☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ווער האט ג'הרגעט דעם שנארער?

ווער האט ג'הרגעט דעם שנארער?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1040

בן תמליון » מאנטאג יולי 9, 2012 1:11 pm

· #22678
ווער האט ג'הרגעט דעם שנארער?
עס איז אין די נייעס איבער א אידישער בעטלער אדער שנארער וואס מען האט געפונען טויט אין גאוואנעס קאנאל. דער פארשוין האט פארמאגט א זאמלונג פון TV בילדער ווערט מיליאנען נא דער קרענקליכער שונא ישראל שמריה ראזענבערג אויף פעילד מעסייע באשולדיקט מתעסקים מיט אלע רבנים פאר זיין טויט און מאכן א קאווער-אפ. נא מילא וואס איז אבער שאקירענד איז וואס איז נייעס וואס מיר אלע גלייכן ברענגט אראפ פון א שותף פונעם בעטלער אז דער בעטלער האט געוואוסט צופיל איבער סאטמאר און האט צופיל גערעדט און זיי האבן מעגליך איהם אפגעראמט פון וועג. שטוינענד ווי אזא סייט זאל אפילו נאכזאגן אזאנע דמיונות. איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

שמעלקא » מאנטאג יולי 9, 2012 1:21 pm

· #22680
וואס איז נייעס ברענגט נישט קיין אייגענע באריכט, ער קאפיט א באריכט פון פיקס 11 ווי אינדערצווישן זאגט זיינס א חבר איבער סאטמאר.

בן תמליון » מאנטאג יולי 9, 2012 1:27 pm

· #22682
שמעלקא
וואס איז נייעס ברענגט נישט קיין אייגענע באריכט, ער קאפיט א באריכט פון פיקס 11 ווי אינדערצווישן זאגט זיינס א חבר איבער סאטמאר.


יא אבער וואס איז נייעס צענזורירט יעדן באריכט זייערע. איך מיין עס איז א שאנדע ער'ט אראפגעברענגט אזא לעכערליכן בלבול פון א חסר דעה אן קאמענטירן.

שמעלקא » מאנטאג יולי 9, 2012 1:28 pm

· #22683
קיינמאל נישט באמערקט ביז היינט אז זיי צענזורירן באריכטן אפשר דארף איך צולייגן מער קאפ.

בן תמליון » מאנטאג יולי 9, 2012 1:33 pm

· #22684
אגב פיקס 11 האט זיך שוין ערווארבן א שיינעם רעקארד צו אויפפיקן יעדען קראנקן חצי זכר האט צו באשמוצן חסידים פאר גוט געלט. דערלעבן מיר אז אויך היימישע זאגן נאך קדוש קדוש.

בן תמליון » מאנטאג יולי 9, 2012 1:34 pm

· #22685
שמעלקא
קיינמאל נישט באמערקט ביז היינט אז זיי צענזורירן באריכטן אפשר דארף איך צולייגן מער קאפ.


יא צולייגן קאפ איז אלץ א ראטזאמע זאך.

נפתלי » מאנטאג יולי 9, 2012 1:59 pm

· #22688
בן תמליון
איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!

בן תמליון » מאנטאג יולי 9, 2012 3:19 pm

· #22710
נפתלי
בן תמליון
איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!


מיין טעאריע איז אזוי ווי דער בעטלער האט געזאמלט אלטע בילדער האט ער מעגליך אין באזיץ בילדער גאר שעדליך פאר שושלת בית סאטמאר מ'האט איהם געמוזט אפראמען פון וועג. איך האב אין געדאנק פארשידנס. נא קאנספיראציע קאסט נישט קיין געלט.

משה געציל » מאנטאג יולי 9, 2012 3:25 pm

· #22711
מסתמא האט ער געהאט אין באזיס בילדער וואס דעקן אויף א גרויסע סודות, נעמליך אז די צוויי רבי׳ס זענען גאר געשוואוירענע פריינט און לאכען צוזאמען פון זייער טויזענטער נאכפאלגערס וואס פירען א ציל לאזע קאמפ...

outspoken » מאנטאג יולי 9, 2012 4:12 pm

· #22719
אוי וויי איך ווייס דאך אויך אסאך סודות פון סאטמאר וואס טיט מען (סוכ''ס בין איך דאך א פערד און זייער שטאל...)

משולם שטיינפעלד » מאנטאג יולי 9, 2012 5:07 pm

· #22746
איך ראט פאר אלע קאווע שטיבל באזוכער וואס ווייסן עפעס איבער דעם אינערליכן שטרייט אין סאטמאר, זאלן מהיום והלאה נאר פארן אויבן אויפן געוואנעס עקספרעסוועי. בשום אופן נישט ריזיקירן צו פארן אונטן אויף 3 עוועניו. חוץ אויב איר מוטשעט זיך געפערליך מיט די דאגה פון חתונה מאכן קינדער, דאן שרייבט אייך איין אין ערבים, און דרייט אייך ווי מער נעבן דעם געוואנעס קאנאל.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 9, 2012 5:15 pm

· #22750
די גאנצע מעשה איז זייער מאדנע, ווער ווייסט וויפיל אנדערע שנארערס זענען בלוטיגע מיליאנערן נאר זענען צו פארדומט עס צו ניצן?

