געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II
דער עולם איז הייס ווי פייער, מ'רופט זיך אן ווארעם פאר'ן אויסגאבע, אבער נישט יעדער האט די בליץ וואס צו שרייבן, און די אשכול עפען איך פאר די ניק וואס האט נישט קיין איידיעס.
איך בעט דער עולם ארויפצוברענגען גוטע געדאנקן וואס מ'קען אלץ באשרייבן אין פה סח און טאמער זעט איר עפעס א גוטע געדאנק וואס ס'געפעלט אייך און איר קענט מאכן צעגערט נישט, נעמט אייך באלד צו דער עבודה.
פאלט אייך אן א געדאנק פון אן ארטיקל שרייבט עס דא:
Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II
די היסטאריע פון קאווע שטיבעל, וויאזוי און ווען סאיז געגרינדעד, מיט וויפיל מעבערס . ווי שנעל איז עס געוואקסן, ווער זענען די בעסטע שרייבערס. סענזאציעס וואס קאווע שטיבעל האט אנגעדרייט. מידיא וואס האט דערמאנט ק"ש. אלע אירע אפריל פאולס וויצן. וכו וכו.
די תועלת פון די (ריינע) אינטערנעט פאר'ן ערליכן איד.
והגדת לבנך חירות. א צייט ווי אזוי צו לערנען מיט די קינדער וויאזוי צו לעבן מיט זיך, נישט מיט יענעם.
ע"ט פתח לו. אנווייזונגען ווי אזוי צו הייבן שרייב טאלאנט און כללים פון כאפן די לייענער.
אנו אוכלים. אנווייזונגען און רעסעפיס פאר א געזונטע בא'טעמטע פסח דיעטע.
הדרכות פאר א רייכע חול המועד פאמיליע פארברענגן און פרעזענדליכע איבערלעבנישן.
אפענהארציגע אינטערוויו מיט קעלנער איבער זיינע ימי נשיאות אין קאווע שטיבל.
אינטערווויו מיט כוכב איבער זיינע פעלות נשגבות צו ברענגן לידי מעשה א לאנגע קאריער פון הערליכע ק"ש אויסגאבעס.
פאעזיע איבער די פסח געפילדער טעג אין די היימישע גאסן.
סודות פון מצה בעקעריי: אלעס איבער די שניט, באקן און אינערליכע ביזנעס אנגעלעגנהייטן. ווי אויך אינפארמאציע איבער די בעקערייען זייערע השגחות און פרייזן.
א פסח אין האטעל: מיין איבערלעבעניש צו זיין אוועק פון שטוב אויף פסח אין האטעל.
חירות: א השקפת החיים וואס טוישט די מיינונג פון לעבן.
אמונה: די פאך פון איר לעבן ווס. רעדן.
תליית המן: די היסטאריע פון הענגען איבער די וועלט אין אמעריקא און פארוואס מיר דארפן זיין סענסעטיוו צו דרויסענדיגע מיט דאמי הענגעריי.
צולייגן צו רויטע'ס ליסט
''אינו נאכל'', אנווייזונגען וויאזוי צו דייעטן
כ'מיין אז אויב מ'נעמט געדאנקן פון דעם אשכול, זאל מען לאזן וויסן פאר די עורכים איבער וואס מ'שרייבט ביפאר מ'הייבט אן. אויב נישט קען זיין אפאר ארטיקלן אויף די זעלבע נושאים.
איבער געזונטע פסח דיעטעס איז לעצטע יאר אין פה-סח געווען א מעכטיגע ארטיקל פון פליקער, ותדרשנו משם. חוץ אויב האט איינער וואס נאך צוצולייגן.
וואסערע ענין זאל איך שרייבן?
Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II
א הדרכה פאר נייע פאטענציאלע ק"ש מעמבערס וויזוי אלעס ארבעט דא.
אנגעהויבן מיט לייקס והמסתעף, ווי אזוי צו פירן א שמועס/ויכוח אויף א הויכע ניווא, ווי אזוי מ'טעגט, ציטירט אפאר שטיקלעך וכו', וכולי.
[ציטאט אראפגענומען]
געוואלדיג, און פארגעס נישט פון מיר.
Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II
שש האלט ווארט, ער פאלט אמאל אריין, און ווען ער איז שוין דא, לאזט ער איבער גוטע זאכן
Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II
[ציטאט אראפגענומען]
מיינסט ר' מאיר אליעזר