☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פורים מיט פראדיקטבל ברילן

פורים מיט פראדיקטבל ברילן

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10291

פליקער » זונטאג מערץ 20, 2016 6:55 pm

· #325764
פורים מיט פראדיקטבל ברילן
פורים מיט פראדיקטבל ברילן

ווי אלע ווייסן שוין איז די יום טוב פורים מיינס א פעווערעד, איך גלייך זייער דעם יום טוב מחמת א צאל סיבות, עטליכע זענען באוויסט, פשוט ווייל מען עסט און מען טרינקט און מען לאזט זיך וואויל גיין, איך גלייך זייער די אלע פארשטעלעכצער, אויך די געלט טיילעכץ ווי אלע אלמנות יתומים און אלע חתונות ווערן אויפגעראכטן, בקיצור ווען א גאנץ יאר איז וועין פורים, וואלט זיכער געוועין גיט, מנהסתם ווען משיח קומט וועט זיין פורים א גאנץ יאר.

עס קומט מנחה צייט ווען מען ברויך גיין אין שיל מנחה מיט מגילה, דער ערשטער געשלעג הייבט זיך אן ווען מיין קליינע קען נישט געפינען זיין גאן, ער נעמט ווארפן זיין טאנטראם, מאכט יעלות, עס העלפט נישט מיין געבעיט, איך וויין צונעם אז איך פאסט, איך בעט זיך ביי אים ער זאל מיך שניידן לויז, איצט איינמאל מיך נישט אויפרעיגן, ער וויל נישט גארנישט וויסן, אבער די גאנצע צייט באמערק איך נישט ווי מיין אנדערע זין, איז פארשמירט, ער האט געשפריצט ספרעי פעינט אויף זיין האר ווייל מען זאל אים נישט דערקענען, איך כאפ מיינע זאכן און שריי אויס מען גייט, אבער ער זאגט אז מען גייט אים דערקענען, איך פרעיג ווער ער איז ווייל איך דערקען אים נישט, אבער עס גייט קוים, איך מיז שווערן מיטן שם המפורש אז המן אליין האט נישט אזוי המן'דיג אויסגעזעין ווי ער.

איך וויל שוין אהיים נאכן אויסקלאפן המן ווי עס ברויך צי זיין, שוין נישט דא קיין זכר פון קיין סנעפס, און איך וויל קוים עפעס אין מויל אריין, אבער מיין נעפיו שטייט שוין ביים טיר, ער האט זייער א וויכטעגע צוועק, ער נעמט זיך אינטער אז אינטער א פיפציגער גייט ער נישט אוועק, ער איז א נאטראלער נעכס פון געבורט, קיין צוויי ברירות האב איך נישט אויב וויל איך קענען אויספאסטן.

איך שטיי אלע מאל אויף בהשכמה, ווייל אזוי האט זיך מיין פאטער געפירט, איך שטיי אויף גראד ווען איך דערווערק מיך, איך בין שוין אויף ב"ה און איך נעם מיט מיין פעקל סינגל'ס מיט קוואדערס דיימס און אפילו ניקלס ווען איך קען איינעם אריין נערן, איך האב זיך גיט דערלענט דעם פאך, איך האלט א קוואדער אויבן און אינטער דעם א ניקל, איך ווייז דעם קוואדער, אבער איך מאך זיכער אז איך כאפ זיין בליק און דאן שמיר איך אריין פאכמאניש די באהאלטענע ניקל, עס שפירט גיט, ביז איין מאל איז געוועין מיין שכן'ס זין איך ער האט געגעיבן א פלינקע נעם די אנדערע ליידיגע האנט, און מיין ניקל איז נתגלה געווארן, זייט געמאלטץ בלאזט ער אויף מיר.

