☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מערקווירדיגער חילוק צווישן סאטמאר צדדים ביי עסן

מערקווירדיגער חילוק צווישן סאטמאר צדדים ביי עסן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10316

מר. קלונימוס » מיטוואך מערץ 30, 2016 12:02 pm

· #326956
מערקווירדיגער חילוק צווישן סאטמאר צדדים ביי עסן
ארונים פארקויפן זייערע פראדוקטן איבעראל די זאליס האלטן אלעס ביי זיך. פארוואס איז עס אזוי? ס'מיר יעצט בייגעפאלען זענדיג א עד פון ארונים מצות אז זיי דעליווערן, געדענק איך אויך זען זייערע מצות אין סתם גראסעריס און ס'איז אנענסירט איבעראל. אויך פלייש קען מען קויפן זייערע פלייש אין יעדע יאטקע. דאס איז די גרינגע זייט צו פארשטיין, מאכן געלט פארוואס נישט? און אפשר נאך מזכה זיין אידן מיט אויסגעהאלטענע בעסערע סחורה (עכ''פ אזוי האלטן זיי)

וואס איז נישט צו פארשטיין איז די זאליס קודם זייערע פליישן קען מען נאר קויפן אין זייערע בוטשערס, אין ערגעץ נישט חוץ דארט. זייערע בראדוועי מצות קען מען נאר קויפן אין בראדוועי און ביי עטליכע יחידים וואס דינען ווי אמבאסאדארן. חוץ מזה אין ערגעץ! אויך זענען זייערע מצות נישט עדוועדייזט אין ערגעץ. וואס איז די סיבה אונטער דעם פרוביר איך צו פארשטיין? געלט דארפן זיי נישט? דאמינירן די מארקעט ווילן זיי נישט?

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 12:02 am

· #327073
שקר!
כ'האב פאראיאר געזעהן א צעטל אין אן ארונישע בית המדרש ווי די בית האופה אנטשולדיגט זיך אז צוליב'ן אומפאראויסגעזעהנע אויסערגעווענדליכע פארלאנג פאר זייערע מצות מהודרים האבן זיי נישט געקענט נאכקומען צוצושטעלן גענוג פאר'ן ציבור. ווילסטי מיר זאגן אז מ'פארקויפט עס אין גראסערי?