☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע!

ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע!

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10322

כוכב » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:40 pm

· #327180
ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע!
מיין לויער האב איך שוין געהייסן שיקן א ווארענונגס בריוול פאר @נתן מנחם פאר'ן זיך אריינשטופן זיין נאניע אין מיינע געשעפטן, אבער חברה ס'איז נישט קיין ווערטל, מ'דארף זיך נעמען אין דער האנט אריין.
טיק טאק, טיק טאק, דער זייגער קלאפט, מלכות און מפואר זענען שוין אין העפטיגן קאמף, הגדה און אבערלענדערס האבן שוין ארויסגענומען אדווערטייזינג סלאטס אין אלע לאקאלע פאפירן, וויש וואש, די הויז איז שוין א מיש מאש, צו עסן אינדערהיים קריגט מען א מכה ווייל ס'שוין פסח'דיג, און מיר טארן נישט שלאפן.
כלל ישראל ווארט פאר אונזער אויפגאבע. לאמיר ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז קאווע שטיבל לעבט און לאכט ווי קיינמאל בעפאר.

געים-פלאן ווי ס'האלט יעצט, דאנערשטאג אוונט 6:23, איך לייג דאס אין שבת אחים ווייל איך וויל רעדן צו די היימישע חברה דייקא.

1. ווער ס'איז מיט מיר זאל אויפהייבן די האנט.

2. איך וויל זיך נעמען צו דער עבודה, אבער איך בין אנגעוויזן אויף הילף. פון זיצן אויפ'ן פדן ארם און אן די צוזאמענארבעט פון יעדן איינעם געב איך אייך מיין גאראנטי אז עס וועט גארנישט ווערן.

3. בקיצור, צום ערשט דארף מען א גראפיק דעזיינער, איינער האט קאנטאקט מיט @מה הוא? זאגטס אים איך זוך אים מיט לעכט.

4. מ'דארף אנגרייטן א פלאן ב' אין פאל מה הוא איז נישט אין די כלים\גיסטע.

5. איז דא איינער וואס האט א יד אין גראפיקס אדער עימוד, ביטע זיך ווענדן צו מיר אין אישי, אדער צו @געוואלדיג, וועלכער איז מיין רעכטער האנט וידו כידי. (@מושב זקנים, הער אויף בלאזן, איך קען נוצן דיין עקספערטיז פון דיין געלונגענעם פי עט הדר.)

6. אין פאל קיין גראפיק דעזיינער רופט זיך נישט אן ביז זונטאג צוועלף אויפדערנאכט קען מען מאכן אן אויסגאבע אין פארעם פון א קובץ אזוי ווי די אמר ונבנתה פנינינם שזורים קונטרסים, אבער צו דעם דארף איך די הילף פון @ונבנתה העיר און @אנאנים (איך אקצעפטיר נישט דיין רעזיגנאציע בריוול... ווי קענט עפארד איט) אזוי אויך קען איך נוצן די הילף פון דער וואס האט ארויסגעגעבן די למעשה קונטרס, רוף דיך אן... (@רויטע וואנצעס, דו קענסט לכאורה אויך מאכן סתם א פשוטע עימוד, שטימט?)

7. אין פאל קיינער האלט נישט ביים מאכן קיין עימוד (א ווייטער חשד, אבער העי יו נעווער נאו, טראמפ געווינט אויך די רעפובליקאנער נאמינאציע, וויאזוי זינגט ער נאר דער ביבער, נעווער סעי נעווער) וועט מען זיך באגנוגן מיט א קאמפיין ענליך צו אראומע, אז דער ציבור וועט שרייבן ארטיקלען לכבוד יום טוב און אולי יחוס אז איינער וועט עס צוזאמשטעלן אין א קונטרס.
בכל אופן דאס זענען מיינע פלענער אויף יעצט, פאר סיי וואס פאר א קאמענטארן און הערות, רופט אייך אן הילכיג און הויעך, צו קריטיקירן ביטע דירעקטירט אייער קריטיק צו @יאיר'ס אישי קעסטל, ער איז געשטעלט אויף קריטיק.

8. די ברענד פאר'ן אויסגאבע ווי ס'האלט יעצט, וועט הייסן "פה-סח 2", לויט די ראט פון שש, טאמער איינער האט א גוטן נאמען זאל ער זיך ביטע אנרופן.
#סארי_מעט_דעמאן_האט_עס_נישט_געקענט_מאכן_וכו'.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:42 pm

· #327198
רבותי רופט אייך אן ווארעם, אניש וועט דאס האבן א פנים ווי די למעשה קונטרס...

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:47 pm

· #327199
Re: ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע
ודאי, כבין דא בגוף ובממון.

