס מושג ׳ביבער היט׳ און איר דיזיין, וואס האט נישט קיין שיכות מיט אידישקייט.
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט, אבער וואס איך מיין איז אז דער חכם פארשטייט נישט אז מאדע און אנטואכץ איז א סאביעקטיווע זאך און אזאך פון טעיסט און יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין טעיסט, און ער קומט זאגן אז די חסידישע לבוש איז עקלדיג במהותו, איך קוק עס אהן אלס באליידיגונג צו זאגן צו א ציבור מענטשן עסט זעסט אויס עקלדיג.
איך פריי מיך אז דו האסט ענדליך ארויסגעזאגט וואס קוועטשט דיר. דו ביסט באליידוגט אז איך האב כאילו געזאגט אז דו זעסט אויס עקלדיג. אבער נישט אז דו ביסט א שוואנץ יאר וואס גלייבט אז איינער וואס גלייכט נישט קיין שוואנץ אויפן קאפ איז ממילא א שייגעץ.
ליטוואק פון בודאפעסטקוק אין מיין אשכול 'איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק' און זאג מיר צו דיין טענות זענען פארענטפערט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך האב געקוקט, ולא נעניתי.
די נעקסטע זאך וואס איך וויל טאקע דורכשמוסן דא, איז די ליטווישע וועלט. די אשכול [זמן חירותינו יענץ געלעכטער] גייט זיך פארשטעקן פאר בושות פון די טענות וואס איך האב אנקעגן די ליטאים, כל שכן די אמעריקאנישע.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
איך בין גרייט מיטצוטיילען, בתנאי מ'רעדט צו דער זאך. נישט פון הוט מאדע'ס און מינדערוויכטיגס.
דער מיטל מזרחישע ליטווישע וועלט קען איך נאר פונדערווייטענס, פונקט ווי סאטמאר דאהי. די לעיקוואודער וועלט קען איך, און איך האב אויף דעם גענוג און נאך טענות. איך האב קיינמאל נישט געזען קיין סבה מיטצוטיילען מיט די פרעמדע וועלט דא
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך רעד אויף די ליטווישע וועלט אויסקוק בכלל [תויערא], און די אמעריקאנע בפרט. מאכנדיג א אשכול פאר זיך, וועט עס ציען גענוג מענטשן אנטיילצונעמן אינעם שמוס. די ליטאים זענען עס ווערט.
נאך א פאני זאך. כהאב געשריבן אין מיין ערשטע אשכול ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אז איך ציטער שמא וועט מען מיך אויפעסן וועגן מיינע דעות. יעדער האט געמוטיגט צו שרייבן. אבער ווען כהאב טאקע גענומען שרייבן, האט קריטיק אנגעהויבן פליען. זעט אויס מענשן קענן נאך שווער פארנעמען עפעס וואס עפלייט צו זיך. סנאך אלץ בעסער ווי אין ביהמ"ד, כאטש אסאך האבן מסכים געווען און פארשטאנען.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
ס'מוז בלייבען א פארשידענהייט פון דעות
מ'קען צוטיילען די טענות אין צוויי. געזעלשאפטליך און עקרונות'דיג. געזעלשאפטליכע טענות זענען פונקט ווי די אכשר דרא'דיגע אויף יעדער געזעלשאפט און קארופציע מיט נערישקייט טענות.
עקרונות'דיג איז ווען מ'ווייזט אויף אז די שיטות זענען נישט אויסגעהאלטען עפ"י תורה און יושר.
בעסער צוטיילען די צוויי.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
עקרונותדיג איז די פראבלעם איבעראל, געזעלשאפטליך איז די פראבלעם בעיקר אין אמעריקא, ווי די ליטווישע לעבן א צבוע לעבן לדעתי.
Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער
פארוואס חלום'סטו א"י איז בעסער?
דעת תורה און אנאנים, איך רעד כלפי די צביעות, נישט כלפי די פאליטיקס. איך גיי בקרוב מאכן א אשכול וועגן די ליטוויקס.