☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » זאלונים פאגראם אין בעלזער קעמפ

זאלונים פאגראם אין בעלזער קעמפ

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1036

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 9, 2012 10:54 am

· #22627
זאלונים פאגראם אין בעלזער קעמפ
דעם שבת נאכמיטאג, פרשת בלק, בערך 2:30 זענען א באנדע בחורים פונעם סאטמערע קעמפ אריינשפאצירט אינעם דערנעבענדיגען בעלזא ישיבה קעמפ, און וואדעלעזירט דעם בית המדרש.
ארויסגעריסען הסכמות פון בעלזער רב פון ספרים.
אראפגעווארפען בעלזע סידורים אויפן ערד, ועוד
גאמאכט א רקידה "בדרך התורה נלך..."

זונטאג נאכמיטאג, איז ערשינען אין בעלזא קעמפ, איינער מיטן נאמען ווייס, אין בשם כל הבחורים איבערגעבען די בעלזע ישיבה.

אפס כי עז העם...... וזה פריה!

Java » מאנטאג יולי 9, 2012 12:05 pm

· #22647
אנטשולדיגט, אבער קאווע שטיבל איז נישט דאס געאייגענט פלאץ פאר אזעלכע סארט "נייעסן".
אין "א ווארט צו דעם נייעם מעמבער" שטייט אזוי:
אדמיניסטראטאר
דברים העומדים על הפרק - מיר ערלויבן דאס שרייבן וועגן זאכן וואס זענען נוגע חרדי'שע אידן, געזעלשאפטליכע ענינים העומדים על הפרק‚ אבער "קאווע שטיבל" קען נישט גענוצט ווערן אלץ א "רכילות טרעגער". דערפאר פארלאנגען מיר אז הודעות אין אזעלכע ענינים זאלן געשריבן ווערן אויף אן אינטעליגענטן אופן, און פון אן אביעקטיווע שטאנדפונקט ווי ווייט מעגליך אן זיך אריינלאזן אין נידריגער פראפאגאנדע אדער באשמוצונגען. צוליב דעם‚ ווען מיר זעען א הודעה וואס גייט ארויס פון די גדרים מוזן מיר זיך מיט דעם מטפל זיין – שלא כרצונינו – צוליב דעם וואס מיר פרובירן צו האלטן דעם הויכן שטאפל פון דער דיסקוסיע.