☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעיקינג: עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע

ברעיקינג: עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10297

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 3:58 am

· #325977
ברעיקינג: עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
אין די לעצטיגע מינוטן קומען אריין נייעס פון די אייראפעישע יוניאן הויפט שטאט ברוסלס, צוויי שטארקע עקספלאושנס האט אויפגעפלאצט אין די עירפארט, מ'ווייסט נאכנישט וויפיל פארוואונדעטע און פאטאלן ס'איז דא אויף דער מאמענט.

אבער די עירפארט האט קאנפירמט אז ס'איז געוועהן צוויי עקספלאושנס אין די עירפארט און אז ס'איז דא אסאך פארוואונדעטע און איין טויט.

די גאנצע ברוסעלס עירפארט איז צוגעמאכט, זיי האבן געשריבן אויף זייער פעיסבוק און טוויטער בעטן אז קיינער זאל נישט קומען צום עירפארט און אז אלע פלייטס איז געקענסעלט.

קיינער האט דערווייל נישט געקלעימט קיין ריספאונסעבעלטי און ס'איז אומזיכער אויב ס'איז א טעראריסטישע אקט דערווייל.

Sky News ווידעא פון די עירפארט בילדינג נאך די אטאקע
http://news.sky.com/story/1664446/passe ... ls-airport

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 4:00 am

· #325978
א פרומער איד האט גענומען די קליפ מיט זיין סעלפאן ווי אלע מענטשן לויפן ארויס פון די בילדינג גלייך נאך די אטאקע! און ס'איז ארויף אויף די נייעס- מ'קען הערן ביי די ענד פון די קליפ ווי ער זאגט אין א היימישע אידיש: "לאמיר גיין, קען זיין ס'וועט קומען נאך א באמבע"..! הערט!
http://www.telegraph.co.uk/news/worldne ... lding.html

http://youtu.be/dzI111n0-D8

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 4:11 am

· #325979
ס'קומט יעצט אריין אין די נייעס אז עדות האבן געהערט שרייען אין אראביש "אללה עכבר" און אפאר שיסן פון א גאן און דערנאך איז געקומען די צוויי שטארקע עקספלאושנס. ס'קומט פיר טעג נאכדעם וואס בעלגיע האט ארעסטירט איינע פון די הויפטן פון די פאריזער טעראריסטישע אטאקע.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 4:27 am

· #325980
רעפארטס קומען אריין אז מ'האט געהערט נאך עקספלאושנס אין דאונטאן ברוסעלס! שומו שמים! שרעקליך! כ'האף מ'וועט נישט דארפן טוישן די קעפל פון די אשכול צו בעלגיע'ס 9/11 ח"ו.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 4:50 am

· #325981
Brussels under attack: Many dead after explosions at airport and on Metro

http://metro.co.uk/2016/03/22/two-loud- ... t-5766899/

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 4:55 am

· #325982
א ווידעא נאך די אטאקע אין די ברוסעלס עירעפארט
http://youtu.be/dzI111n0-D8

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 5:04 am

· #325983
CNN באריכט יעצט אז ס׳איז געוועהן נאך א עקספלאושען אין די טרעין סטעישאן ה״י.
Two explosions at Brussels airport, 1 at subway station; reports of several killed

http://www.cnn.com/2016/03/22/europe/br ... xplosions/

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 5:10 am

· #325984
NPR קאנפירמט יעצט אז די בעלגיע אויטאריטיס זאגן אז דערווייל איז דא דרייצן טויטע און 35 פארוואונדערטע רח״ל אין צוויי באזונדערע אטאקעס אין ברוסעלס, איינס אין די מעטרא טרעין סטעישאן ממש הארט נעבן די הויפטקוואטיר פון די ״אייראפישע יוניאון״ און לכאורה וועט די נומבערס פון די פאטאלן און פארוואונדערטע ארויפגיין.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 5:16 am

· #325985
דער שפיגל באריכט יעצט:
Brussels metro explosion: Terror attack fears across city as third blast heard at Maalbeek station
http://www.mirror.co.uk/news/world-news ... ck-7605211

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 5:35 am

· #325986
אלע ברוסעלס פובליק טראנספארטאציע איז געווארן עוואקירט. און בעלגיע איז אויף היי אלערט! אמבולאנסן, פאליציי און מיליטער איז אין אלע זייטן! ס'איז דא באריכטן פון אפאר ארעסטירטע, דערווייל אן קיין אינפארמאציע! די גאנצע שטאט קוקט אויס ווי אין קריגס צייטן! שרעקליך!

