☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ראמני טרייבט אויף 35 מיליאן דאלאר מער ווי אבאמא

ראמני טרייבט אויף 35 מיליאן דאלאר מער ווי אבאמא

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1038

שמעלקא » מאנטאג יולי 9, 2012 12:32 pm

· #22659
ראמני טרייבט אויף 35 מיליאן דאלאר מער ווי אבאמא
נישט לאנג צוריק איז עס געווען ווען אלע האבן גערעדט איבער אבאמא'ס שטארקע פאנדרעיזינג מעגליכקייטן און מען האט ערווארטעט אז ביי די היי יעריגע וואלן וועט ער אויפטרייבן א רעקארד ציפער אין די געגענט פון א ביליאן דאלאר מיט א גרויסן "בּ".

איינס פון די זאכן וואס די באוויינער וועלכע האבן געקלאגט אויף מיט ראמני איז געווען די שוועריגקייטן וואס ער וועט האבן איבער צו שטייגן אבאמא'ס געלט מאשין, אבער זיינע מענטשען האבן זיך געטרייסט מיט די דרויסענדיגע זעלבסשטענדיגע קאנסערוואטיווע גרופעס און סופערפעקס וועלכע וועלן אריין גיסן שווערע מיליאנאן ארויס צו זעען זייער שונא נומער איינס פון אפיס.

אין די לעצטע צוויי חדשים האט אבער ראמני געוויזן זיינע ביזנעס קוואליפיקאציעס, און באוויזן איבער צו שטייגן אבאמא מיט שיינע ציפערן.

די ראמניי קאמפיין האט פאר JUNE אויפגעטריבן איבער 106 מיליאן דאלאר, א רעקארד ציפער פאר די היי יעריגע פרעזידענטליכע פארמעסט.

אבאמא האט אויך נישט אויפגעטריבן קליין געלט אריין ברענגענדיג 71 מיליאן דאלאר די גרעסטע ציפער זינט די קאמפיין האט זיך אנגעהויבן, אבער די דיפערענץ פון 35 מיליאן איז גאר שטארק און ברענגט זיכער זארג ביי אבאמא'ס ראטגעבער.

דאס קומט שוין נאכדעם וואס אין MAY האט האט ראמני אויפגעטריבן 77 מיליאן אקעגן די 60 מיליאן פאר אבאמא.

ד"ה אז אין די צוויי חדשים זינט ראמני איז געווארן די איינצעלע ריפובליקאנער קאנדידאט האט ער ביידע מאל אויפגעטריבן היבש מער ווי אבאמא, און אויב האלט ער אן אויף דעם ליניע קען ער אין די ענדע האבן אויפגעטריבן מער ווי אבאמא.

עכ"פ יעצט קען שוין אבאמא שרייען אז ראמני איז פון די רייכע...

ניו יארק » מאנטאג יולי 9, 2012 12:43 pm

· #22666
מען דארף נעמען און אכט אז אבאמא איז שוין די פראנט ראנער פאר כמעט 4 יאר, משא"כ ראמני האלט נאך 2 חדשים זיין א פראנט ראנער.

משה געציל » מאנטאג יולי 9, 2012 12:48 pm

· #22669
פארגעס נישט אבאמא האט געהאט פארגעשטעלט א פלאן פון אויפטרייבען א ביליאן דאללער פאר דעם יעצטיגען קאמפיין סעזאן, אויף אנצוקומען צו די ציפערן פעלט זיך אויס ער זאל אויפטרייבען א דורכשניט פון הונדרעט מיליאן דאללער א חודש פאר צען חדשים, און מיט די איצטיגע ציפערן קוקט נישט אויס ווי ער האלט אויף א וועג.

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 8:23 pm

· #22793
לבי אומר לי אז אבאמא גייט עס מאכן.

איינער » מאנטאג יולי 9, 2012 8:39 pm

· #22797
עס קומט א גוטער קאמפיין, זעט אויס אז דאסמאל וועט ראמני אויכט קענען אפקויפן א האלבער שעה פריים טיים טי. ווי. און נישט דארפן רעזארטירן צו די ווילדע שטיקעס וואס מעקעין האט געטון וואס האט אים געמאכט אויסקוקן נישט סטאביל.

יידל » מאנטאג יולי 9, 2012 8:41 pm

· #22799
זר זהב
לבי אומר לי אז אבאמא גייט עס מאכן.

געלט-ווייז אדער די וואלן?

