☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #10399

אשכול אן א טיטל #10399

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10399

— » מאנטאג אפריל 25, 2016 12:12 pm

· #330582

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אינטערסאנטער » מאנטאג אפריל 25, 2016 2:12 pm

· #330587
געהערט אמאל אז א חלק פון די גרויסקייט פון הרב שך, אז ער האט באוויזן אין דער זייט צו לייגן הגאון הגדול המרומם הרב גריינימאן דער בעל חידושים וביאורים זצ"ל

דעת תורה » מאנטאג אפריל 25, 2016 3:54 pm

· #330602
מ'רעדט דאך - מסתמא - פון די תורה חלק.

דער עולם איז נישט אזוי באקאנט, הרב שך איז געווען זייער פאפולער ווייל ער'ט אונטערגעברענגט די עליטע, ער איז געווען א פאלקס מענטש אזוי צו זאגן. ער האט אוועק גענומען דעם גאנצן שטאנד און כח פון די 2 משפחות / קרייזן, בריסק און חזו"א. די פלעגן זיך פירן און פילן בימים ההם ווי די ראשי הקהילה און רבנים בעפארן בעש"ט, און עס האט אויסגעפעלט איינער זאל זיי שטעלן אין פלאץ, אראפ ברענגען דאון טו ערטה. הרב שך איז געווען א גרויסער געגנער פון קאנעקשאנס און משפחות, ער האט נישט געוואלט געבן קיינע פאסטנס פאר זיינע נאנטע און קרובים, און געהאלטן אז ראשי הישיבה זאל מען ממנה זיין לויט כשרונות, נישט לויט די לעצטע נאמען.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 25, 2016 5:31 pm

· #330609
ליטוואק אליינס זאגט אז ער האט אונטערגעברענגט רב גריינמאן ווייל ער האט געהאלטן אז אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד.... גיי רעדט צו די לבנה

יב הלוי סאלאווייטשיק » מאנטאג אפריל 25, 2016 5:58 pm

· #330610
ן מהאמיר געזען די היץ דא בנוגע ליטוואקס ארטיקל בין איך עס געלאפן ליינען׳, ומה אעשה אז זיין מהלך אין די נושא האט מיך שטארק געכאפט -לייכט גערעדט- ער האט באוויזען ציטרעפן די צד השוה אין דעם גדול׳ס פיל פארביגען לעבן..

ובעיקר געט ער א שטיקל בליק, להבין היטב די ריזיגע חילוק בין הנהגת הרב שך, צי די הנהגת די היינטיגען 100 יעריגען מרן.. די הנהגה פין הרב שך איז געווען פיל מיט טיפקייט אין לומדות, אויף יעדער נושא אין מערכה האט ער געגעבן א שמועס ״א שיעור״ ווי ער האט זיך אויסגעשמיעסט ברבים טעמיו ונמיקיו.. ווי מקען דאס א ביסל זען אין שפירן אין די אגרת ומכתבים א שטילע אוצר בכל מושגי היהדות,

ומה אעשה לך ליטוואק מ׳בודופעסט אז די ביסט דא מיט אינז אויף די קאווע שטיבל וואס איז טאקע זייער א געשמאק אין ברייטע מקום, אכ״ז ווייניג דא זענען אויפגעוואסן מיט די משנה אבות ״כל העוסק בתורה לשמה זוכה לדברים הרבה וכו׳...״ וואס רב שך האט האט צי אללעם זוכה געווען דורך זיין גדלות בתורה, וכדוגמת החזו״א,
אין אינזערע מקומת האט מען זיך משתמש געווען מיט די מושג ״בני תורה״ פאר די וואס באקן מצות בחודשי החורף...
ואשר ע״כ תבין פארוואס אסאך מאל רעדט מען זיך נישט צינויף..!

