☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איה? הנה!

איה? הנה!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10276

מפוזרי » מיטוואך מערץ 16, 2016 10:47 am

· #325266
איה? הנה!
ווילסט מיר געפינען? זוך דארט וואו איך געפין זיך,
גערסט באווייזן? זע ווי איך באווייז מיר!
זע די צייכענעס, פארצייכן זיי, דו אפצייכענער.
איך בין נישט באהאלטן, נאר איגנארירט,
איך מאך, ווי איך מאך זיך נישט וויסנדיג,
באמערק, ווי אומבאמערקט, לאז איך זיך באמערקן.
ביי די פרעמדע, האב איך מיר באקאנט געמאכט,
אבער ביי די אייגענע, די באקאנטע, געבליבן אומבאקאנט.
איך פארטרוי דיר, געטרוי מיר, איך וועל ערקלערן,
ענטפער נישט, פארענטפער נישט, טו מיר נאר אויסהערן.
זעהסט מיט פארמאכטע אויגן, בלינק, כאפ דעם ווינק,
פארשטאפ נישט די גרוב וואס איך האב דיר געגראבן.
די אויגן, פאראינטרעסירטע, פאראויס זיי קוקן,
קיין בליק צו מיר, נאר אן אויס-געדרייטער רוקן.
זוכסט מיר? איך בין צום טרעפן!
דארפסט מיר אויפזוכן, נישט אויסטרעפן.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 16, 2016 1:02 pm

· #325282
מתוק ועמוק.

מפוזרי » מיטוואך מערץ 16, 2016 4:37 pm

· #325310
Re: איה? הנה!
בעקבות איומי הסגירה בין איך אריבער מיינע פאלדערס און געטראפן אן אלטער דרעפט אוועקגעלייגט לעת מצוא, ואמרתי אם לא עכשיו אימתי.