אלע עירפארט'ס אין אייראפע האבן גערופן פאר די העכסטע סעקיורטי לעוועל. בריטיש פריים מיניסטער גייט אין אפאר מינוט אדרעסירן די מאסן אויף טעלעוויזיע.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 5:46 am

· #325987
17 טויטע רח״ל
17 dead, dozens wounded in 2 blasts at Brussels airport - reports
https://www.google.com/amp/s/www.rt.com ... nt=safari#

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 6:24 am

· #325988
Explosions Rock Multiple Sites in Brussels
http://abcnews.go.com/International/exp ... d=37832022

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 6:39 am

· #325991
די צאל טויטע ארויף צו 21 רח״ל

Brussels explosions: At least 21 killed in terrorist attacks on Zaventem airport and Metro system

http://www.telegraph.co.uk/news/worldne ... dates.html

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 22, 2016 6:41 am

· #325993
23

📎 2016-03-22 06.39.24.jpg

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 7:12 am

· #325997
:The guardian
?Brussels attack: were they revenge for Abdeslam's arrest
http://www.theguardian.com/world/2016/m ... -act-local

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 7:16 am

· #325998
דער שפיגל באריכט 28 טויטע דערווייל.

Brussels suicide terror attacks: Live updates as at least 28 dead in airport and metro explosions
http://www.mirror.co.uk/news/world-news ... ro-7605060

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 7:19 am

· #325999
:BBC
Brussels explosions: Many dead in airport and metro terror attacks
http://www.bbc.com/news/world-europe-35869254

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 7:53 am

· #326000
Brussels on lockdown after deadly blasts rock airport, subway

http://www.usatoday.com/story/news/worl ... /82107254/

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 7:54 am

· #326001
באריכטן זאגן אז ס׳איז דא בערך 100 פארוואונדערטע און 30 טויטע ה״י

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 7:57 am

· #326002
Brussels Airport and Metro Explosions: Suicide Attacker Suspected
http://www.nbcnews.com/storyline/brusse ... 16-n543086

נעגעל וואסער » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:04 am

· #326003
Re: ברעיקינג:עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
אויף די קליפ זעהט מען אין די ערשטע פאר סעקונדעס, א היימישע יוד לויפן. יודע דבר זאגן אז ער הייסט רוזענבערג און איז ארויס מיט נסי נסים. יישר כוח הרב טינחעס ( אזוי שטייט אויף בי. בי. סי. מסתם אידאס פנחס ) קופערשטיין פארן כאפן די קליפ מיט מסירת נפש..

גר ותושב » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:16 am

· #326006
Re: ברעיקינג:עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
📎 uploadfromtaptalk1458648939629.jpg📎 uploadfromtaptalk1458648926879.jpg📎 uploadfromtaptalk1458648917405.jpg

גר ותושב » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:44 am

· #326007
Re: ברעיקינג:עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
די פליגערס אויפן וועיג צום אירפורט דרייען זיך אין די ליפט מען לאזט נישט לענדן
📎 uploadfromtaptalk1458650692618.jpg

גר ותושב » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:50 am

· #326008
Re: ברעיקינג:עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
Trump
Do you all remember how beautiful and safe a place Brussels was. Not anymore, it is from a different world! U.S. must be vigilant and smart!

גר ותושב » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:51 am

· #326009
Re: ברעיקינג:עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
Cruz
📎 uploadfromtaptalk1458651018343.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:59 am

· #326013
Re: ברעיקינג:עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
איך האב געקלינגען מיין באבע אין אנטווערפען היינט. איך האב וויכטיג געדארפט הערען די מיינונג פון פנחס קארנפעלד וועגען די אטאקע'ס, אבער זי האט נאך נישט געהאט געהערט. די קינדער אין חדר האבען געמוזט בלייבען א גאנצע טאג, נישט אהיימגייען עסן מיטאג, כנהוג ברוב תפוצות איראפא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 9:15 am

· #326015
ק/פ
נא להתפלל לרפואת יוסף חיים יונה בן חיה שרה גיטל שנפצע בפיגוע בבריסל
בוקר
בלגיה. חסיד בעלזא נפצע קל בפיצוץ בבריסל. מנותח כעת ברגלו.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 9:41 am

· #326019
:New York Times
Brussels Attacks: What We Know and Don’t Know

http://mobile.nytimes.com/2016/03/23/wo ... oogle.com/

כוכב » דינסטאג מערץ 22, 2016 9:49 am

· #326020
שכויעח שבת אחים, אונזער נאכט וועכטער, פאר די מינוט צו מינוט באריכטן. א דאנק.