אין צי דעם פותח האשכול ר׳ @שלום דיינע פאקטן בנגע די קהלות יעקב אין רב שך איז ווייט פין ריכטיג אדרבה די קה״י איז געווען איינע פין רב שך׳ס שטערקסטע בונים, ואכמ״ל בזה,

ואל כבוד חשובי החברים ב,קאווע שטיבל אבקש:
הזהרי בכבוד הליטוואק שלני.., אינז האב מיר נאר איינעם
איינס אבער א גיטץ.. וואס ער ברענגט אינז א point of view פין גאנטס א אנדערן זייט פין די מטבע וואס דאס געט דאך א געוואלדיגע שלימת צים שטיבל,
חוץ מזה וואס ער געט צי א געוואלד צים שטיבל [ווי אויך אין די פארשטויבטע העמק דבר אשכולת,]

דעת תורה » מאנטאג אפריל 25, 2016 7:35 pm

· #330616
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט איידימער גדולי תורה, און ער האט זיי בשיטה נישט געוואלט געבן קיינע פאסטנס אין פאנאוויטש. פון דעם קענסטו אויך פושט זיין דיין ספק צי דאס אונטערברענגען די עליטע איז געווען זיך צו בויען - וואס כ'בין בכלל נישט מחולק אויף די הנחה אז ער האט גראדע געהאלטן זייער שטארק אז ער - אדער 'עס' - דארף זיין א דבר אחד לדור (ומכאן אחכו עלה במערבא אויף זיינע היינטיגע ממשיכים וואס זענען דייקא דוגל בשיטת נהרא נהרא ופשטי' נאכן ווערן ארויס געשטויסן פון די מאכט) - אדער צו צוברעכן זייער כח. פון דעם וואס ער האט בכלל נישט פרובירט אויפצובויען א במה לעצמו קענסטו זען וואס זיין ציל איז געווען.

מ'קען מחולק זיין, און שטארק, אויף זיין גאנצע צוגאנג אין קנאות און מלחמות / מערכות. איך מיין אבער אז מען קען אים נישט באשולדיגן אין קארופציע, אביוז אוו פאוער, א.ד.ג.

דעת זקנים » מאנטאג אפריל 25, 2016 7:38 pm

· #330617
.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 25, 2016 9:53 pm

· #330629
אויב איז ער געווען אזוי גרויס, פארוואס - אויסער זיין מצבה - איז גארנישט געבליבן?

mevakesh » מאנטאג אפריל 25, 2016 9:58 pm

· #330631
ער האט א חשובען איידעם און א ספר אבי עזרי

הוגה » מאנטאג אפריל 25, 2016 10:11 pm

· #330634
איך האב געזעהן אז ס'טוט זיך אן איבערקערעניש בין איך שנעל געלאפן אין די אינטערנעט אריין און געליינט דעם ארטיקל. איך פארשטיי בכלל נישט על מה יצא הקצף. וואס האט ליטוואק געטון דא נישט ריכטיג? ער האט געשריבן א שיינע ארטיקל און באשריבן רב שך כפי ראות עיניו און עס איז זייער מסתבר אז דאס (עכ"פ א גרויסע טייל) איז/קען-זיין אמת. איך בין אפשר נישט מסכים מיט אלעס, און איך בין אפשר נישט מסכים מיט רב שך'ס הנהגה, אבער למען השם, זאגטס מיר וואס איז געווען ליטוואק'ס פארברעך אז מ'באפאלט אים אזוי?

אויב כ'וועל האבן צייט וועט מיין תגובה אויפ'ן ארטיקל נאכפאלגן אינעם דעזיגנירטע אשכול. זייער שיין באשריבן. יישר כח, ליטוואק.


.

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 25, 2016 11:11 pm

· #330639
איך דארף אן ענטפער, וואס מיינט א מנהיג ?
אדרבה הוגה ליטוואק וכל חד דעימי', מה זה מנהיג, איינער וואס ענטפערט ווען צו מופן? אדער מסכים צו א שידוך יא צו טוהן ? אדער הייסט גיין צום בעסטן דאקטער ? ער איז א מסכים נישט א מנהיג, אדרבה מיט וואס איז רב שך געווען דער מנהיג, נישט רעדנדיג פון זיין גדלות בתורה, אבער ווי ערווענט האט ער ארויס געשטויסן און אויסגעשלאסן דעם חב"ד'סקער, ווייל ער האט אריינגערעדט אין הנהגה בו בזמן וואס עס האט נישט געשטימט מיט רב שך'ס הנחות, נו מאן יימר אז רב שך איז דער מנהיג אפשר איז דער חבדסקער וואס האט אנגעפירט מיט צענדליגער עניני הנהגה און דוקא הנהגה נישט הסכמה, אייגענע מיינונגען און אייגענעם שיקול הדעת ווי א מנהיג, געבויעט פון יסוד, און נישט אנגעפירט ווייטער עפעס וואס איז שוין אוועק געשטעלט.
און רב שך'ס טענה לדברי הליטוואק וועגן תורה, דאס קען מען האבן צו יעדן חסידישען רבי'ן אויב עפעס דארפן די חסידישע רביס אנגרייפן דעם חבדסקער ער איז זייער בר פלוגתא אבער נישט א גאון פון ליטווישן חדר.
חוץ אויב דער תי' איז אז ער איז אים געשטאנען אין וועג, און ער האט זיך געשפירט באדרויעט פון אים, וואס דאן איז אן אנדערע מעשה, איז דאס אבער שטארק נישט מסתבר, און נאכמער פאסט דאס נישט, אז דער כולל אינגערמאן אין בני ברק דער בענתוירע, זאל האבן א נסיון ענדערש אויס הערן עפעס א חסידישען מנהיג פון אמעריקא ווי איידער זיינע אייגענע מרנן ורבנן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 26, 2016 8:25 am