גלייך נאך די מגילה ווען איך בין שוין נקי מכל הייבן אן ארים קרייזן די געלע ענוועלאפן אויפגעשריבן מיט גרויסע ווערטער מתנות לאביונים בו ביום, דאן זענען שוין מיינע נערווען אויפן שוועל פון מאכן פארשידענע ווילדע באשלוסן, איך רייס אהיים שוין מיט כעס, מיינענדיג אז איך וועל קענען שטעלן מיינע נערווען ליפטערן, אבער דאס איז א גרויסע נאיווע טעות, שוין בעסער געוועין ווען איך בלייב אין שיל זיך ספראווען מיט די געלע ענוועלאפ אידן, עס הייבט זיך אן מיט די גיין צו די רביס און טיטשערס, די שכנים זאמלען זיך ציזאם, יעדער איינער מיט זיין שלאכמנה, יעדער איינער ברויך זיין ביסל עטענטשן, סווילט זיך מיר דאן איך וויל נישט זאגן וואס, מיינע פיס ווערן שטייפ פאר נערוועיזיקייט און הינגער, אבער קיין סך העלפט עס נישט, מיינע קינדער זענען שוין אויסגעפימפט צי גיין צים רבין, יעדער איינער פארשטייט זיך וואוינט אויפן אנדערן עק שטאט, יעדע רבי מיט די זעלבע זויערע וויצען, ווער איז דאס איך דערקען נישט די אינגעל, קום אהער איז דאס בערי, ניין מוישי, ניין, אה מענדי, יוש ביזטו גיט פארשטעלט, לאמיך דיר געיבן א פעקעלע, אן אנדערע ווערטער מיינט ער צי זאגן, געב אהער דיין טשעק און פיץ אפ איידער איך צייל דריי, אויב ווילסטו נישט אפשניידן ווי המן ווען ער האט געפירט מרדכי.

איך זיץ אין טרעפיק אזש אז איך וויל פארטיליגן מיין קאר, איך האב שוין ביטער חרטה אויפן גאנצען עסק דא, אבער פון נאשן די אלע שלאכמנות וואס זיצען שוין אויפ די גראסערי שעלפס זייט אינמיטן שובבים, הייבט מיין בויך אן ביטער צי רייסן, און דא פונקט אינמיטן טרעפיק מיט אלע קינדער אין קאר, הלוואי ווען איך קען בעיטן די רבי רשות צי ניצן זיין סקיסע, ווי אזוי גיי איך מאכן די וועיג אהיים, איך האב נאך אכט סטאפס.

שוין אויסגעבראכן אלעס ב"ה, מען גייט שוין באלד איבער ליינען די מגילה, מען ווארט נאך אויף עטליכע שכינות, מען האקט און מען זעצט, פונקט האט איין מאביל זיך אפגעשטעלט פארנט פון מיין פענסטער, און זינגט אויפן מייק אפילו בהסתרה, נא ני נע שרייען די פרויען, מען קען נישט הערן קיין ווארט, איך זאג ווייטער, זיי שרייען מרדכי מרדכאי, דאס הערן זיי יא, קעניינעהרע סא נייס געוועין די מגילה, געוועין אזא שיינע מעשה, איך האב אינזין דעמאלץ אלע צעין קינדער בנשימה אחת, די לעצטע מיניט זאך איך אנטיל נעקסט יער א פרייליכן פורים אויב משיח וועט נישט קומען, מען גייט שנעל עסן ווייל מען גייט שוין באלד צי באבי.

טאטי ווען געסטו מיר פורים געלט, באפאלט מיר מיין זין פונקט ווען יעדער איז דארט, קיין מאל געסטו מיר גארנישט, אקעי באלד לאמיך קודם עסן, ווען גייסטו נאך געלט, דיין רבי האט דאך געהייסן אז יעדער מיז אריין ברעינגען הינדערט פיפציג דולר, און ווער עס ברעינגט מער גייט אריין אין א גורל אויפ א פארקער פען, ניין טאטי איך האב היינט פונקט נישט קיין געדילד, געב מיר פליז די געלט, אפשר קען איך דיר ענדערש קופן די פארקער פען, ניין מיין רבי לאזט נישט, ווייל די רבי זכרונו לברכה האט באפוילן אז מען מיז זיך אויסלערנען אריין ברעינגען גרויס געלט.

נאך מיטאג פאלן אריין אפאר שכורים און דרייען איבער דאס הויז, ווער האט דיר געהייסן עפענען, איך האב געמיינט אז עס איז א מאביל, איינער טאנצט אויפן טיש, סימער גיט ווי אזוי ווער איך פטור פונעם, איך מיז אים געיבן וויין, ער מאכט זיך שיכור, ער ארבייט ביטער שווער, אבער ער שפייט און ברעכט, איך טראסקע אים ארויס, קוים איך עפן די טיר, קומען אריין פיר אנדערע עכטע שכורים, עס איז מיר ביטער אינטערן צינג.