רעבעל » מאנטאג יולי 9, 2012 9:10 pm

· #22804
בן תמליון,
איך מיין אז די ביזט נישט גערעכט דא, די באשילדונג אז ער האט געוויסט צופיל פון סאטמאר קומט פון דעם מענטש וואס דער שנארער איז געקומען די אכציג טויזענט דאלער און נאטורליך דעם וואס מען איז חושד. די מידיע האט א פליכט נישט צו פילטערן די נייעס נאר עס אראפ צולייגן אזוי ווי עס איז, און אדרבה מיט מאכן אזעלכע נארישע באשולדיגען בין איך אים יעצט אפילו מער חושד.

שמריה באשולדיג מתעסקים אז וועגן זיי האט מען נישט געמאכט קיין אוטאפסי אן פרעגן זיין ברידער וואס דאס וועט העלפן פארדעקן איינעס שולד, מיט דעם איז ער הונדערט פארצענט גערעכט. עס איז שוין צייט צו סטאפן די משגעת פון נישט צולאזן א אוטאפסי ווען עס איז דא א חשד פון א קריים.

פריינדליך » מאנטאג יולי 9, 2012 10:26 pm

· #22825
רעבעל
עס איז שוין צייט צו סטאפן די משגעת פון נישט צולאזן א אוטאפסי ווען עס איז דא א חשד פון א קריים.


ממה נפשך ביסטו א שותו"צ דאן מאכט דיינע ווערטער נישט קיין סענעס,
ביסטו א פורק עול, דאן וואס גייט דיר אן אז עס איז נאך אידן וואס היטען אידישקייט זיי צופרידען מיט דיין לעבן און לאז יענע אויך לעבן א נערמאל לעבן,
ביסטו סתם אזוי איינער וואס פייניקט זיך אינערליך און טרעפט נישט קיין וועג ארויס, גיי זיך דיר א מורה דרך, עס מעג זיין א אפילו א פשוט'ע ערליכע בעה"ב און הייב אן א נערמאל לעבן,

Shiala » מאנטאג יולי 9, 2012 10:30 pm

· #22828
פשטות וואלט איך געזאגט אז ער האט געוואוסט פרטים איבער די ג'גאנוועטע געלטער אבער ווער בין איך צו זאגן?

נפתלי » מאנטאג יולי 9, 2012 10:32 pm

· #22830
Shiala
פשטות וואלט איך געזאגט אז ער האט געוואוסט פרטים איבער די ג'גאנוועטע געלטער אבער ווער בין איך צו זאגן?

אופס... שיעלע איך זעה עפעס ווייסטו, גיב אבאכט

Shiala » מאנטאג יולי 9, 2012 10:38 pm

· #22837
נפתלי אז מען ווייסט ווייסט מען

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 10:39 pm

· #22838
נישט איך!

ניו יארק » דינסטאג יולי 10, 2012 12:11 am

· #22863
קען זיין אז ער האט געהאט בילדער ווי איינע פון קינדער פון כ"ק האדמו"ר בעל ברך משה מ'סאטמאר זענען געווען - נישט מער געדאכט - ביי א TV Show.....

נפתלי » דינסטאג יולי 10, 2012 9:10 am

· #22914
זר זהב
נישט איך!

דיין שטארקע לייקענען ברענגט ארויף חשדות

איך אויך » דינסטאג יולי 10, 2012 9:25 am

· #22920
נפתלי
בן תמליון
איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!

רעב נאפטאלע , אפשר האט ער נאך געדענקט די מחלוקת אין קראלי צו אין סאטמאר?

outspoken » דינסטאג יולי 10, 2012 9:51 am

· #22925
אפשר האט ער געוואלט אויסזאגען אז באמת זענען די צוויי ברידערס ערליך און וואלטען געגאנגען צו א די''ת, נאר זיי האבן מורא פון די חסידים (לייען פערדען) אז מ'וועט דארפען עפעס מוותר זיין פארן צווייטען וואס איז נישט די עכטע סאטמאר...

נפתלי » דינסטאג יולי 10, 2012 9:57 am

· #22928
איך אויך
נפתלי
בן תמליון
איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!

רעב נאפטאלע , אפשר האט ער נאך געדענקט די מחלוקת אין קראלי צו אין סאטמאר?

אויב געדענקט ער נאך זאכן פון יענע צייטן וואלט ער געהאט אסאך אנדערע וואס וואלטן מורא געהאט

נח געציל » דינסטאג יולי 10, 2012 11:15 am

· #22950
דאס איז שוין איבער די מאס. א שנארער וואס האט בילדער אין די ווערט פון א מיליאן דאללאר, ער האט א "שותף" אינעם געשעפט, און ער איז שולדיג עמיצן אכציג אלפים, און ער האט געזאגט אז ער דארף זיך טרעפן מיט יענעם... אפילו א נישט געלערנטער דעטעקטיוו וואלט לכאורה קאנצענטרירט די אינוועטיגעישאן אין די דירעקציעס. וואס דרייט שמרי' א קאפ? וואו קומט דא אריין סאטמאר?