· #330651
איך האב לכתחלה מחליט געווען נישט אריינצורעדען אינ'ם שמועס ביזדערווייל, און יעצט גיי איך אויך נישט.
איך וויל נאר אויסרופען אז אויס מענטש איז נישט נאך א ניק מיינעם. דער מיינונג אז אלע חסידישע רבי'ס זענען עמהארצים און מ'האט געהאלטען בשיטה אז עמהארצות איז נישט קיין סתירה צו תורה פיהרערשאפט, און דאס האט הרב שך געקעמפט, איז גאר זיין מיינונג.
איך האב עס נישט געשריבען.

כוכב » דינסטאג אפריל 26, 2016 6:54 pm

· #330700
אן אישי וואס כ'האב געשריבן צו א געוויסן איד וואס איז זייער ברוגז אויף ליטוואק'ס ארטיקל, (אויך האלט אז פאריאר איז געווען שענער און איך האב עגמת נפש פארוואס היי יאר איז נישט אזוי שיין און דערפאר נעם איך עס צו פערזענליך (!) (טייל חלקים פונעם אישי איז פארמעקט)):

[פארמעקט] קריטיקירן א ניק וואס האט געשריבן דריי מאמרים פאר'ן פה סח און געגעבן פאר'ן שטיבל דאס בעסטע לויט זיינע עבליטיס.
איך האב נישט געשריבן דעם הרב שך מאמר, כ'האב גארנישט מיט הרב שך אדער לויבאוויטש, ס'האט פאר ליטוואק זייער געבאדערט אז עטליכע ניקים האבן אינאיינעם אנגעהויבן אזא שארפע מערכה קעגן אים, [פארמעקט] איך קלער אז די גאנצע אטאקע קעגן אים איז אומ'יושר, און ווי אנדערע ניקים האבן שוין געשריבן. איך האב ב"ה א שארפן תביעת עין, איך לאז נישט אריין אין פה סח אבי וואס, און דערצו האב איך עס געגעבן פאר נאך עורכים איבערצוקוקן.
זיין ארטיקל איז מיט גארנישט ווייניגער ווי אנדערע אז מ'זאל אים אזוי שארף פארדאמען, ער לייגט אראפ רב שך אין א פאזיטיוון פערספעקטיוו, געהערט פון כמה אידן וואס האבן זייער הנאה געהאט, ער איז אביסל קליינקעפיג וועגן ליבאוויטש און גער, טא, מיך האט מען מחנך געווען אז זיי זענען ביידע אן איך וויל נישט זאגן וואס.
איך ווייס נישט וואו דו קומסט אריין דא אין דער נושא, און פארוואס דו נעמסט עס אזוי פערזענליך, אבער אז מ'קוקט אביעקטיוו האט ליטוואק נישט געטון קיין שום עוולה, געשריבן א רייכן מאמר פון זיין קוק ווינקל, און ווער עס דינגט זיך: כל הכבוד.
בנוגע פאריאר און היי יאר, קודם כל דארף קלאר זיין, פה סח איז נישט מיין פראיעקט, איך שרייב נישט די חומר, איך מאך נישט קיין געלט דערויף, און איר יא אדער נישט הצלחה האט נישט מיט מיר גארנישט, עס איז לויט די סחורה וואס די שטיבל שיקט אריין, ממילא ס'נישט שייך ס'זאל מיך "באדערן" אז היי יאר אדער פאריאר איז מער אדער ווייניגער, ס'מאכט אפילו נישט קיין סענס אין מיינע אויערן אזעלכע ווערטער.