אלע שנארערס הערן נישט אויפ צי קלאפן אויפ מיין טיר, ווייל מיין שכן איז אמאל שיעור נישט געוועין א עושר, און געוועין אויף א ליסטע, ער קען ניטאמאל שבת מאכן אן אויפשרייבן, אבער פורים טיילט ער גרויס געלט, ני אז מען שטייט שוין ביי מיין טיר, פארוואס דען נישט אריין באכענען צי מיר, פארוואס עפעס איבערהיפן, עס איז דרך נישט פסח, אזוי האקט כל היום ההוא וכל הלילה, און עס לאזט מיר א נאך טעם ביז מען הייבט אן זאמלען פאר מעות חיטין, אה דארט מיז מען שוין געיבן טשעקס, דאס איז דאך א דאורייתא, ווייל זיי האבן דאך שוין אפילו קרעדיט קארד מאשינען.

יואב » מאנטאג מערץ 21, 2016 3:54 am

· #325855
😂 😂 אייזן גוט ר' פליקער

פליקער » מאנטאג מערץ 21, 2016 3:24 pm

· #325902
א דאנק פאר אלע לייקס, עס איז ביי מיר גאר חשוב, ספעציעל לייקס פון די גדולי שטיבלינו יעדער קען אן נעמען אז איך מיין דיך,

אבער אים גאטס ווילן בין איך אזוי בארינג, אז חוץ א שמייכעלע גארנישט, איז דאס נאר געוועין אזא רחמנות לייק, ווי אקעי לאמיך אים שוין לייקן דעם נעבעך דארט, איי מין קאם אן, איינער זאל זאגן א ווארט איידער עס איז צי שפעיט, אלע קינדערלעך וועלן דאך איינשלאפן.

אולי איז יעדער העפי מיט פורים, יעדער איז מסכים אז ימי הפורים לא בטלים, אפשר בין איך ראנג.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 21, 2016 3:33 pm

· #325904
@פליקער, א עצה טובה קען איך דיר געבן, נעם דיינע קינדער צו די מלמדים און טיטשער'ס אין תענית אסתר פארשטעלטערהייט און וועסט פטור ווערן פון די ביטערע טרעפיק אין פורים, וכך עשיתי ונושעתי.

גנדי » מאנטאג מערץ 21, 2016 3:58 pm

· #325908
פליקער. איך באלעק מיר מיט דיינע שרייבעכצער (מיט די גרייזען) ווי די כאלאפצעס ביי די מומע פורים...

איך גראדע האב זייער ליעב די טרעפיק פורים. אזוי ENJOY איך פורים אויף די גאס פון מיין באקוועמע מיניווען.

ווען איך ווער באורד, רוף איך צו א בחור'ל זאל מיר זאגן א תורה פאר מיין פארשטיקענע טאלער. אויב איז די תורה צו קורץ און די טרעפיק רוקט זיך נאך נישט דריי איך אים א קאפ כאילו איך בין שיכור....

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 21, 2016 4:00 pm

· #325909
מיין ליבער פליקער, אסאך מאל זאגסטו אלעס וואס איך האב אויפן הארצן, ממש איך שפיר זיך אויסגעליידיגט, אלע מיינע ווייטאגן האסטו אויסגשפיגן בטוב טעם ודעת, ואין לי מה להוסיף. וכל המוסיף אינו אלא גורע...
אבער כ'מוז דיר זאגן אז די ארטיקל האט מיר געקאסט איין געלעכטער נאכן צווייטן, און ווען דער נאר איז נישט מיינער וואלט איך נאך מער געלאכט, עס איז אזא צחוק מכאיב, א ווייטאגליכע געלעכטער.

מען נעמט די מצוות היום אוט-אף-פראפארשען, די געלט געגייעכץ איז א אפקומעניש, די פארשטעלעכץ פאר די קינדער איז א פעין אין דע וויזוהייסטעס זינט פורים קטן, די המן געקלאפעריי מאכט טויב די מענטשהייט און שטינקט אן ממצרים ועד הנה, די שאלעך מנות מאכט אן א טרעפיק פון הודו ביז כוש, דאס געטרינקעכץ איז געווארן א אנשיקעניש פון הייליגע שיכורים וואס שטעכן אריין זייערע שטינקעדיגע שנאוצען אין דיין האלז וויינענדיג אז זיי האבן דיר ליב, ואין לו לוויליבאג אלא ד' אמות של ברעכאכץ, נאך א מזל מיר האבן די מאביל'ס מיט די בחורים וואס שפילט מוזיק, און דאס וויל מען שוין אויך אסר'ן, היל"ת, דאס ביסעלע שמחה פון מיכאל שניצלערס קאסעטן וויל מען אויך מבטל זיין, יאבדו אלף כמותם ואל ייבטל מאביל אחת, כמ"ש וימי הפורים לא יהיו נבטלין לעולם,

אבער קענסט זאגן וואס דו ווילסט, עס לוינט זיך אלעס פאר די המן טאש, און דאס גלעזעלע וויין צו ווערן אביסעלע בגילופין...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 21, 2016 5:32 pm

· #325923
און מ'האט שוין געפראוועט דער פורים, עכ"פ בקריאה האט מען יוצא געווען מיט'ן דורכליינען די פערל ווערטער פון @פליקער.

