☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א

ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10373

חקרן » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:44 pm

· #329238
ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א
ווי באקאנט פארמאגט דער בעלזער רב שליט"א א סענס אף הומער, ער קען אריינפליקן פאר יענעם מיט אזא גלייך-ווערטל, אויף אן אופן וואס ציעט ארויף א שמייכל אויף די לעפצן פון אלע וואס זעען דאס. דער רב שליט"א זאגט סתם אזוי פארשידענע ווערטלעך דא און דארט, ווי אויך האט ער ליב צו מאכן פארשידענע שטיק פארן עולם.

איך גרינד דא אן אשכול, וואס זאל זיין געווידמעט אויף די ווערטלעך פונעם רב, אמאל און היינט. איך וועל אנהויבן מיט איין ווערטל, והמוסיף יוסיפו.

ווען דער רב שליט"א איז אמאל אריינגעקומען אין טשעבינער ישיבה אין ירושלים, דארט איז פאראן אן ארון-קודש מיט א פרוכת וואס קומט נישט אן ביזן ערד, נאר ביז נאך די טירן פון די ארון-קודש, און אונטער דעם איז פאראן א שאפע. ווען דער רב האט דאס געזען, האט ער זיך אנגערופן "אום ווינטער לייגט מען א לאנגע פרוכת?" ודפח"ח.

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:53 pm

· #329241
מ'קען דא נאר לייגן ווערטלעך, אדער תורות אויך?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:40 pm

· #329265
Re: ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א
ווען דער ירושלימ'ער רב זי"ע איז אוועק אום כ"ו אב, האט דער בעלזער זיך אויסגעדרוקט "אוי! יעצט איז גאנץ ירושלים געפאלען אויף מיין פלייצע'ס"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

סמבטיון » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:04 am

· #329268
ערנסט גערעדט, גראדע האט ער אויך געזאגט דעמאלטס אז די וועלט האט פארלוירן א טשנדעליר.

מענטשאלע » פרייטאג אפריל 15, 2016 3:40 am

· #329294
און פאר הגרי"י רוטה לרפו"ש האט ער געזאגט אז ער איז אים שולדיג הכרת הטוב ווייל זיין פאטער רבי אייזיק איז געווען א שניידער און האט עם געמאכט די ערשטע בעקישע.
מקען זיך פארשטעלן ווי רבי חצקל האט אויסגעזען נאכן הערן דעם שכויח, נאך ווען מהאט אויף אים ארויף געפרעסט זיך צו טרעפן מיט'ן בעלזער.

סמבטיון » פרייטאג אפריל 15, 2016 11:02 am

· #329323
שקר. סעדא א ריקארדינג פון די שמועס.

שמעון וואלף » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:22 pm

· #329340
@סמבטיון, פאסט נישט פאר א ק"ש שרייבער צו זיין אזוי נאיוו. ווייסט באמת נישט אז ס'איז מעגליך צו דארטארן א רעקארדיג?
איך ווייס נישט צו דער בעלז'ר האט עס יא געזאגט אדער נישט, אבער די רעקארדיג איז נישט מכריח

shem-tov » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:53 am

· #329922
דער רב שליטא האט אמאל חוה"מ פסח געזאגט אז אינדערהיים זענען די בעלזא געווען די גרעסטע קנאים. כע כע כע ע"כ