לאמיר פארן מיט בייקס...
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1031
פארוואס דרייווען קרית יואל'ער יונגעלייט נישט קיין בייקס
פארוואס דרייווען קרית יואל'ער יונגעלייט נישט קיין בייקס
איך רעד נישט דא בנוגע יונגלעך און בחורים דאס זאל שוין די וועד החינוך קער נעמען איך רעד דא בלויז פון יונגערלייט
ביסט אויפן קאפ געפאלען?
אידישקייט גייט אונטער אויב מע דרייווד א שייגעץ בייק...
שוין דא עטליכע אשכולות וועגן דרייוון בייקס
דו פרעגסט נאך?, דו ווייסט צו וואס מ‘קען צוקומען מיט א בייק??, די זעלבע צו וואס מ‘קען צוקומען מיט טעקסט מעסעדשעס
וויאזוי קען מען דען דרייוון א בייק אויף בערגיגע שטראזן?
זר זהבוויאזוי קען מען דען דרייוון א בייק אויף בערגיגע שטראזן?
אין מאנסי איז דען נישטא קיין בערג?
נישט קיין פארגלייך
נו וועט מען וועג אראפ פליען אזוי שנעל אז ס'זאל אפצאלן די בארג ארויף וואס מען וועט מוזן גיין צופיס.
און וואס איז מיט די אינגעלייט אין ברוקלין? פארוואס דרייוון זיי נישט קיין בייק?
פארוואס דער אינגערמאן וואס וואונט אויף סקילמען קארנער פרענקלין, דארף ארויסלויפן אינמיטן ובא לציון, מיט די לאנטש בעג אין די האנט. און זיך נעמען לויפן אין איין אטעם ביז טעמפלער'ס כולל, ווי ער קומט אן פארסאפעט און אויסגעמוטשעט, קוים וואס ער כאפט זיך דאס אטעם, ענדליך 1:45 איז ער שוין געקומען צו זיך. ווייל די וועג נעמט אים 45 צו וואקן, אבער מיט א בייק נעמט עס 6 מינוט.
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער גייט נישט מיט א בייק?
א נארמאלע הסבר, על פי פשט, נישט על פי דרוש אדער סוד.
מיינסט אין "וויליאמסבורג" נישט "ברוקלין"
קורץ און שארףאון וואס איז מיט די אינגעלייט אין ברוקלין? פארוואס דרייוון זיי נישט קיין בייק?
פארוואס דער אינגערמאן וואס וואונט אויף סקילמען קארנער פרענקלין, דארף ארויסלויפן אינמיטן ובא לציון, מיט די לאנטש בעג אין די האנט. און זיך נעמען לויפן אין איין אטעם ביז טעמפלער'ס כולל, ווי ער קומט אן פארסאפעט און אויסגעמוטשעט, קוים וואס ער כאפט זיך דאס אטעם, ענדליך 1:45 איז ער שוין געקומען צו זיך. ווייל די וועג נעמט אים 45 צו וואקן, אבער מיט א בייק נעמט עס 6 מינוט.
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער גייט נישט מיט א בייק?
א נארמאלע הסבר, על פי פשט, נישט על פי דרוש אדער סוד.
א) ס'וואוינען נישט קיין אינגעלייט אויף סקילמאן קארנער פרענקלין
ב) מ'רעדט שוין דערפון
דאנפתלי
איך האב צאמגעשטעלט די ביידע אשכולות.
נפתליקורץ און שארףאון וואס איז מיט די אינגעלייט אין ברוקלין? פארוואס דרייוון זיי נישט קיין בייק?
פארוואס דער אינגערמאן וואס וואונט אויף סקילמען קארנער פרענקלין, דארף ארויסלויפן אינמיטן ובא לציון, מיט די לאנטש בעג אין די האנט. און זיך נעמען לויפן אין איין אטעם ביז טעמפלער'ס כולל, ווי ער קומט אן פארסאפעט און אויסגעמוטשעט, קוים וואס ער כאפט זיך דאס אטעם, ענדליך 1:45 איז ער שוין געקומען צו זיך. ווייל די וועג נעמט אים 45 צו וואקן, אבער מיט א בייק נעמט עס 6 מינוט.
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער גייט נישט מיט א בייק?
א נארמאלע הסבר, על פי פשט, נישט על פי דרוש אדער סוד.
א) ס'וואוינען נישט קיין אינגעלייט אויף סקילמאן קארנער פרענקלין
ב) מ'רעדט שוין דערפון
דא
א) איך וואון נישט אין וויליאמסבורג, סאררי.
ב) שמעלץ עס צאם.
זר זהבמיינסט אין "וויליאמסבורג" נישט "ברוקלין"
די בארא פארקע אינגעלייט זענען נישט קיין אידן?
📎 IMG-20130408-WA0019189726973.jpgשווערע טויזענטע ערווארטעט צום מעמד קידוש השם אויסצושרייען דעם וויי געשריי אויף דעם וואס איינע פון די ערשטע בייקס סטאנציעס וואס די שטאטישע באאמטע פלאנען אהערצושטעלן איז בפלטרן של מלך אינעם נייעם הארץ פון וומס"ב אויף Myrtle-Franklin Ave שוין ווייטער רייצט זיך דער רשע בלאממבערג שר"י....
📎 IMG_20130408_175612-326474840.jpg
דאס זעהט אויס ווי צוויי באזונדערע פלעצער, איז דאס ביידע אין ווימס?
ווער וויל א רייד?

איך חלש שוין זיך איינשרייבן און אנהייבן נוצען אזא בייק.
ווייסט איינער אויב עס איז שוין דא אין וומסב"ג אדער בארא פארק?
די פון מערטעל קען מען שוין נוצען? ווייסט איינער?
געלויבט זאלן זיין די באערדע וואס האבן ערלעדיגט און צוגעשטעלט די בייקס פראדזשעקט אין נו יארק און בפרט אין וויליאמסבורג!
איך ווארט שוין צו זעהן ווי די איידעלע יונגעלייט זיצן אויף די צוויי רעדעלדיגע (מיט די הוט און רעקל) און אראפשפרייזן בעדפארד און ליע עוועניא מיט פולן פראכט, און פראנט פון פאפא ביהמ"ד און ראדני זאלן זיין סטעישאנ'ס... און מיט דעם שפארן טויזענטער יודישע דאלארן פאר קארס, געז, קאר סערוויסעס.
און אויך שפארן טראפיק, קאר פייפערייען, און שווארצע פעינט צו איבערפארבן די ווייסע בייק לעינס.
לכאו' אלץ אכשר דרא דרייווט מען נישט קיין בייקס
עס איז געווען א שאלה אינדערהיים, אויף א שוחט וואס האט געדרייווט א בייק, מחמת חחש חימום, און איך מיין מען האט מעביר געווען דעם שוחט.
היינט איז דא א חשש חימום ווען מען גייט צופיס.
בפרט מיט די רבינו תם'ס.המ"י.
וויליאמסבורג. איז א שטאט וואס ווייניג פארשטייען אירע פרינציפן און געזעצן, צו די א ג פיהרער פון וומס״ב ווייסן די טעמי המנהגים? גלייב איך שווער. יעצט בנוגע די בייקס, איז די מעשה זייער אומפארשטענדליך, פארוואס? ווייל אויף יעדן ענין, מחאה, פירצה, איז דא מענטשן וואס פייפן דערויף, און לכאו׳ וואלט די בייקס געדארפט שוין דורכגעבראכן ווערן יארן צוריק. אז מענטשן קענען פייפן אויפן כינוס כלל ישראל, וואס די אינטערנעט פראבלעמען פארשטייען מענטשן פון מאנסי, אנטווערפן, לאנדאן אויך, קען מען זיך דאך אוודאי ארויפזעצן אויפן בייק און פעדלען. מציאות׳דיג איז שווער צו גלייבן אז מענטשן האלטן אז די בייק קען שטערן יהדות אלץ דעם וואס מ׳קען מיט איר גרינג אנקומען ממקום למקום, ווייל אין פאקט מיין איך באנוצט מען זיך אין אנטווערפן מיטן בייק די מערסטע אין פראצענטעדזש, אפי׳ קינדער און בחורים פארן פון און צו די מוסדות דערמיט טעגליך, און זיי קוקן מיר אויס צו זיין די מערסטע דומע און פארמאכטע יונגווארג וואס אונז פארמאג מיר (במחילת כבודם - אבער אזוי שמועסט מען). איך קען א יונגערמאן וואס קומט פון וומס״ב און האט זיך געצויגן קיין לאנדאן, און ער מאכט קראנק די ב״ב און די קינדער אז די קינדער זאלן נישט פארן מיטן שייגעץ בייק ברחובה של עיר, און פרעג אים פארוואס... ער קוקט דיר אן ווי די ווילסט פאר זיינע יונגלעך פלעכטן די האר ווי די שחורים. אבער סאיז נאך מער אומפארשטענדליך ווען אין דעם שכינות׳דיגן מאנסי סייקלט מען הין און הער מיט בייקס, און אין ווילי איז עס נאך אלץ פון די דריי ערגסטע (שלש שבועות), למשל פארוואס זאלן זיך נישט די יונגעלייט פון 66 פען סט ארויפזעצן אויף בייקס אזוי ווי נארמאלע מענטשן, און אראפרעדלען לי עוועניו לדאבון לב קלאר און צימערמאן? איז דא עפעס א קלארערער הסבר? האט דאס דער רבי זי״ע דאס איינגעקלאמערט אינעם זעלבן פאראגראף ווי דעם עירוב? איך מיין מ׳זאל עפענען א בייק געשעפט אויף לי עוו און טאקע שוין דעם ל״ג בעומר!
www.vosizneias.com/128657/2013/04/19/new-york-ny-over-5000-register-for-bike-sharing-program/פאר 95$ א יאר ביליגער ווי א סעט ד' מינים קען מען ווערן א מעמבער.
מעמבערס קענען נעמען א בייק פאר 45 מיניטס בחינם.
מעיאר בלומבערג רעדט זיך נעבעך איין אז ער פראסקעט אונז מיטן אויפשטעלן די סטאנציעס אין אונזער געגענט א שטייגער ווי מבפ אונזערע
עסקנים האבן אים סוקסעספול איינגערעדט אז דאס איז איינע פון אונזערע סאמע יסודות הדת.
סוואלט נישט געווען שלעכט אויב אונזערע עסקנים מאכן אים טראכטן די זעלבע אויף דאטשיקלעך,המודיע, טייטס נישט פון די טייטעל פירמע,באנדדענעס.
ווילאנג די עסקנים מאכן דעם קאץ היטן אונזער (פאלשער) מילעך ווערט דא אן עולם התיקון ...
אגב האב איך געטראכט: אויב על קאידא האט ווען שכל בלאזן זיי אויס עטליכע שטאטישע ברוינע טוי טראקס וואלטן זיי געשאסן צוויי פייגל מיט איין באמבע אין זיך איין געקויפט פיל סימפאטיע ביי ניו יארקער.
Re: לאמיר פארן מיט בייקס...
<a class="postlink" href="http://www.atlasobscura.com/articles/trucks-have-been-blocking-bike-lanes-in-new-york-city-since-1899">http://www.atlasobscura.com/articles/tr ... since-1899</a>