שמעקעדיג אלע טאטעס פון קינדער – אינגלעך צי מיידלעך – אין היינטיגן דור לעבן מיטן פחד מה יוולד יום. קיינער ווייסט נישט ווי אזוי אונזערע קינדער וועלן אויסוואקסן מארגן. וואס קענען עלטערן טון צו מאכן די קינדער געזונטער בכלליות, און וואס קען מען טון אויב האלט מען שוין ליידער אין אזעלכע מצבים?
איך זע אז דער פרט פון די נושא האט מען דא נישט עכט בארירט.
צו מאכן די קינדער געזונטער בכלליות - איז פארשטייט זיך תלוי אין וואס די קינדער זעען ביי די עלטערן מדי יום ביומו. זיי טרעפן דאס אין די עלטערן'ס אייגענע התנהגות בינו לבינה בפרט, און בכלל בין אדם לחבירו, אדער בינם לבין עצמם פערזענליך ווי אזוי זיי געבן זיך אן עצה, די טאטע מיט זיך אליינס וכן די מאמע. אזוי אויך די קאמיוניקעשאן צווישן די עלטערן און די קינדער און די אינפארמעשאן וואס מ'פיטערט זיי במשך השנים גיט אסאך צו. אזוי ווי מ'דערציילט אז א יונגערמאן איז געקומען צום בית ישראל און געפרעגט פון ווען דארף מען מחנך זיין די קינדער? פון די איין יאר? דריי? פינעף? ענפערט ער פון די אכצן! דאס הייסט פון ווען די "עלטערן" זענען אכצן. עכ"פ די מעסעדזש איז אז מ'דארף זיך אליינס אויפפירן ווי א מענטש.
אבער! מ'דארף געדענקען אז מענטשן זענען נישט קיין מלאכים און עס איז נישט יתכן צו זיין פערפעקט, און דא איז גילטיג דער מאמר החכם אז "חינוך איז 10% דורך די עלטערן און 90% סייעתא דשמיא" אדער ווי מאנכע רופען עס אן מזל אד"ג. ובפרט פון די אכטצן יאר און ווייטער וואקסט טאקע נישט די גוף פון א מענטש (אפשר האריזאנטעלי אבער נישט ווערטעקלי...) אבער נפשיות'דיג און שכליות'דיג יא, און פון דארט און ווייטער האבן די עלטערן כמעט נישט קיין שליטה איבער די גידול פון זייער קינד. עכ"פ מ'פראבירט דאס בעסטע וואס מ'קען, און פאר די איבעריגע קען מען נעמען א תהלים, זאגן קטורת און פרק שירה, רמעבה"נ ועוד.
אויב האלט מען שוין ליידער אין אזעלכע מצבים – צום ערשט זאלן די עלטערן זיין סופפארטיוו צו זייער אייגן קינד עמאציאנעלי עד הסוף און דאס קלאר מאכן פארן קינד ברחל בתך הקטנה. אזוי אויך דארף מען ארויסווייזן טראסט אין דעם קינד און עם געבן ספעיס. מ'דארף אפשר נישט שטיצן די קינד מיט די ענינים וואס די עלטערן פארשטייען איז נישט גוט פאר'ן קינד, לדוגמא די טעותים וואס דאס קינד באגייט רוב מאל פון בלינדע אומעקספערינסט עקשנות. אבער צו מחזק זיין זייער אייגן בלוט און פלייש און ארויסווייזן געפיל מיט'ן קינד אלס טאטע מאמע, צו וואס דען איז מען דא?
צווייטענס, אויב מעגליך אויף א קלוגע און אויסגערעכענטע אופן צו זען אז די קינדער זאלען אנקומען צו פראפעסיאנעלע הילף. דארט קומט אלעס אן למעשה. פאר עסן גייט מען אין גראסערי, שאלות פרעגט מען א דיין, אין פאר מענטשליכע פראבלעמען גייט מען צו א מומחה אין מענטשליכע פראבלעמען. צו זיך גיין נעמען דעות זאגן פאר די אייגענע קינד אדער ח"ו פאר'ן צוגעקומענעם איז קאנטער-פראדאקטיוו. אזוי אויך זיך נעמען מסר'ן איינער דעם צווייטען ביי דיינים און ראש כוללים וואס האבען נישט קיין עקספערטיז ענדיגט זיך על פי רוב נישט גוט. אויב מ'קען נאך מחזק די אינגערמאן אדער אידענע מיט יודישקייט וועט נאך אלס דער מומחה זיין די בעסטע וועג אנצוקומען צי דעם.
