פה סח II פינאנצן און נדבות
א הארציגן ישר כח פאר
@נתן מנחם פאר'ן אריינשיקן דעם ערשטן פופציגער צום היי יעריגן קאמפיין, גיטס אלע א האנט פאר דעם מתחיל במצוה.
ווי געזאגט, די פושקע איז אפן און מ'בעט דער ציבור זאל זיך אנרופן ווארעם, ווי גרעסערער די קאסע אלס מער וועט מען קענען זיין ערפאלגרייך.
@געוואלדיג, שטעל ארויס די ליסטע פון פאריעריגע דאנארס.
ווער איז נעקסט, ווער רופט זיך אן מיט די נעקסטע נדבה?
#א_דאלאר_די_מצות.
א ריזן דאנק פאר
@רויטע וואנצעס פאר זיין דער ממשיך במצוה און זיך משתתף געווען מיט 50$,
קנאת סופרים תרבה קמח, אן קיין געזאלין פארט נישט דער מאשין.
ווער איז משלים די חוט המשולש?
רבותי נעמט אראפ די קרוין פון רויטע, ער איז גארנישט דער צווייטער נאר זאגאר דער משולש, דער צווייטער צו שמירן די רעדער איז דער וואס אויף איהם זאגט מען שטילע וואסער לעכערן טיף, אונזער ידיד
@שטילע אינגערמאן וואס האט זיך משתתף געווען מיט א מאה, א הערצליכן דאנק.
ווער איז דער פערטער קעגן די ד' בנים?
אקעי לאמיר שמירן ווילאנג די אייזן איז הייס,
@נולד מאוחר האט זיך אונטער גענומען צו זיין פון די ארבעה בנים און געשנודערט א 50$, א דאנק.
ווער ווערט דער וואס איז משלים א
חמסה וואס איז מסוגל פאר אלעס גוט 😂 😂
📎 חמסה.jpg
כ'האב פארגעסן צו זאגן אז די פופציגער כ'האב זיך אונטערגענומען, איז נאר אויב די מאגערע כולל העד טשעק וועט קלירען סוף זוממער.
בתקוה להבנה.
געוואלדיגווער ווערט דער וואס איז משלים א
חמסה וואס איז מסוגל פאר אלעס גוט 😂 😂
די חמסה גייט צו ידידנו הנכבד הרב
@יאסל ראקאווער וואס האט מנדב געווען א סכום הגון ונכבד, א ריזן דאנק,
ווער הייבט אן די צווייטע חמסה?
מיר באדאנקען זיך פאר ידידנו
@אפטעמיסט פאר אנהייבן די צווייטע חמסה, און כמנהג אנשים חשובים צוגעזאגט כמנין ע"ב בתולות של מוחמד 😃
יש תקוה, עוד @אפטעמיסט חי!!!
שווערע צייטן פאר דעם גראפיקער, ער מוז נעבעך ארבעטן מיט א טייפרייטער וויל מען האט אויסגעשאלטערט די עלעקטעריק פונעם פה-סח הויפט קווארטיר נאכן פארפאסן צו באצאהלן די ביל באצייטנס, די ביסל הכנסות האבן קוים געקלעקט פאר כוכב'ס סנעפל, שמעקי האט מיטגעברענגט א פלעשלייט פון דערהיים, רויטע פראבירט אויס זיינע קענטענישן מיט ברעיל, כעלעמער איז אראפגעבויגן צום ליכטיגקייט שפאלט פון אונטער די טיהר, ונבנתה זאגט אזכיר על הציון, און איך בין אנטלאפן פון די מרה שחורה צו ברעכן די נייעס.
ערנסט גערעדט, מען ברויך א מכה בפטיש צו משלים זיין די הוצאות, כאפט אריין און רופט זיך אן ווארעם מיט וואס איהר קענט נאר, א באטאריע פאק שמעקי צו א היטש פאר ונבנתה, אדער סתם פשוט אפאר דאללער, א דאנק.