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 8:48 pm

· #22800
די וואלן

וועלט׳ס פארזארגער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:52 pm

· #32154
דער ראמני מאכט געלט ווי וואסער.
יעצט July (יולי) האט ראמני ווייטער געמאכט 101.3 מיליאן דוללאר! בשעת די צודרייטע אבאמא האט קוים געמאכט דעם חודש 70 מיליאן.. 😕 .

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:02 pm

· #32158
זיי גיבן נישט קיין מעשר?
איך נויטיג זיך דערין

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:11 pm

· #32163
אזוי צו אזוי, איז דערווייל אבאמא [ליידער] שטערקער.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:50 pm

· #32177
דער ראמני האט עפעס די מאמענטום וואס אבאמא יר"ה האט געהאט אין '08. מ'זעהט עס ביי די געלט אויפגעטראבאכצט
שטארקע טשאנסן!

גאלד » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:57 pm

· #32180
ראמני איז א גאר שוואכער קאנדידאט, ער פארקויפט נישט עפעס ווייס איך וואס חדשות, קיינער ווערט נישט צו נתפעל פון איהם, די רעפובליקאנע לייגן זייער גאנצער האפענונג אז ראמני וועט געווינען צוליב די אומגעהויערע אומציפרידנהייט פון אבאמה, דאס איז ווייט נישט גענוג לפענ"ד צו ארויסשטעלן אן אינקאמבענט מיט כאריזמע ווי אבאמא,

מיין פרעדיקשן: אבאמא געווינט באקוועמערהייט

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:59 pm

· #32182
מיין פרעדיקשאן:

אפילו ראמני געווינט, גייט עס נישט העלפן פאר די עקאנאמיע.

און פאר דהעט מעטטער, נישט קיין חילוק ווער עס געווינט. א פרעזידענט קען נישט טוישן די מצב. ער איז נאר גוט פאר א שעיר לעזאזל צו בלעימען אלעס וואס גייט נישט גוט.
שוין צייט מען זאל איינזעהן אז די עקאנאמי איז א גלגל החוזר, ס'האט גארנישט מיטן פרעזידענט. מ'האט שוין געהאט גוטע צייטן סיי מיט דעמאקראטן און סיי מיט רעפובליקאנער.

ממילא זאל קיינער נישט לייגן האפענונג אז זיין רענט אדער מארטגעזש וועט ווערן ביליגער אדער זיין סעלפאן פלאן וועט זיך טוישן, אדער סיי וואס אין זיין טאש (אחוץ אויב מען האט א ביזנעס).

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 5:02 pm

· #32183
גאלד
ראמני איז א גאר שוואכער קאנדידאט, ער פארקויפט נישט עפעס ווייס איך וואס חדשות, קיינער ווערט נישט צו נתפעל פון איהם, די רעפובליקאנע לייגן זייער גאנצער האפענונג אז ראמני וועט געווינען צוליב די אומגעהויערע אומציפרידנהייט פון אבאמה, דאס איז ווייט נישט גענוג לפענ"ד צו ארויסשטעלן אן אינקאמבענט מיט כאריזמע ווי אבאמא,

מיין פרעדיקשן: אבאמא געווינט באקוועמערהייט

כאריזמע שוין א פארגאנגענהייט, ס'האט גארנישט געברענגט! ס'אומגעהויערע אומצופרידנהייט איז לפענ"ד גענוג שטארק אז ס'וועט זיך אויסשטעלן...
מיין פרעדיקשן: ראמני געווינט מיט א מערהייט (שטייצעך מיט מער...)

וועלט׳ס פארזארגער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 6:32 pm

· #32220
מיין פרעדיקשען: אמעריקע האט זיך שוין געפראווט משוגע ביים וואוטן פאר אבאמא די ערשטע מאל! סוי פון זיי קען מען שוין גארנישט ערווארטן..

מיין מיינונג: די דעמאקראטן וואלטן זיך געדארפט ביטערליך שעמען, און אים צוזאגן אלע מיני שטותים, וויפיל געלט ער דארף נאר, אים אפילו צוזאגן צו געבן גענעראל פון די יו-ען, אבי ער זאל נאר נישט לויפן נאך אמאל פאר א צווייטן טערמין! כ'מיין.. דער מענטש איז דאך געוועהן איין ריזיגע גרויסע פעיליער פון די ערשטע טאג ביז יעצט!

אבער, אזוי ווי איך האב שוין געזאגט, מיט די צודרייטע אמעריקאנע...

זר זהב » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 11:07 pm

· #64278
ער האט געווינען. די איליגעלס האבן עס געגעבן פאר אבאמא. נישטא קיין בזיונות