___________________________________________________________________________________________________________
ולעצם הענין כבר דשו בו רבים הדק היטב באשכול הנוכחי ובפרט בפתחון פה ע"י
@שמעקעדיג נתמשך ע"י
@mevakesh ונתבאר ע"י
@הוגה ועוד, ממש שפתים ישק ודפח"ח.
מ'קען צולייגן און אפשר גאר מגדיר זיין די נושא מיט א כלל ווי אזוי מ'באגייט זיך מיט פראבלעמען. למשל, ווען מ'האנדלט מיט משפחה דארף מען זיין גאר סענסעטיוו, אבער מיט סתם מענטשן קען מען שוין זיין - ווי מ'זאגט - מער אין פנים אריין. אדער לדוגמא פאליטישאנס נוצן ווערטער און דרשות, און מיט טעראריסטן האנדעלט מען דורך געווער. אויב איינער פארדרייט אבער די כלים פון די מטרה און רעדט מיט משפחה אין פנים אריין אדער א פאליטישען מיט געווער איז ער א צודרייטע"ר בלע"ז וואס איז מיוחד לדיזעסטער.
אזוי אויך ביי שלום בית וואס איז קאמפליצירט געווארן מיט עניני יהדות דארף מען זען נישט צי פארדרייען די יוצרות. פראבלעמען אין שלום בית איז א פראבלעם אין די גדר פון מענטשליכע אויפפירעכטס, אבער פראבלעמען אין די תורה איז ווען ס'איז דא א סתירה צווישען רמב"ם און ראב"ד, אין הלכה א מחלוקת רמ"א און מחבר, אין עבודה צווישן נפש החיים און יסוד העבודה, אין השקפה צווישן בית יעקב מיידלעך און סאטמארע קנאות. וכמו"כ התנהגות בין אדם לחבירו איז צווישן מענטשן און בין אדם למקום איז צווישן מענטש און גאט. די אפישעל דעפענישען פון סייקאלאדזשי איז "די סטאדי אף יומען ביהעוויער". ווען די התנהגות צווישן מאן און פרוי טויג נישט מאיזה סיבה שהוא ובכל אופן שהוא איז דאס א מענטשליכע ביהעוויער פראבלעם און מ'העלפט זיך דורך מענטשליכע עצות ווי רעספעקט, קאנסידערעישען אדער אויב נויטיג פשרה. און געווענליך איז דאס באגלייט דורך א מומחה.
זאת ועוד, די יודישקייט פראבלעם ביים באטראפענער איז על פי רוב א תוצאה פון א מענטשליכע פראבלעם. אמאל איז דאס טאקע קארענט אינפלוענס, אבער זייער אסאך מאל איז דאס גאר איינגעבאקענע מיסקאנסעפשענס, און דארט איז ווי מ'דארף אנהייבן ארבעטן. ווען עס וועט שוין קומען למעשה נאכ'ן מצליח זיין צו אדרעסירן די מענטשליכע ביהעוויער אישוס דורך פארשן און ארבייטן מיט די ריכטיגע אדרעסן און כלים, דעמאלטס קומט אריין די פראבלעם פון יודישקייט. וואס איז דער פערזאן'ס פראבלעם מיט יהדות? איז ער/זי גערעכט? איז אויסגעהאלטן אז איינער פון די צוויי זאל מוותר זיין? קען מען עפעס אויפטוהן? קען די ספאוס לעבן מיט באטראפענעם'ס יודישקייט בליק? דארף דער צווייטער זיך מוסר נפש זיין און גט'ן דערפאר? דא קומט שוין אריין השקפה, הלכה, דעת תורה, די הייליגע מסורה, יסודי הדת, וכו'.
אבער ביז דארט גייט עס לויט די סדר התפילה שתקנו אנשי כנסת הגדולה. קודם חונן הדעת ווייל אם אין דעת הבדלה מנין, און דוקא נאכדעם השיבנו אבינו לתורתך. ולמה נקראו אנשי כנסת הגדולה שהחזירו עטרה ליושנה און נאר אזוי קען מען צוריקלייגן די קרוין אויף די גליקליכע חתן און כלה. אבער אויב מ'פארדרייט די יוצרות איז מען א קורא למפרע און דומה צו איינער וואס לייגט זאלץ אין קאווע און צוקער אויף פרענטש פרייס. ובדרך זה שמעתי אויף א קאסעטע פון ר' יוסף ראזענבלום פון שערי יושר וז"ל, אז איינער וואס האט ליב זאלץ אין די טיי זאל ער לייגן זאלץ אין די טיי און זיין אן איש אמת און זיך נישט שעמען פון קיינעם. אבער א מעשוגענער בלייבט ער! ווייל ער טרונקט זאלץ אין די טיי, עכ"ל הק'.