☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » דער מענטש און זיינע פונקציעס.

דער מענטש און זיינע פונקציעס.

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10386

קל וחומר » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:41 pm

· #330077
דער מענטש און זיינע פונקציעס.
איך עפען דעם אשכול יעצט בעפאר פסח (הגם די צייט גייט מיך נישט ערלויבן צו שרייבן צופיל איצטער) אלס אן איבערבעטונגס אויף דאס וואס איך האב נישט אריינגעשיקט קיין מאמר צום 'פה סח II', וה' הטוב יכפר.

מיין פלאן איז איבערצוגיין די יסודות'דיגע מענטשליכע אברים און פונקציעס אויף א קלארן, פארשטענדליכע און קורצע אופן אין א סעריע פון צוואנציג פרקים ואלו הן:

פרק א' - די אויגן און די זעה-קראפט.
פרק ב' - די אויערן און די הער-קראפט.
פרק ג' - די נאז און די שמעק-קראפט.
פרק ד' - די מויל און דאס רעדן.
פרק ה' - די לונגען.
פרק ו' - די הארץ און די בלוט.
פרק ז' - די מח.
פרק ח' - די נערוו סיסטעם.
פרק ט' - די פארדייאונגס סיסטעם.
פרק י' - די לעבער.
פרק יא' - די נירן.
פרק יב' - די מילצן.
פרק יג' - די טעמפערוטאר פונעם גוף.
פרק יד' - די ביינער.
פרק טו' - די מוסקולען.
פרק טז' - די הויט.
פרק יז' - די פארטיידיגונגס מיטלען פונעם גוף אקעגן קרענק.
פרק יח' - די רעאגירונג פונעם גוף.
פרק יט' - דאס שלאפן.
פרק כ' - שוואנגערונג און געבורט. (אולי מאחורי)

ויה"ר שחפץ בידינו יצליח, ויתיאהב שם שמים על ידינו אמן.

וואלווי » דינסטאג אפריל 19, 2016 5:00 pm

· #330083
קל וחומר
אן איבערבעטונגס אויף דאס וואס איך האב נישט אריינגעשיקט קיין מאמר צום 'פה סח II', וה' הטוב יכפר.


ווי חז"ל זאגען בזבח ומנחה אינו מתכפר אבל בתורה מתכפר

זבולון » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:52 am

· #330212
מיר ווארטן מיט שפאנונג.

אפשר אלס אריינפיהר / מבוא. וואלט מען געדארפט באשרייבן קודם בכלליות, א שנעלע איבערבליק ווי אזוי אן ארגאן ארבעט. וואס איז עס א צעלל? און ווי אזוי פונקציאנירט עס.

פליקער » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:10 am

· #330214
Re: דער מענטש און זיינע פונקציעס.
צונג אינדערויסן אלערט, איך האב שוין לאנג געפאדערט א עקסטערע אפטיילונג פאר העלט און פיטנעס.
אולי דער פרישער קאפיטאן וועט זיך דערבארעמען.

Sent from my VS987 using Tapatalk

וואלווי » מיטוואך מאי 4, 2016 8:12 pm

· #331681
קל וחומר
איך עפען דעם אשכול יעצט בעפאר פסח (הגם די צייט גייט מיך נישט ערלויבן צו שרייבן צופיל איצטער)..


זה אחד מעשרה @קל וחומר בתורה: מה דאך ערב פסח וואס איז מקוצר רוח און עבודה קשה, אודאי נאך פסח דארף זיין צייט...

זיי מזכה יודיושע קינדער ווייל עת הזמיר הגיע, געקומען די צייט צי שניידען די יום טוב'דיגע פונטען און זיך בעסער באקענענן מיט'ן גוף

טעכניש » מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

· #378539
Re: דער מענטש און זיינע פונקציעס.
קל וחומר
איך עפען דעם אשכול יעצט בעפאר פסח (הגם די צייט גייט מיך נישט ערלויבן צו שרייבן צופיל איצטער) אלס אן איבערבעטונגס אויף דאס וואס איך האב נישט אריינגעשיקט קיין מאמר צום 'פה סח II', וה' הטוב יכפר.

מיין פלאן איז איבערצוגיין די יסודות'דיגע מענטשליכע אברים און פונקציעס אויף א קלארן, פארשטענדליכע און קורצע אופן אין א סעריע פון צוואנציג פרקים ואלו הן:

פרק א' - די אויגן און די זעה-קראפט.
פרק ב' - די אויערן און די הער-קראפט.
פרק ג' - די נאז און די שמעק-קראפט.
פרק ד' - די מויל און דאס רעדן.
פרק ה' - די לונגען.
פרק ו' - די הארץ און די בלוט.
פרק ז' - די מח.
פרק ח' - די נערוו סיסטעם.
פרק ט' - די פארדייאונגס סיסטעם.
פרק י' - די לעבער.
פרק יא' - די נירן.
פרק יב' - די מילצן.
פרק יג' - די טעמפערוטאר פונעם גוף.
פרק יד' - די ביינער.
פרק טו' - די מוסקולען.
פרק טז' - די הויט.
פרק יז' - די פארטיידיגונגס מיטלען פונעם גוף אקעגן קרענק.
פרק יח' - די רעאגירונג פונעם גוף.
פרק יט' - דאס שלאפן.
פרק כ' - שוואנגערונג און געבורט. (אולי מאחורי)

ויה"ר שחפץ בידינו יצליח, ויתיאהב שם שמים על ידינו אמן.

וואס איז געבליבן מיט די פלאן?

וואלווי » דינסטאג יולי 11, 2017 10:33 pm

· #378742
זעט אויס ס'איז מער חומר ווי קל צו שרייבן למעשה. אבער תכלית וואס וועט זיין מיט א העלטה אפטיילונג?