צי באמת איז היי יאר געווען בעסער אדער שוואכער, איז אפן פאר דעבאטע, איך רעספעקטיר דיין מיינונג, וואס איך זע איז: אין כמות איז היי יאר געווען באלד טאפלט ווי פאריאר, היי יאר לכאורה געווען ווייניגער אויבער-חכמה, ווייל פאריאר האט ראובן געשריבן וועגן דינאסאוערס און היי יאר וועגן חרדישע זשורנאליזם. באיכות, איז לכאורה פאריאר געווען מער פאלקסיש, מיט פראפילן אויף מהרא"ש און שלעזינגער, און זרח אור פון זלזניק, וואס זענען זאכן וואס מ'קען ליינען אין איד, בלאט אויך, ווידער היי יאר איז דא טיפערע ארטיקלען פון א ברייטערן ספעקטרום און א העכערע מדריגה שרייבעריי, א שטייגער ווי מאנדלבוים (אן אינטערסאנט שטיקל היסטאריע) משפחת דיסקין (געשריבן דורך א וואוילע איד א תלמיד חכם אונטערן פסעוואדנים בערל שפירא, וועלכער ווארפט אן אינטערסאנטע ליכט איבער די עניגמא ארום רבי יהושע לייב, און איז פאר מיר פערזענליך זייער אינטערסאנט און גיט א היסטארישע פלאקן). לינקאלן (וואס איז א גאר רייכער און אינספירירנדער ארטיקל), צוויי גאונישע ארטיקלען פון פלאוויוס (וואס איז א יחיד במינו, אן אריגינעלער דענקער,) הוגה האט געשריבן א גאר לייטישן ארטיקל וועגן די ענווייראמענט, וכו' ואטו כי רוכלא אויסצורעכענען עטליכע און פערציג ארטיקלען. בקיצור אין מיינע אויגן איז עס מיט גארנישט ווייניגער פון פאריאר, נאר גאר פארקערט, אפגערעדט אז די גראפיקס איז א חד בדרא, א יופי יעדן בלעטל. די איינציגסטע חילוק אז פאריאר איז עס געווען די ערשטע מאל און היי יאר שוין די צווייטע מאל וזהו.
אלנפאלס, די הצלחה אדער דורכפאל פון פה סח איז ווי געזאגט נישט מיינס, און וואלט אייער כבוד [פארמעקט] אריינגעשיקט א שיין ארטיקל וואלט עס טאקע געווען שענער, איך ווייס נישט פארוואס דו ביזט אזוי צעקאכט איבער הרב שך, ביי מיר איז עס א טעמע ווי "מאשין מצות", גארנישט פערזענליך, און איך האב געמוזט אביסל נידערן די היץ און מאכן א קאנטאר באלאנס קעגן די אטאקעס אויף ליטוואק, צו וועמען איך האב נישט מער געפילן ווי צו [פארמעקט], ער קען גענוג מאל זיין אן אינטעליגענטער nerd אבער דא האט מען אים געהאנדלט שלא ביושר.
הצלחה ברכה און א פרייליכן מועד.

קל וחומר » דינסטאג אפריל 26, 2016 7:54 pm

· #330704
גילוי דעת בעלמא: איך בין נישט דער ניק. ויבא כוכב ויעיד.

איין קליינע הערה'לע, שרייבן אויפן חב"דסקער טיטלן בעת מ'האט נישט אנגעהויבן קענען דעם מענטש און עס מפרסם זיין אויף א פלאטפורם ווי טויזענטע מענטשן האבן צוטריט, איז אן עמטליכער רוף פאר צרות.

אז דו ווילסט באשרייבן הרב שך און זאגן אז מ'קען מצדיק זיין זיינע טענות כלפי דעם חב"דסקער איז איין זאך. קומען אראפלייגן דעם חב"דסקער ווי א פשוטער 'בעל כשרון'... איז מעורר פארדאמונג אין מיט רעכט. כנלע"ד נכון.

(קיין סאך צייט ארומצו'טענה'ן יעצט אין דעם נושא האב איך נישט, אבער כ'קען אביסל פארשטיין אויב איינער האט טענות אויף דעם פרט פון לייגן 'פאקטן' וואס ער הייבט נישט אן צו וויסן.)