כוכב » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:18 pm

· #327205
טאמער זענט איר א גראפיקער וואס וויל פארדינען אפאר איבעריגע גראשן אויף יום טוב, קומט צו מיר אין אישי. מיר זענען גרייט צו באצאלן פאר די ארבעט.

א איד » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:22 pm

· #327208
Re: ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע
כהאלט אינמיטן טראכטן פון אן ארטיקל

יעלה ויבא » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:47 pm

· #327216
Re: ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע
כ׳בין גרייט צי העלפען מיטן מגיה זיין

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:57 pm

· #327217
ע"ט פתח לו

כוכב » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:28 pm

· #327229
כ'בעט ברחמים אלע קווענקלער און צווייפלער ספעציעל די נייע ניקים וואס זוכן איידיעס און קראצן זיך די שטערן, דער אשכול איז נישט געמאכט פאר די סארט צוגאנג, קיינער וועט אייך נישט אנטראגן קיין איידיעס און ס'מאכט סתם א פוילע אטמאספערע און נישט ערנסטקייט צו דער גאנצער נושא.
האלטס אייערע קווענקלענישן ביי זיך. פאר קאנסטראקטיוו הילף און איידיעס איז דער אשכול געשטעלט.
א דאנק

כוכב » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:45 pm

· #327230
ברעיקינג: אין די מינוטן קומט אריין די נייעס, אז מיר האבן אריינבאקומען א העכסט פראפעסיאנאלן גראפיקער אין אונזער רעדאקציע, וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן א דבר נאה ומתקבל.
מזל טוב, קאווע שטיבל!

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 1, 2016 1:16 am

· #327245
כוכב, איי כוכב, דיין שפראך, דיין שפראך!! עס בענקט!!!!

בת קול » פרייטאג אפריל 1, 2016 10:31 am

· #327273
איך בין גרייט צו העלפן מיט גראפיק אלץ א בעק אפ.
פארבינד זיך אין אישי פאר מער פרטים.

בת קול » פרייטאג אפריל 1, 2016 10:33 am

· #327275
כוכב
ברעיקינג: אין די מינוטן קומט אריין די נייעס, אז מיר האבן אריינבאקומען א העכסט פראפעסיאנאלן גראפיקער אין אונזער רעדאקציע, וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן א דבר נאה ומתקבל.
מזל טוב, קאווע שטיבל!


אה! איך זעה איר האט שוין איינעם. מיט הצלחה!

נתן מנחם » פרייטאג אפריל 1, 2016 10:55 am

· #327277
איך בין גרייט צו העלפן בממון. (משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור, און די מענעדשער פון חתונה זאל ווי איך האב חתונה געמאכט האט מיר געזאגט א מאמר חז"ל אינמיטען די חתונה "אין גומרים אלא בממון" 😂 )

@כוכב איך בין נישט געקומען אפאר טעג צוריק דיר עפעס צונעמען, איך בין געקומען רק לעורר אז איינער זאל זיך אינטערנעמען בע"טו ובזמנו.

נ.ב. היות אין די גאס הייסט אז ק"ש האט זיך געדארפט פארמאכען וכו' וכו' איז אפשר פאסיג יעצט צו ווייזען אונזערע "גאס ידידים" אז אונז זענען העיר טא סטעי! רבותי בנערינ"ו ובזקנינ"ו נלך אלטע און נייע ניקס אלע זאלען שרייבען אבער ממש יעדע זאל! מען וועט מיט די אנפירערשאפט פון @כוכב דא ארויסגעבען א טויזענט בלעטער קונטרס על אפם פון אונזערע שונאים! אונזער הענט וועט וויי טוען פון דארפען האלטען אזא שווער קונטרס ביים ליינען אבער די שונאים'ס הערצער וועלען וויי טוהן! וואס טוט מען נישט פאר אביסעל נצחון?

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 1, 2016 11:20 am

· #327281
פנים חדשות באו לכאן? ווי אזוי ווייסן מיר נתן מנחם אז דו האלטסט ווארט און אז דיין ווארט האלט עפעס מער ווי דאס וואס ס'איז?

נתן מנחם » פרייטאג אפריל 1, 2016 11:29 am

· #327282
וועלכע ווארט ביסטו באזארגט איך וועל נישט האלטען? זייט מסביר ביטע

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 1, 2016 11:50 am

· #327284
כמיין דער געדאנק אז דו האסט ממון און דו שרעקסטיך נישט. ס'קוקט אויס דו רעדסט פון מעשים שהיו. בכלל ווייס איך נישט אויב מ'רעדט דא פון אזעלעכיגע ווייסעך וואספארע סכומים.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג אפריל 1, 2016 11:53 am

· #327285
.

סמבטיון » פרייטאג אפריל 1, 2016 2:12 pm

· #327300
כוכב, אלס א נאנטע חבר דיינע, בין איך דא צו שטיצן בגוף ובממון בל"נ.