☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג

אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10269

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 15, 2016 12:06 pm

· #325102
אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג
איך האב דאס געשריבען דארט אויף אייוועלט, און מ'האט עס גלייך פארמעקט. האט'ס הנאה דא.


כן יאבדו כל איביך ה' - באבד רשעים רנה

די געוואלדיגע בשורה איז אנגעקומען. זה היום קוינו לו, נגילה ונשמחה בישועתו. דער אויבישטער האט געהאלפען להרבות כבודו בעולם, מיט'ן פארמאכונג פון דער פלאץ הנודע לשמצה; קאוועשטיבעל.
יענער שטיבל איז געגרינדעט געווארען צו שפעטען אין אונזער וועלט און צו לאזעו אן אפענער שופר פאר סיי וועמען צו זאגען זייער דעות אויף יעדער נושא. זיי האבען אנגעהאלטען, בעסער געזאגט, געהינקעט פיהר יאר מיט זייער שרייבאכצער, און ב"ה יעצט קענען זיי שוין נישט.
א מאדנע מין מנהג האבען זיי אינגעפיהרט דורכ'ן לאזען כל מיני קשיא'ס און טענות אויף אונזער אור-אלטע טראדיציע'ס. מ'האט געלאזט אויסשמועס'ן יא\ניין אויף כל מיני מוסכמות, זאכען וואס מיט די מאמע'ס מילך האבען מיר עס איינגעשלינגען.
למשל, מ'זעט דארט נאכאנאנד מענטשען שמועס'ן אויס צו סאטמאר רב זי"ע איז געווען צדיק און מנהיג הדור. איך מיין, וואס פארא מערישקייט איז דאס? ווער נאך קען פארען קיין א"י מיט פינף טויזענט אנהענגער'ס און אזוי קערען א וועלט? און דאס איז נאר האלב סאטמאר! ווען די זינגער'ס מיט וועמען זיי בארימען זיך פארען קיין א"י, פארען זיך אויך די הויפט ריכטער דארט צו פארמאכען זייער געצעלט פאר'ן כלומרש'ט טענות פון געזונט וכדו'? אפילו די מינדערוויכטיגע 'בליטשעדיגע לאמפען' זענען געווארען די געשפרעך פון טאג, און זיי ווילען מיר נאך זאגען א הו"א אז סאטמאר רב זי"ע איז נישט געווען צדיק הדור! ווער נאך ציט אזויפיל אויפמערקזאמקייט ביי גוים און אידען צו גלייך? ווער נאך נעמט איבער בלומינגבערג, מאנרא, לעיקוואוד, סטאטען אייזלאנד, ועוד ידם נטויה?
א באנדע כותל-גייער'ס, בחירות וואלער'ס, פרעזערוו ראמאפא'ניקס, וואודרידזשע חסידים, ענגליש רעדענער'ס, אויבערחכמים! פון זיי האט דער מלמד געווארענט זיך צו דערווייטער'ן ווי פון פייער שרייענדיג הויך, בכל כוחו מיט ביידע פירושים "פוי"!
זיי האבען זיך אויך ערלויבט אויסצורימען מענטשען גאר פרעמד און ווייט פון אונזער חינוך, כאילו די ת"ח'שאפט פון הרב קוק איז עפעס וויכטיג, זיי האבען זיך געלאזט ברענגען מימרות און ווערטליך פון ליטווישע ראש ישיבות און משגיחים, ראיות און משלים פון פרעמדע מגידים, אויסרימעריי פון חב"ד שלוחים און פיל אנדערע טעמע'ס.
זיי האבען געהאט געשליפענע לצים וואס האבען אראפגעלייגט מאמרים צו לאכען פון אלע באקען, אין קעגענזאץ פונ'ם פסוק אז ימלא שחוק פינו, טאקע אזעלכע וואס כאפען א גאולה פאר די צייט, און לאכען ווען דער איינציגסטע גאולה איז זייער 'אתחלתא דגאולה'.
און איבערהויפט, דאס זיין א שירעם פאר כל מיני פארשוינען, ליטווישע פון YU און חב"דס'קע פון וועסט טשעסטער, אמשינוב'ער חסידים און ברסלב'ער נאכשלעפער'ס, תלמידים פון ישיבת ארץ הצבי און אור ישראל. כאילו זייער מיינונג איז איינונג ווי די פון היימישע אידען, וואס האבען געלערנט תורה ודעת ויראה אין סענד"ס סט.

די ערשיינונג איז נאך א ראיה צו דער גלאטקייט פון אונזער וועג, א הימעלישע ווינק צו אונז אז אונזער ארבעט איז חשוב ומקובל ומרוצה לפניו ית', און דערמיט קענען מיר צייגען פאר זיך און אנדערע, אז דער וועג איז אויסגעהאלטען עפ"י תורה.