קיין עצה האב איך נישט, נאר א פאר בקשות. יעצט וואס חסידים רוקען זיך אריין אין לעיקוואוד בעט איך ענק. ברענגט'ס נישט די מאבילען קיין לעיקוואוד! מיר דארפען זיי נישט, און מ'עט זיי ארויסווארפען! די לעיקוואודער בחורים האבען לימא'ס אן מוזיק וכדו' און אזוי דרייט מען זיך, און אויך נישט צו פיל. רוב בחורים דינגען א קליינעם באס מיט א גויישע דרייווער און פערטיג.

דאס טרעפיק שטייגט פון יאר צו יאר טאקע, אבער מ'קען נאך טרעפען קונצען זיך אויסצודרייען דערפון. אבער די שניי פון פאראיאר'ן! אוי, האט עס געשטערט דעם טאג! איך האב שוין נישט געמעגט טרינקען ביים סעודה, ווייל די בני בית קען נישט דרייווען אין די שניי. א ניכטערע בין איך געבליבען א גאנצע טאג. נישט אז איך גלייך די שכרות, אבער אן טרינקען, שלעפען די שעות פון פינעפער נאכמיטאג ביז עלעפער לאנג און שווער. וויפיל קען מען עס'ן? וויפיל אנדערע שיכורים קען מען אנקוקען? וויפיל מאל קען מען סטראשען די מידע קינדער מיט'ן אוועקנעמען די נאש? מ'טרינקט א פאר בעכער'ס, מ'ווערט אביסל בגילופין, און די שעות פליסען ווי פוטער.
בעז"ה היי אר וועט זיין שיין און זוניג, איך 'על מוזען ארומשלעפען מיט די קינדער צו מלמדים מנהלים און אנדערע ממזרים, אבער נאכמיטאג בין איך פריי צו טרינקען, זויפען, כראפצען און פארגעסען, און די בני בית וועט פיהרען די קאר אהיים, און הרב זילבערשטיין קען האלטען א דרשה דערוועגען טאמער ער וויל.

פליקער » מאנטאג מערץ 21, 2016 5:34 pm

· #325925
ציקער זיס, נישט געוויסט אז און ליטע ברויך מען זיך זעיגענען מיט מנהלים און מיט זייערע מזמרים, מען ברויך דאס האךטן פאר א סוד, ווייל חסידים כאפן יעדע שלעכטע מנהג אפילו פון די ליטע.

איך לייג דיך ארויף אלס איינע פון מיינע פעוועירעט ליטפאקעס בטעם באדאפעסט

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 21, 2016 6:16 pm

· #325930
ווער האט דערמאנט דער ווארט מזמרים?

נאך א שאלה. וועלכע אנדערע ליטוואק האב איך אראפ געבאמפט פון די ליסטע צו ווערען די פעיוואריט?

דעת תורה » מאנטאג מערץ 21, 2016 9:24 pm

· #325945
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
פליקער, וואס איז דא מוסיף צו זיין ס'איז אלעס פרעדיקטעבל

פליקער » מאנטאג מערץ 21, 2016 9:56 pm

· #325948
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער האט דערמאנט דער ווארט מזמרים?

נאך א שאלה. וועלכע אנדערע ליטוואק האב איך אראפ געבאמפט פון די ליסטע צו ווערען די פעיוואריט?

מיין געוועיזענע פרענד לעיקוואד

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 21, 2016 9:57 pm

· #325949
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
ער איז קיינמאל קיין ליטוואק נישט געווען. קוק נאך זיין בילדער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 21, 2016 10:50 pm

· #325964
איך מיין אז רויטע וואנצעס' נייע אוואטאר איז די פראדיקטעבל פורים ברילן.. און די וואנצעס גייען שטעכן פורים, רויט פון וויין...

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 22, 2016 12:05 am

· #325969
גנדי
פליקער. איך באלעק מיר מיט דיינע שרייבעכצער (מיט די גרייזען) ווי די כאלאפצעס ביי די מומע פורים...

איך גראדע האב זייער ליעב די טרעפיק פורים. אזוי ENJOY איך פורים אויף די גאס פון מיין באקוועמע מיניווען.