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 26, 2016 8:19 pm

· #330705
ווען עס קומט ווען א ניק מיטן נאמען בעלזער פון רוסלאנד, און וואלט געשריבן א ארטיקל אויף די מחלוקה פון בעלזא מיט סאטמאר, וואלט מען פארשטאנען אז ס"ה רעדט דא איינער וואס איז איינזייטיג, און קען נאר זיין פוינט אוו וויו, די זעלבע קומט איינער וואס רופט זיך אפיציעל ליטוואק, און יעדער מבקר דא האט זיך שוין אנגעטראפן מיט זיינע מיינונגען וועגן הרב שך, יעדער וואס האט נאר אנגעהויבן ליינען די ארטיקל האט געוואוסט וואס ער גייט ארויסברענגען, ועל מה יצא הקצף ער שריבט וויאזוי ער זעהט דאס און ער טראכט. וזהו.

הוגה » דינסטאג אפריל 26, 2016 8:53 pm

· #330712
ער האט בכלל נישט געשריבן אז ער האלט אזוי, ער האט געשריבן אז אזוי האט רב שך געהאלטן. איינער וואס האלט אז רב שך האט מער געהאלטן פון די ליובאביטשער רבי זאל ביטע שרייבן און פארטיידיגן זיין מיינונג.

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 26, 2016 11:13 pm

· #330722
פרייהייט פון ווארט... ווילאנג ס'שמעקט פאר [פארמעקט].

טאמבל סאס » זונטאג מאי 1, 2016 2:20 pm

· #331138
דאס איז רב שך'ס בליק וואס ליטוואק האט בעפורצוגט uploadfromtaptalk1462126836911.jpg

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קנאקעדיג » זונטאג מאי 1, 2016 2:29 pm

· #331139
האט הרב שך זיך ווען אמאל געטראפן מיט סאטמארער רב?

יודישע שרייבער » זונטאג מאי 1, 2016 2:53 pm

· #331144
קנאקעדיג
האט הרב שך זיך ווען אמאל געטראפן מיט סאטמארער רב?

איך מיין אז נישט, אבער ער האט געגעבן פון די שענסטע הספדים (אפשר גאר די שענסטע!).

קנאקעדיג » זונטאג מאי 1, 2016 3:08 pm

· #331147
איך האב דאס געטראפן , מרן הגרא"מ מן שך זצוק"ל: "הננו מספידים גברא רבא שקשה לתארהו, אדם גדול בענקים זקן ושבע ימים, שבע ימים בתורה, שבע ימים ביראת שמים, שבע ימים במעשים ובפעולות, שהוא דבר נדיר עד מאד שיתאחדו אצל אדם אחד מעלות רבות כל כך...חסר לנו לעתיד אדם גדול כזה, אין לנו האדם עם תקיפות שכזאת. אין לנו מי שיאמר את דבר ה' האמיתי בתקיפות.. כולנו, כל אחד לפי דרגתו צריך להתבונן דאזל גברא דמסתפינא מיניה, הוא היחיד אשר פחדו ממנו...האדם הזה שאנו עסוקים בהספדו עד כמה עד כמה עצר ושמר על גבולות "ואבדיל" (אתכם מן העמים להיות לי..), עד כמה היה גדר חזק וחומה בצורה במיוחד לשמור על תחומים אלה. אדם בעל מעשים כבירים שהשפיע על אלפים והיא השפעה לדורי דורות אלה פעולותיו של המנוח הזה. מי יתן לנו תמורתו.. איתא בחז"ל מושג של "גזע ישישים", אין לתאר ואין להשוות אדם בן צ"ג שנים עם השגות מלפני ג' דורות, עם הגדלות והאמיצות של הדורות ההם, אל דורנו, הרי דרדקי וטפלי אנו לעומתו...הרי הוא היה קדוש מרחם, שנים על גבי שנים לוחם מלחמת השם לא חת מפני כל, "לא תגורו מפני איש", ללא מורא ופחד, לאדם כזה אנו סופדים כעת. התבוננו נא רבותי היש לנו אף דמות או דמיון או תמונה כדמות האדם הזה, הלא גם זאת אין לנו...לא ירדנו לסוף דעתו בדרכו, לא חונכנו בזאת, אולם הוא הבין כך לחוות דעתו בדרך זו, וכולם הושפעו ממנו בעקיפין, ואלמלא הוא מי יודע עד היכן היינו מגיעים.. (מתוך הספד שמר מרן הרב שך בכולל "חזון אי"ש" ביום י"ב אלול התשל"ט שבועיים לאחר פטירת האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל).
ווי קען מען ליינען די גאנצע הספד