מפוזרי » דינסטאג מערץ 15, 2016 1:01 pm

· #325113
Re: אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג
וואס האסטו געמיינט? סתם זיך רייצן? ס'זייער נארמאל, מצדם, עס צו מעקן.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 15, 2016 1:02 pm

· #325114
פארדעם האט ער דאס געלייגט אין שמייכל

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 15, 2016 1:06 pm

· #325116
און אז מ'רייצט אביסל איז עס אזוי געפערליך? מאכען קירוב איז ביי דיר גארנישט? אביסל אריינשיינען אין די הערצער פון צוקלאפטע קינדער מה ה' שואל מעמך, זאלען זיי זיך זע'ען אין שפיגל ווי נעריש איז זייער גלויבונג איז א וויכטיגע ארבעט, און הלוואי ווען א סאך פון אונז טוען אזוי, וממני ילמדו וכן יעשו.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 15, 2016 1:21 pm

· #325118
ליטוואק פון בודאפעסט: איך פארשטיי דיך נישט. דו האלטסט אין איין האקן אויף איי(ער) וועלט אז זיי זענען אוממענטשליך און האלטן קאווע שטיבל פאר שקצים און אפיקורסים. און ווען דו שרייבסט אפ א מאמר בגנותו של קאווע שטיבל מיט אלע מפרשים און פיטשעווקעס, מעקן זיי עס אויס. און דו האסט נאך טענות צו זיי. אויב זיי וואלטן געווען דאס וואס דו האסט אייביג געזאגט אויף זיי. אפילו נאר א מקצת מן המקצת. וואלטן זיי דיר געדארפט געבן א מיליאן לייקס און דיך מאכן לכה"פ פאר א סדרן, אין זייער בלאג הקדוש והטהור. און דערווייל גייען זיי און פארמעקן דיין מאמר אן קיין חכמות אדער קונצן. און דו ברענגסט נאך פון דארט א ראיה אז זיי טויגן נישט. אדרבה...משם ראייה, אז זיי זענען די פיינסטע, בעסטע און ארנטליכסטע דזשענטלמען'ס וואס ס'פאראן אויף די וועלט. ס'קומט זיי א גרויסן יישר כח. איך וואלט זיי געטראסט אפילו מיט א ביליאן דאללאר (מאנאפאלי מאני(...!

מפוזרי » דינסטאג מערץ 15, 2016 1:21 pm

· #325119
Re: אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג
דו רעדסט צו מיר? איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם. האסט דאך גערעדט צו זיי, און געוויסט אז מ'גייט גלייך מעקן, איז וואס איז פאני?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 15, 2016 1:37 pm

· #325125
איך האב סך הכל געוואלט אביסל פרייליך מאכען, נישט מער. מ'האלט מיר פאר אזא ליטוואק אז מ'גלויבט מיר נישט?

און בערעל, ווי האב איך אזויפיל געהאקט אויף אייוועלט. איך בין כמעט נישט דארט געווען, אבער ווען יא פארשטיי איך די טענות פון די עולם. זה הכל.

א באנדע כותל - גייער'ס וואס עט'ס זענט'ס!

ליפא » דינסטאג מערץ 15, 2016 2:00 pm

· #325133
געוואלדיג
פארדעם האט ער דאס געלייגט אין שמייכל

אייוועלט האט נישט א שמייכל פארום

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 15, 2016 2:06 pm

· #325135
Re: אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג
איך האב געוואלט דארט צולייגען
נאכ'ן ביטערע בשורה אז ס'איז צוריק אין קראפט, טוען מיר מעלדען אז מיר זיינען שטארק און פעסט ווייטער אנצוגייען מיט'ן עבודת הקדש.
אלע וויכטיגער זאכען קומען אן שווער, און די שטרויכלונגען אונטערוועגענ'ס זענען די גרעסטע ראיה אז מיר שטייען אויף א גוטע וועג, פון הימעל שיקט מען אונז א הסכמה מיט דעם וואס מ'שטערט אונז, און דאס איז די גרעסטע אויפווייזונג אז אונזער גאנג איז חשוב ומקובל ומרוצה לפניו ית'

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קאצקע ציקער » דינסטאג מערץ 15, 2016 10:05 pm

· #325218
ליטוואק האסט עס טאקע געלייגט? אויב יא איז עס פיינע נייעס האסט געמאכט אז נאך יודן זאלן קענען טועם זיין פון די עץ הדעת.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 15, 2016 10:53 pm

· #325229
Re: אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג
יא, אבער נישט קיין צען מינוט ביז מ'האט עס פארמעקט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 16, 2016 9:48 pm

· #325361
Re: אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג
א לינק ביטע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 16, 2016 10:44 pm

· #325377
להערה בעלמא - קאווע שטיבל איז אדאנק אייוועלט, א ריזן חלק פון קאווע מעמבערס זענען פארמער אייוועלט אנהענגערס. נאכן טועם זיין די טעם פון היימישע בלאגס און מען שפירט זיך דערשטיקט, מייגרעט מען קיין קאווע שטיבל. סא אויב האלטן די בהמות און קרעמערס פון אייוועלט אז קאווע איז מסוכן, זאל זיי פארהאקן זייערע עשו-מעשר זאלציגער בלאג.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:08 pm

· #325386
איז קאווע שטיבעל בעסער פין אייוועלט?
מען מעקט דא אויך טאמער איינער שרייבט נישט לויט די תקנות!!

ליפא » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:42 pm

· #325399
סוי איז אמעריקע בעסער פון נארט קאריע? דא ארעסטירט מען אויך אויב מ'ברעכט די געזעץ!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 6:18 am

· #325424
Re: אייוועלט'ס באריכט פון ק"ש'ס פארמאכונג
מ'האלט נאך נישט ביים תיקון השלם. דעמאלס 'עט מען קענען טשעפערען סיי וועמען, און שרייבען מינות וכפירה מיט היתול וליצנות על ה' ותורתו. אין גלות קען מען נאר ארומשמועס'ן האקעלע ענינים.
לאמיר נישט כאפען די גאולה פארצייטענ'ס רח"ל אזוי ווי די בני אפרים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk