דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #10270
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10270
שוין אפאר מאל געטראכט שטיל דאס זעלבע.
עס מאכט נישט קיין סענס אז "יעדע מאל" האט מען געפעסט און אנגעקומען צום ציהל. נאך קיינמאל נישט צוריקגעגעבן א דאלער.
אולי לייגט איינער אריין געלט טעמפארערי כדי צו דערגרייכן דעם באשטימטן סכום און נעמט עס שפעטער צוריק ארויס אונטערן טיש?
דאס טריפלען און קוואדראפלען ריזיגע סכומים יעדן מאנטאג און דאנערשטאג לייגט זיך אויך שווער אויפן שכל.
עס איז געוען מיט די טשערידי מייסדים אן אינטערוויאו אין דער מאמענט לעצטנס, זיי קוקן אויס ווי לעגיטימע חברה (ווי אזוי ווייס איך? כ'ווייס טאקע נישט, ס'האט געסאונדט אזוי),
מען דארף הערן פון אפאר אינסיידערס צו מען באקומט טאקע די סכומים וואס עס באווייזט זיך, אדער עס איז סתם הוילע לופט און מען שפילט זיך ארום מיט אונז....

קלאר מאניפולירט, ביודעי ומכירי.
ווער עס גלייבט טאקע אז אלעס איז דארט דברים כהוויתן איז א נער, זיי האבן נאך נישט געהאט קיין איין קאמפיין וואס איז דורכגעפאלן, והלא דבר הוא.

ס'איז בכלל א געפערליכע זאך אין אונזער קאמיוניטי אז ס'איז נישטא קיין שום סטראסבארע קערפערשאפט / ארגענעזאציע וואס מען קען זיך רואיג פארלאזן. נעם לדוגמא טע"ג, קיינער ווייסט נישט פונקליך וואס זיי טוען מיט זייער אינפארמאציע
טשארידי איז א גויישע ארגאניזאציע, די פראבלעם האט גארנישט מיט 'אונזער' געזעלשאפט.
לדעתי, נאך אזויפיל שקרים און דרייקאפעריי, ישועות און הבטחות, וואלט מען געמעגט שוין וויסען וואס אלס מיינט. צדקה מיינט לייגען א האנט אין טאש און געבען פאר אן ארימאן. ב"ה ס'פעלט נישט אזעלכע און ממילא די קלענסטע חשש קען מען נעמען יענער דאללאר און געבען פאר די וודאי ארנטליכע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסטטשארידי איז א גויישע ארגאניזאציע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פארוואס זאגסטו אזוי? איך מיין די בעל הבתים האבן געהאט א אינטערוויו אין לאנט"ש ברעי"ק אין די עמ"י מאגאזין זיי זענען ליבאוויטשע פון קראו"ן הייט"ס
קען זיין די האסט דאס געשריבן פשוט אלץ א פאנאוויטשע תלמיד 😂
אויב איינער האט עס געגלייבט איז ער א נאר פון די ערשטע מינוט, אבער דער פאנאוויטשער רב האט שוין געזאגט אז פאר א יעדן דאלאר וואס ער האט געשנארט האט ער געדארפט זאגן כאטש איין ליגענט. (ער האט געמיינט גזמאות)
איז אפילו עס איז איבערגעבלאזן ברענגט עס גוטע קאוורעדש פאר די ארגאניזאציעס.

איך האב נישט זוכה געווען צו לערנען אין פאנאוויעזש, איך האב געמוזט מוותר זיין צו גייען אין בריסק.
בכל אופן איז עס נישט קיין אידישע ארגאניזאציע. ס'האט מעגליך פרומע אייגענטומער, אבער ס'איז געווידמעט צום גאס און קיין היימישע טענות פאסען נישט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בכל אופן איז עס נישט קיין אידישע ארגאניזאציע. ס'האט מעגליך פרומע אייגענטומער, אבער ס'איז געווידמעט צום גאס און קיין היימישע טענות פאסען נישט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
טשערעדי זאגט אז זיי דארפן זעהן די לעגיטימע טשעקס פון די מעטשערס, און די אלע געלטער וואס די איבריגע עולם גיט, גייט דורך א קרעדיט קארד, אויב איינער נארט דא אויס איינעם איז עס די ארגאנאזאציע וואס מאכט די קאמפיין.
טשערעדי טענה'עט אן קיין שטארקע פרוף אז דא איז דא א שווינדל, קענען זיי נישט צוריקהאלטן די געלט.