פרייוויליג » זונטאג מאי 1, 2016 4:01 pm

· #331165
אנדערש ווי א סך אנדערע, האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון ליטוואק'ס ארטיקל, איך האב מיך מחיה געווען מיט זיין הערליכע באשרייבונג איבער דעם אדם גדול. און איך האב נישט געטראפן קיין שמץ של גנאי אויף רבנים אא"וו - אבער איך האב יא געוואלט שטעלן אפאר זאכן אין פראספעקטיוו.

די איינציגסטע זאך וואס מאנכע קענען דורש זיין גנאי איז איבער זיין אטאקע אויפן בית ישראל, אז מען ווייסט גאר קנאפ איבער זיין קדושה. און אויכעט זיין באציאונג צו ליבאוויטשער רבי פון די בליקן פון הרב שך - לויט די בליקן פון ליטוואק -

ליטוואק שרייבט: הרב שך זצ"ל איז געווען תורתו אומנתו, ער האט געהאט מידות מוזהבת, און איז געווען איין שטיק אמת. דאקעגן איז דער ליבאוויטשער געווען טיכטיג און קלוג, אבער זיין אויטאריטעט איז געווען מאכטלאז אין די וועלט - צוליב זיין קנאפע ידיעות בתורה (לויט אים האט זיך רמ"מ בעיקר געפילעוועט אין רמב"ם און אין חו"ר אדער תניא). יעצט, די שמועס קען דא פארקירעוועט ווערן אין א לעבנסלענגליכע דיסקוסיע צו רמ"מ איז יא געווען א גאון אדער נישט אא"וו. אבער איך וויל עס אראפברענגן צו אפאר קורצע שטריכן וויאזוי איך האב אנגעקוקט ליטווואק'ס געדאנקנגאנג.

קודם כל, זיין גאנצע מאמר וועגן ליבאוויטש איז נאר צוליב הרב שך'ס קעגנערשאפט. נישט אז "ער" האלט אזוי, נאר זיין רבי הרב שך האט אזוי געהאלטן. פונקט ווי א סאטמארע חסיד וואס האקט אויף הרב קוק. זיין מאמר איז שוין נישט טרענספערנט און אייגענארטיג. והשנית, ליבאוויטשער רבי'ס אומשולדיגע אגענדע פון לערנען רמב"ם האט אנגעקערט א חסידות פון געלערנטע אידן. פראביר צו נעמען עני חסיד מיט זיין עמעראציס און עני ליטוואק מיט זיין דל גאה'שאפט צוזאמען מיט א ליבאוויטשער און מען זאל רעדן איבער השקפה, וועסטו געוואויר ווערן מער איבער זיין גייסט.

איך בין אסאך מער נתפעל געווארן פון הרב שך'ס הרגשים און ווארעמקייט ווי זיין עצם יגיעה בתורה! ווייל דאס זענען די פירות פון תורה! תורה איז געוויס אלעס, תורה איז די גרעסטע שלימות מיט וואס א מענטש קען אנקומען אבער מען דארף זיין א איד אויך. וויפיל גאוני ארץ ווייסן מיר וואס זענען אין ערגעץ נישט אנגעקומען, און וויפיל ווארעמע פשוט'ע בעלי השקפה אידן זענען אסאך בעסער אנגעקומען. סא פונקט ווי עס איבעלט צו הערן פון א חסיד וואס מאכט אוועק אלע ראשי ישיבות אין די ליטווישע חדר וואס לערנען א גאנצן טאג, די זעלבע איבעלט אויך ווען א ליטווישער מאכט אוועק חסידים (ליבאוויטש) וואס פארמאגן א שיינע עדה פון אויסגעקאכטע ווארומע בעלי השקפה אידן. אידן וואס וועלן אפשר נישט אנקוקען קיין קצות ווי אן אתרוג, אבער וועלן יא אנקוקען א מצוה און א טובה פאר איד ווי אן אתרוג.