סמבטיון » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:19 am

· #326036
יעצט גערעד מיט מיין פעטער פון אנטווערפן, ער זאגט מיר אז אין עירפארט אפאר מייל אוועק איז געוועהן צוויי גרויסע משפחות וואס זענען אהיים געפארן פון א חתונה, נאך פוהל מיט יודען האבן זיך געדרייט אין די געגנט, ממש ניסים, 2 בעלזע יונגעלייט זענען לייכט פארוואונדעד געווארן, מען בעט דער עולם זאל מתפלל זיין פאר די אויבען דערמאנטע נעמען.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:37 am

· #326040
בין איך די איינציגסטע וואס האט נישט משפחה אין אנטוורפן?

מור וקציעה » דינסטאג מערץ 22, 2016 12:08 pm

· #326043
כוכב
שכויעח שבת אחים, אונזער נאכט וועכטער, פאר די מינוט צו מינוט באריכטן. א דאנק.

@שבת א גרויסען דאנק פאר דיינע באריכטען,

אבער די כסדר'דיגע אטאקעס פון דע רעליזשען אוו פּיעס איז די איינציגסטע זאך וואס שטופט מיר אוועק פון בערני סאנדערס וואס רעדט פון טעראר כאילו ס'איז עפעס א גאר מינדערוויכטיגע פראבלעם, און אז מוועט נאר קער נעמען פון גלאובעל ווארעמונג [א גאר וויכטיגע טעמה כשלעצמה] און פארהאנדלען מיט איראן וועט שוין טעראר ממילא אוועקגיין פון זיך אליינס, איז למורת רוחי וועל איך מוזן וואוטען פאר מרת קלינטון,

#סעקיוריטי קאמס פירסט

קאצקע ציקער » דינסטאג מערץ 22, 2016 12:50 pm

· #326052
שטילע אינגערמאן
בין איך די איינציגסטע וואס האט נישט משפחה אין אנטוורפן?

דו דערמאנסט מיר פון בען קארסאן ביים דיבעיט.
Can anybody attack me please....

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 1:07 pm

· #326058
מור וקציעה
כוכב
שכויעח שבת אחים, אונזער נאכט וועכטער, פאר די מינוט צו מינוט באריכטן. א דאנק.

@שבת א גרויסען דאנק פאר דיינע באריכטען,

אבער די כסדר'דיגע אטאקעס פון דע רעליזשען אוו פּיעס איז די איינציגסטע זאך וואס שטופט מיר אוועק פון בערני סאנדערס וואס רעדט פון טעראר כאילו ס'איז עפעס א גאר מינדערוויכטיגע פראבלעם, און אז מוועט נאר קער נעמען פון גלאובעל ווארעמונג [א גאר וויכטיגע טעמה כשלעצמה] און פארהאנדלען מיט איראן וועט שוין טעראר ממילא אוועקגיין פון זיך אליינס, איז למורת רוחי וועל איך מוזן וואוטען פאר מרת קלינטון,

#סעקיוריטי קאמס פירסט

פון וואנעט ווייסטו ווער ס׳גייט זיין בעסער פאר סעקיורטי? אנטשולדיגט! איך טראסט אסאך מעהר סענדארס מיט אויסערן פאליטיק ווי קלינטאן, און איך קען דיר געבן אפאר אנגעבליכע גיטע סיבות דערפאר אבער איך בין יעצט אינטערוועגענס, מוועמיר ממשיך זיין שפעטער

הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 22, 2016 5:30 pm

· #326105
איך האב אויך נישט קיין משפחה אין אנטווערפען, אבער איך האב באקאנטע וועלכע זענען געווען דארט אויף א משפחה חתונה און זענען שוין געווען לעבן דעם עירפארט אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק אבער האבן זיך געמוזט אויסדרייען און נישט געקענט אהיים קומען. די לעצטע באריכט האב איך געהערט אפאר שעה צוריק (בערך 1 נאכמיטאג) אז זיי זענען נאך סטאק דארטן און זוכן נאך עפעס א וועג אנצוקומען קיין ניו יארק אויף פורים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 22, 2016 6:17 pm

· #326116
בין איך דער איינציגסטע וואס האט נישט קיין משפחה אין ב.פ.\פלעטבוש\וומסב"ג?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 22, 2016 6:28 pm

· #326119
Re: ברעיקינג: עקספלאושנס און באמבעדירונג אין ברוסעלס בעלגיע
קען זיין.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

גיבור » פרייטאג מערץ 25, 2016 10:52 am

· #326337
איינער ווייסט אפשר די מצב מיט די צוויי פארוואונדעטע פרומע יונגעלייט,
איך הער אז די מצב איז נישט אזוי גוט, איינער איז אויף א רעספערעיטער און שלאפט שוין אפאר טעג, עס איז אריינגעפלויגן ממש נעבן זיין הארץ שטיקלעך פון די אויפרייס און ער איז אויפגעבלאזן פון אריינאטעמען צופיל רויעך און די צווייטע איז נאך אויך אין שפיטאל,
איינער האט אפשר מער דעטאלן ?

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג מערץ 25, 2016 1:52 pm

· #326353
יא יא מנחם מענדל בן טויבא
דארף גאר גרויס רחמי שמים איז נעכטן ערגער געווארן זיין מצב דער ציבור ווערט טאקע געבעטן איין צו רייסן
עס איז גארנישט אזוי פשוט
ער איז פין פצוע קל געווארן פצוע אנוש זייער א סכנה'דיגע מצב

מור וקציעה » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:22 pm

· #326730
די צאל פון אומשילדיגע ציווילע טויטע איז נעכטען ליידער געשטיגען צו 35

פון די אנדערע זייט הערט מען פאזאטיווע באריכטן איבער מנחם מנדל בן טויבא וואס איז שוין אראפגעקומען פונעם רעספערעיטאר און האט שוין גערעדט מיט זיין מאמע ב''ה, כן יעזור ה' הלאה

התופת בבריסל: הוסרה ההנשמה מהאברך הפצוע
בשורות טובות: התאוששות במצבו של האברך הבעלזאי שנפצע קשה בפיגוע בבריסל • הוא התעורר ומתקשר עם הסובב
משה ויסברג יום שלישי י"ט אדר ב תשע"ו 18:51 29/03/2016

בשורות טובות מבלגיה: האברך הרב מנחם מנדל בן טויבא, שנפצע בפיגוע התופת בשדה התעופה בבריסל התעורר, והורדה ממנו ההנשמה וההרדמה.

האברך גם החל לשוחח עם אמו הנמצאת לידו, ובחסדי שמים ניכר שיפור במצבו.

העסקן מוטי פריד יו"ר ארגון 'סעד ומרפא' שטס בשליחות מוסדות בעלזא לבקרו, נמצא לידו בבית החולים מאז יום ראשון האחרון ודואג לכל הצרכים הרפואיים. פריד מסר כי מדובר בשיפור משמעותי במצבו.

בני המשפחה מקווים כי בהמשך השבוע הוא יוטס לארץ להמשך טיפול רפואי.

האברך השני יוסף חיים יונה בן חיה שרה גיטל סובל מפציעות ברגלו, והוא מאושפז בבית החולים.
http://www.bhol.co.il/99586/%D7%94%D7%AA%D7%95%D7%A4%D7%AA-%D7%91%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%A1%D7%9C-%D7%94%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%9A-%D7%94%D7%AA%D7%A2%D7%95%D7%A8%D7%A8-.html

סמבטיון » מיטוואך מערץ 30, 2016 12:30 pm

· #326962
איינער האט מיר דערציילט, אז ווינטערניץ דער צוויטער יונגערמאן וואס איז נפגע געווארן דארט האט אים געזאגט, אז ווען ער זאל דערציילן די פארנאכלעסיקייט וואס האט געהערשט אין די פאר שעה וואס ער איז געליגן צווישן די ברוכווארג, וואלט די וועלט אויפגערידערט געווארן, סעהאט זיך געגאסן פון אים בליט און פון אנדערע, די אנטווערפענע הצלה איז געשטאנען אינדרויסן פונעם עירפארט און זיך געבעטן אריין צו גיין, און די בעלגישע פערדן האב געשפילט ביאקראטיע, סבליט איז אים כמעט אויסגערינען ביז מען האט אריינגעלאזט הילף, פארקאש דער וואס איז מער ערענסט נפגע געווארן איז געליגן אינטער א שווערע אייזענע טויער פאר אפאר שעה!, סיז עפעס נישט צום באגרייפן די באכלעפטישקייט פון די רעגירונג דארט.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מערץ 30, 2016 2:21 pm

· #326986
נו ער מוז טאקע פארציילן פאר די גאנצע וועלט זאל דער וועלט אויפרידערן
עס איז ממש נישט נארמאל נישט נארמאל

דער המלצה בעלגישע פערדן איז נישט גענוג