☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תורה על רגל אחת

תורה על רגל אחת

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10385

גראף » דינסטאג אפריל 19, 2016 12:36 pm

· #330007
תורה על רגל אחת
אזוי ווי דער יו''ט פסח איז אט דא העט דאך זיין בושות אז מען געדענקט נישט כמעט פון אמאל עפעס נאך צו זאגן און כ'האב קוים געהאט צייט אריין צו קוקן אין די מ''ב. מען גייט דאך גיין פאר א סעודה אדער צוויי צום 'טאטע/שווער דארף איך דאך עפעס וויסן און אפילו סתם אזוי דארף מען צוגיין מיט אביסל תורה.

וויל איך בעטן די כלי קודש דא אויב זיי באוויליגען ארויף צו שטעלן לינקס צו א שיעור אין הלכה דרש א גוטע שמועס וכו. די עיקר אויף ארויס צו קומען מיט ידיעות.

תודה רבה.

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:10 pm

· #330012
די קונץ איז צו קענען משלב זיין מענין לענין שלא באותו ענין. קענסט עפעס א תורה אויף פרשת חיי שרה? ווארף עס אריין ווען מ'רעדט פון אברהם אבינו א.א.וו.

זבולון » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:52 pm

· #330023
עס איז באקאנט אז עס איז דא שלש רגלים, פסח שבועות און סוכות. די ערשטע רגל איז פסח.

כל התורה כולה על רגל אחת - די גאנצע תורה ליגט אין דעם ערשטן רגל וואס איז פסח.

קל וחומר » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:59 pm

· #330027
Re: תורה על רגל אחת
פסח=אמונה
בא חבקוק והעמידן על אחת.

גראף » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:14 pm

· #330030
Re: תורה על רגל אחת
איך מיין נישט תורה'ליך אויף דעם איז דא גענוג ווי אריינצי בליקן. איך רעד פון א שיעור למשל וואס רעדט פון גמרא הלכה און אחרונים ארויס צו קומען מיט די ביגער פוקטשער.

וואלווי » דינסטאג אפריל 19, 2016 5:47 pm

· #330096
ליקוטי בתר ליקוטי - א לינק צו לינקס ושם תמצא נחת פרד"ס אויף וועלעכע ספיד איר דארפט.

<a class="postlink" href="http://ladaat.info/gilyonot.aspx">http://ladaat.info/gilyonot.aspx</a>

פרינטס ארויס און האלט אונטערען טיש בליק אריין שנעל ווען די שווער פארגלייזט זיך די אויגען....