ווען איך ווער באורד, רוף איך צו א בחור'ל זאל מיר זאגן א תורה פאר מיין פארשטיקענע טאלער. אויב איז די תורה צו קורץ און די טרעפיק רוקט זיך נאך נישט דריי איך אים א קאפ כאילו איך בין שיכור....

גנדי: ייש"כ. נאר איך דערמאן מיך איין יאר, ווען איך בין געזיצן אין פורים'דיגן טרעפיק און די פורים קלאפערס און שנארערס, כ"י איז מיר שוין געקראכן אויף די נערוון. האביך געזאגט פאר דעם נעקסטן זיסן אידישן יונגל/בחור'ל וועלכער האט געקלאפט אויפ'ן פענצטער פון מיין קאר, כהאי לישנא אין ענגליש..."איי עם נאט איוון דזשואיש...ווהאט קיינד אף עי האלידעי דא יו דזשוס העוו...דער ערשטער אינגל האט מיר שוין כמעט געגלייבט אז איך בין א גוי. אבער די צחווייטער האטציך אנגערופן..."קוק. ער האט א קאפל... ער פאפט דיך אויס...ס'האט מיר גארנישט געהאלפן. איך האב איהם געמוזט געיבן א דאללער... 😂

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 22, 2016 10:53 am

· #326027
.

פליקער » דינסטאג מערץ 22, 2016 3:31 pm

· #326097
געוואגטער אינגעל, ביזטו געבליבן מיט פערמענאנטע דעמעדש, ווייל איך בין און איך וויל פיילן פאר ווידערגיטמאכונג, ווייל יעדע יאר ווען עס קומט די טאג ווער איך הינטיש דיפרעסט,

פליקער » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 11:44 am

· #326293
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
היי יאר איז געוועין געלע ענוועלאפען ווי פאשקעווילן אין וויליאמסבורג, ווי פראטעסטירער אין מאה שערים, איך האב זייער געשוינט איין איינזאמע ווייסע ענוועלאפ, יעדער האט אינטערגעשאצט זיין צוועק, קיינער האט אים גארנישט געגעבן, ער פארשטייט נישט פארוואס, ביז איך האב אים געפרעגט פארוואס ער איז משנה די מנהג עטיק של פראדזשעקט געלע ענוועלאפ, אויב האט ער נישט קיין געילע זאל ער שוין אויפהערן גיין פאר מתנות לאביונים בו ביום, אויב נישט ריף איך אן צימערמאן, און א קול קורא בת שלושים רבנים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 4:52 pm

· #326316
פליקער
א דאנק פאר אלע לייקס, עס איז ביי מיר גאר חשוב, ספעציעל לייקס פון די גדולי שטיבלינו יעדער קען אן נעמען אז איך מיין דיך,

אבער אים גאטס ווילן בין איך אזוי בארינג, אז חוץ א שמייכעלע גארנישט, איז דאס נאר געוועין אזא רחמנות לייק, ווי אקעי לאמיך אים שוין לייקן דעם נעבעך דארט, איי מין קאם אן, איינער זאל זאגן א ווארט איידער עס איז צי שפעיט, אלע קינדערלעך וועלן דאך איינשלאפן.

איך בין ערענסט פארשעימט, אולי איז יעדער העפי מיט פורים, יעדער איז מסכים אז ימי הפורים לא בטלים, אפשר בין איך ראנג, דאן זאג עס דא דעמיט.

פליקער: דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. דו דערמאנסט מיך א ביסל פון מיינע אייגענע איבערלעבענישן ווען מיינע קינדער זענען געווען קליין. נאר דו זאגסט עס מיט א נוסח פון ..."כל חמירא וחמיעא"...איבערגעטייטשט אויף אידיש-דייטש. אזויווי ס'שטייט אין די אלטע הגדות...!
דאס אלעס דערמאנט מיך פון די ערב פסח-טעג. וואלסטו שוין געמעגט פארציילן פון דיינע איבערלעבענישן פון די פאר-פסח טעג מיט די פראדיקטאבל בריללן, וואס ס'האטציך אלץ אפגעטון מיט די קליענינג און רייניגונג צערעמאניעס און איבערקערענישן און די מאמע'ס אויפרעגענישן פון .."דא שטיי נישט. דא זיץ נישט. וואס. דא עסטו"...ארומיאגענישן, ביז ווען מ'זעצט זיך אראפ צום סיידער... 😂

פליקער » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 5:20 pm

· #326318
Re: פורים מיט פראדיקטבל ברילן
די להצרה בשמאטע,