אויבערלענדער חכם » זונטאג מאי 1, 2016 11:00 pm

· #331251
כיהודה ועוד לקרא
באתי כיהודה ועוד לקרא צו דערמאנען אז @ליטוואק פון בודאפעסט האט געטוהן זייער א שיינע ארבייט באשרייבען הרב שך.

מור וקציעה » זונטאג יוני 19, 2016 1:24 am

· #338207
<a class="postlink" href="http://nlul.blogspot.com/?m=1">http://nlul.blogspot.com/?m=1</a>

ירא שמים » זונטאג יוני 19, 2016 1:43 am

· #338211
וואס איז דאס א נייע בלאג פון שאולזהן?

כלבאשבוע » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:22 pm

· #354857
צום יארצייט

📎 Bakhila.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:28 pm

· #355063
אין דער 'ענין' אויסגאבע פון דער המודיע, האט מען באשריבען הרב שך די וואך פון דער פערספעקטיוו פון א תלמיד, אקוראט ווי איך האב געשריבען.

זיי האבען אויך געשריבען אזא מעשה. צוויי ראש ישיבות זענען געקומען צו הרב שך אז זיי דארפען ארויס ווארפען א בחור פון ישיבה. מ'האט געכאפט דער בחור ביי חילול שבת ממש. האט הרב שך זיי געפרעגט "איהר ווייסט דער שלום בית צושטאנד ביי זיין עלטערען?"
"ניין"
און זייער געלט צושטאנד? פרנסה האבען זיי אין שטוב?""ניין, מיר קענען נאר דער בחור"
"רודפים זענט עטץ!"

טרויבן88 » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 4:46 pm

· #355068
כלבאשבוע
צום יארצייט

📎 Bakhila.jpg

איך האב עס געליינט און סאיז געווען גאנץ אינפארמאטיוו, וואס איך האב ארויסגענומען פאר פון די ארטיקלען אז סאיז דא 2 פראקציעס איבער הרב שך און אז דער וואס רעדט אינעם ארטיקל איז אביסל בייעסט אז הרב שך האט זיך נישט געמישט און פאליטיק וואס איז נישט אמת

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 8:11 pm

· #371323
ווען איך האב געשריבען די מאמר, האב איך געמיינט אז ארויס ברענגען די לימוד התורה און איידעלע מדות פון הרב שך, ווי איך האב געהערט פון תלמידים זיינער במשך די יארען, וועט געבען אן אנדערען בליק צום פאליטיק זיינער, און מ׳וועט פארשטייען וויאזוי ס׳האט זיך אנגעהויבען די גאנצע זאך.

יעצט זעי איך, ביי מאנכע נישט אלע, אז דאס איז גאר די פראבלעם. ווען ער איז נישט אזא ת"ח, וואלט מען קיין פאראיבעל נישט געהאט.

אכן נודע הדבר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

I'm back » דינסטאג מאי 16, 2017 8:17 pm

· #371325
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך האב געשריבען די מאמר, האב איך געמיינט אז ארויס ברענגען די לימוד התורה און איידעלע מדות פון הרב שך, ווי איך האב געהערט פון תלמידים זיינער במשך די יארען, וועט געבען אן אנדערען בליק צום פאליטיק זיינער, און מ׳וועט פארשטייען וויאזוי ס׳האט זיך אנגעהויבען די גאנצע זאך.

יעצט זעי איך, ביי מאנכע נישט אלע, אז דאס איז גאר די פראבלעם. ווען ער איז נישט אזא ת"ח, וואלט מען קיין פאראיבעל נישט געהאט.

אכן נודע הדבר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די גרעסטע ראי' איז, אז ער האט זיך אפילו געשלאגן מיט ר' שלמה'לע באבוב'ער.
דאס ווייזט וואספארא פארשוין ער איז געווען.

בן אדם » דינסטאג מאי 16, 2017 10:08 pm

· #371340
הייסט אז נאר רב שך איז געווען א ת"ח ! ר' שלמה זלמן, חזון איז ר' משה, און רב אלישיב האבן נישט געקענט. כ'הער..

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 6:41 am

· #371354
ווי האסטו געזען אזוינס אין מיין ווערטער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מיטוואך מאי 17, 2017 9:47 am

· #371361
זאגסט דאך אז די איינציגסטע סיבה פארוואס מ'האט נישט ליב געהאט רב שך איז ווייל ער האט צו גוט געקענט לערנען, ניין?