טשערעדי איז א בריליאנט איידיע זיי נעמען אוועק די שרעקליכע העדעק פון ארגאניזירן א געלט מסיבה און זיי שארן אריין גראב געלט פארן מוסד, סאיז סאך גרינגער צו שנארן צוואנציגערס פון מענטשן ווען זיי זיצן באקוועם אין זייער אפיס מיטן קרעדיט קארטל און באקאנטע שיקן אים אפאר וואטסעפ מעסעדשעס, כהאף נאר סוועט באשאפן ווערן נאך אזעלעכע ווייל דער עולם איז נישט עפעס מוראדיג צופרידן פון דעם ליבאוויטשער
די סיבה פארוואס זיי זענען אלעמאל מצליח איז טאקע ווייל זיי נעמן נישט אן קיין אקציע נאר אויב זיי זענען ערענסט איבערצייגט אז מען גייט מצליח זיין אויב נישט שיקט ער דיך צו גא פאנד מי.

shem-tovטשערעדי איז א בריליאנט איידיע זיי נעמען אוועק די שרעקליכע העדעק פון ארגאניזירן א געלט מסיבה און זיי שארן אריין גראב געלט פארן מוסד, סאיז סאך גרינגער צו שנארן צוואנציגערס פון מענטשן ווען זיי זיצן באקוועם אין זייער אפיס מיטן קרעדיט קארטל און באקאנטע שיקן אים אפאר וואטסעפ מעסעדשעס, כהאף נאר סוועט באשאפן ווערן נאך אזעלעכע ווייל דער עולם איז נישט עפעס מוראדיג צופרידן פון דעם ליבאוויטשער
די סיבה פארוואס זיי זענען אלעמאל מצליח איז טאקע ווייל זיי נעמן נישט אן קיין אקציע נאר אויב זיי זענען ערענסט איבערצייגט אז מען גייט מצליח זיין אויב נישט שיקט ער דיך צו גא פאנד מי.
ממש אזוי? און וויזוי ווערן זיי איבערגעצייגט. אויב דער יוד האט אלאנגע בארד אדער א רויטע דעמאלטס נעמען זיין אן? לויט די היסטאריע פון זייער אקציעס קיקט אויס ווי זיי נעמען אן יעדעם.
בכלל ווי זוי ארבעט עס ווער שאפט די דאנערס די צוויטע העלפט ?
אויב די מוסד איז צו וואס דארף מען צוקומען צו זיי ?

מיט די צייט גייט עס באורד ווערן במילא, דער עולם גייט נישט שטיין און געבן געלט ווייל זיי שרייען "אלל אר נאטינג" אויב איז עס א גוטע צוועק אפשר, אבער סתם אזוי זעה איך נישט עס זאל אנגיין.
די מוסד דארף ברענגען די מעטשערס, אבער זיי שטעלן צו די מאטריאל, און די PR זיי העלפן דיר עס אויפסעטן, און זיי רעדן צו די מעטשערס.
אפשר האבן די מוסדות- ארגעניזאציעס עשירים פאר בעק אפ אז אויב ס'האלט שוואך זאלען זיי אריינטאצען פארן סוף.
טעדס קאמפיין זעהט אויס אז עס גייט נישט ריטשען די גאול.
האט נאל בערך צוויי שעה און האלט נאר ביי פערצען פארצענט.
<a class="postlink" href="https://www.charidy.com/millionforted">https://www.charidy.com/millionforted</a>

וויאזוי מאכט טשערעדי אליין געלט?
איז פאר זיי א נפקא מינה אויב זיי געבען צוריק די געלט פאר די געבערס?
לכאורה פין א ביזנעס פערפעקטיוו, האבען זיי א גרויסע שאדען פין צוריקגעבען אלע קרעדיט קארד טשארדזעס, ווייל עס קאסט כידוע.

אפשר פראסעסן עס נאך עס איז אנגעקומען צום ציל???
אויף קול מבשר היינט אין א אינטערוויא האט איינע שפירא פון טשערידי געזאגט אז מ'טשארדשד עס נאר נאך ס'גייט אדראך די גאול.
קאמפיאטערטעדס קאמפיין זעהט אויס אז עס גייט נישט ריטשען די גאול.
האט נאל בערך צוויי שעה און האלט נאר ביי פערצען פארצענט.
<a class="postlink" href="https://www.charidy.com/millionforted">https://www.charidy.com/millionforted</a>
האמיר שוין א קאמפיין וואס איז נישט געלאנגען.
(אפשר גאר נאך די פרסום אין ק"ש אז עס קען זיין אז זיי שפילן מיט אונז, האבן זיי אפגעמאכט איינמאל צו פארלירן)