☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בשורה טובה: כולל גבי לתורא

בשורה טובה: כולל גבי לתורא

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10334

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:22 am

· #327536
בשורה טובה: כולל גבי לתורא
מיט גרויס פרייד נעמט כלל ישראל אויף די גוטע בשורה אז עס האט זיך געעפנט א נייע כולל צו צוריק ברענגען און צוריק מחדש זיין די וויכטיגע מצוה פון גביל לתורא, ווי די אברכי הכולל זענען מדיר שינה מעיניהם צו אויפשטיין יעדן פארטאגס צו מקיים זיין די געהויבענע מצוה,

פאר מער פרטים און צו האבן א חלק אין די געוואלדיגע מצוה
📎 גביל לתורא מהדו''ב.pdf

כוכב » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:28 am

· #327537
איך קען נישט כאפן צי דאס איז א וויץ, אדער אמת.
#כ'ווייס_שוין_גארנישט

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:29 am

· #327538
אוודאי א וויץ, מיינסט סתם אזוי האבן זיי פארגעסן צו אריינלייגן זייער טעלעפאון #

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 2:14 pm

· #327563
דאן באלאנגט דאס אין שמייכל פארום...
"אן עת רצון בשעת מען פיטערט די בהמות"... אשפ"ג!!!

זבולון » דינסטאג אפריל 5, 2016 11:07 am

· #327672
אלעס ווערט געטוהן דורך בני תורא, בהשגחת פרא דאתרא.

אונזערע אלע פרים זענען תמים, ללא חשש צומת הגידים.

אן עקסטערע 200$ פאר די זכות פון משקה זיין דעם שור הבור.