☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח

סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10401

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג אפריל 25, 2016 6:37 pm

· #330613
סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח
כבין זיכער אנשי שלומני האבן אנגעהערט אין ביהמ״ד אדער סיי ווי גריסען אויפן חיבור מהאט געלאסט דריקען.
סאיז אינטרעסאנט צו הערען וואס אלץ מענטשן טראכטן אין זאגן דערויף.
געוואלט די אשכול זאל זיין געווידמעט צו זאגן וואס מהאט געהערט הן פאזעטיווע אין נעגעטיווע גריסן.
ובזה היחלי.
1. האסט געזעהן דער פה סח פון ק״ש? נעבעך אידן מיט כשרונות געבן עס אויס אויפ שמוציגע וועב זייטלעך.

2. געדענק נישט ליינען א קונטרס מיט אזויפיהל איכות, א מאגאזין וואלט דערמיט געקענט אנגיין צוויי יאר.

3. וואס איז דא ק״ש? מיין איידעם אריין געמופט צו מיר אויפ יו״ט ער בטעות איבער געלאזט עפעס א קונטרות אין ביה״כ, אבער נעקסט טיים כבין געגאנגען איז עס שוין נישט געווען בנמצא, עפעס אינטרעסאנטע נושאים טוט מען דארט אדורך

4. האסט געזעהן ווי די רשעים באשרייבען מנחם מן? ישראל כשהם יורדין..... א בושה אונזער היימישע ברודער דרייען זיך דארט.

5. פאר שלחן עורך בין ארויס צו ביה״כ כגבן צירוק געקומען ביי נרצה. ממש מוראדיגע ווערג.

6. ווי ארבייט די ניקס? כוויל אריין געבן דער ליטוואק, ווי קען איך שאפן זיין נומבער?

7. שוואכע מעשיות, יעדער ארטיקעל דארפ מען צולייגן קאפ נישטא סתם אינטרעסאנטע לייכטע סחורה.

8. דערמאן מיר נאך אמאל? זיי האבן געוואלט שפארן געשעפט? זענען זיי מושגע?

9. דער גרעפיקער איז עפעס ריזיג, כוואלט עיהם זייער געוואלט ניצן פאר א דינר כגיי יעצט מאכן

mevakesh » מאנטאג אפריל 25, 2016 7:06 pm

· #330615
Re: סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח
איך האב דוירכגעבליקט דעם גליון דער זלזל אויף גדולים איז געפערליך דאס זענען ייודען וואס קומען שוין נישט אין בית מדרש אבער לאזן זיך הערן אויפן אינטערנעט רח"ל
(געהערט ערב פסח)

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 25, 2016 7:55 pm

· #330618
Re: סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח
איך וואלט זייער געוואלט יענער זאל מיר אריינפליקען. ער האט א פראבלעם מיט נתקשה משה בצורתו של לבנה?
מיין אימייל איז <!-- e --><a href="mailto:litvak.fun.Budapest@gmail.com">litvak.fun.Budapest@gmail.com</a><!-- e --> און מ'קען מיר דארט טרעפען אויף הענגאוטס.

איך האב הנאה פון די קריטיק געווידמעט פערזענליך. יענער ווייסט אז מיר קומען נישט אין ביהמ"ד, און דאס איז איהם נייטיג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ביליג » מאנטאג אפריל 25, 2016 8:42 pm

· #330623
Re: סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח
מיין מאמע: "איך האב געמיינט אז קאווע שטיבל איז פאר אפיקורסים...

כוכב » דינסטאג אפריל 26, 2016 5:19 pm

· #330693
א גוטער איד שרייבט מיר אין אישי:
יא יא דער גאר שוואכער פה סח, שוואך אין קוואליטי שוואך אין אלע אספעקטן, טוט דיר וויי, בין איך נאך נישט שולדיג,


😲

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 26, 2016 8:38 pm

· #330709
Re: סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח
כוכב
א גוטער איד שרייבט מיר אין אישי:
יא יא דער גאר שוואכער פה סח, שוואך אין קוואליטי שוואך אין אלע אספעקטן, טוט דיר וויי, בין איך נאך נישט שולדיג,


😲

אין וועלכע וואלד וואקסען אונטער מענטשען וואס זענען גרייט אזוי אריינצופליקען אין א מענטש נאך אזא שווערע ארבעט. ממילא קאנסטראקטיוו קריטיק, איז בעסער אין אישי ווי לאחרים. אבער סתם פליקען?
איבערהויפט ווען דער זעלבע פארשוין זאל עס צושטעלען צו די אנדערע אויסגאבעס. דאס טרעפען יענעמ'ס זיעדע'ס קבר אין סיביר איז אן אינטרעסאנטערע טעמע?! צו עפעס טראפקען חנופה אויף א זינגער פון דיל נ. דזש.? אדער עסקנים/עשקנים'ס זעלבסט רימעריי? נערישע שאלות פון ר' חיים קניבסקי? צו דזשאן לאפטוס' איבערקייען אראבער מיט נאצי קאנספיראציע'ס?
די קנה מדה פון די ארטיקלען איז בעיקר צו ס'איז געווען חומר למחשבה, זאכען וואס מאכט טראכטען, אפגעזען צו מ'איז מסכים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

כוכב » מיטוואך אפריל 27, 2016 11:15 am

· #330761
אן אנדערע חשוב'ער ניק שרייבט מיר אין אישי:

יא גערעכט, נישט גערעכט, ווענד זיך נישט וועלעכע ניק שרייבט עס, און אוודאי ווענד זיך עס נישט וויפיל יענער דינט דיך

😮
#איטס_געטינג_בעטער_ביי_די_מינוט

בן אדם » מיטוואך אפריל 27, 2016 11:23 am

· #330763
צו דעם קען מען צולייגן די הייליגע ווערטער פון אנאנים וואס האט דא געשריבן וז"ל:
בלית ברירה מוזן מיר אלע פארנייגן דאס קאפ, און זאגן נאכאמאל: אויב זענען דא צוועלף שבטים, דאן 'הנה השמש והירח ואחד עשר כוכבים משתחוים' פאר אונזער כוכב מזהיר, ע"כ.

פליקער » מיטוואך אפריל 27, 2016 4:14 pm

· #330803
Re: סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח
איך זעי אז דער פארווערטס שיקט אינז א גריס.
<a class="postlink" href="http://m.yiddish.forward.com/articles/196394/literary-journal-written-and-edited-by-hasidim/">http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... y-hasidim/</a>

Sent from my VS987 using Tapatalk

mevakesh » מיטוואך אפריל 27, 2016 4:18 pm

· #330805
Re: סארא גריסן האט איר געהערט אויפן פה סח
פליקער
איך זעי אז דער פארווערטס שיקט אינז א גריס.
<a class="postlink" href="http://m.yiddish.forward.com/articles/196394/literary-journal-written-and-edited-by-hasidim/">http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... y-hasidim/</a>

Sent from my VS987 using Tapatalk

שוין דערמאנט http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=330665#p330665