☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #10264

אשכול אן א טיטל #10264

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10264

— » מאנטאג מערץ 14, 2016 12:00 pm

· #324887

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

א איד » מאנטאג מערץ 14, 2016 12:09 pm

· #324890
לולא דמיסתפינא
וואלט איך געזאגט, אז דו צוקראצט זיך יא שטארק, אז קאווע שטיבל ווערט פארמאכט, והא ראי' האסט געשריבן 99 שורות אבאוט איט.
אווי יענער שרייט, און מאכט קולות, איך רעג זיך נישט

טמיר » מאנטאג מערץ 14, 2016 12:14 pm

· #324893
וויקיפידיע איז טרוקענע פאקטן, נישט קיין תחליף פאר א הייסע דעבאטע אין א העמק דבר אשכול

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 14, 2016 12:50 pm

· #324899
בין איך דער איינציגסטער דא וואס זעט א געוואלדיגער ווייטאג אין @אנאנים אשכול? ער זאגט אז עס באדערט אים נישט, אבער א גרויס ווייטאג ברענט אין זיינע שורות, און עס איז בלויז זעלבסט פארשטענדליך. וויאזוי לויטעט די ווארט: דארפסט מיר נישט זאגן וואיזוי דו שפירסט, דיינע ווערטער שרייען אזוי הויעך אז איך קען פשוט נישט הערן וואס דו רעדסט..

אדרבה, גייט אריין אין סיי וועלעכע בית מדרש איר ווילט און פרעגט ארום מענטשן איבער אן עניין וואס מען איז זיך פונקט מתווכח דא אין שטיבל, וויפיל ידענים וועלן וויסן וואס מען שמועסט דא אין שטיבל? די זעלבע צוויי דריי מענטשן און זהו.

דאס איז טאקע 'קאווע שטיבל', וויבאלד נאר צוויי הונדערט אידן ווייסן וואס מיר רעדן דא. ווען עס וואלטן געווען טויזענטער אידן אויסגעקאכט אין די נושאים, וואלט איבריג געווען יעדעס ווארט אינעם שטיבל. אזוי ווי קיינער שמיעסט נישט אויס וויאזוי מען בינד צי א שיך, ווייל יעדער ווייסט דאס.

האסט א נושא אויפצוברענגן, טוה עס ביי א שמחה, שבת אין שוהל, פרייטאג אין מרחץ, אין די ארבעט בין גברא לגברא. מ'האט נאך קיינמאל קיינעם נישט גע'הוקע'ט בלויז צוליב רעדן ציווישין חברים. א טויש קען נאר געשעהן פון אינעווייניג. און אויך נאר אויב די וואס פארלאנגן א טויש ווילן באמת דעם אלטערנאטיוו. זולת זה איז עס סתם געמאלן וואסער אין א זייער.

איך וועל נישט זיין סורפרייזט אז אסאך פון די וואס האבן געהערט איבער פלג ירושלמי, האבן אויך געהערט די ווארט וויקיפידיע, און זיי ווייסן נאכנישט אויב דאס איז א געווירץ אדער א הויפטשאט. און איך גלייב נישט אז די טיפע סיבות פון די אשכולות איז צי מאכן א רעש און א טימל אין די חרידישע וועלט. כל דכפין ייתי ויכל, צי געניסן חכמה דארף מען עס ארויסגיין זוכן. מיר זוכן נישט צי מאכן א רעוואלאציע, און מיר עדווערטייזן נישט איבער קאווע שטיבל. די שטיבל איז בלויז א שטיבל, און דאס מיינט זיך צונויפשמיעסן. פונקטליך וואס מען זאל שמיעסן איז א דעבאטע ואכמ"ל. און ניין, נישט אלעס קען מען רעדן אין מרחץ אדער בין גברא לגברא. און בכלל האט א געשריבענע זאך א גרעסערע השפעה אויף א מענטש. אההה!.. און שיעור נישט פארגעסן, דאס איז די גאנצע מתנה פון אינטערנעט, צו שמיעסן זאכן אנאנים, און טרעפן מענטשן וואס מען וואלט נישט געקענט טרעפן אין מרחץ, און אזוי דעריבער וועט זיך עפענען די מעיינות של חכמה.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 14, 2016 12:52 pm

· #324900
כעלעמער, אפגעזען פון די עצם דיסקאסיע איבער קעלנער זעלבסט, האלט איך אז ק"ש איז פאר אסאך מעמבערס דא געווען א פשוטע אדיקשען, ווייל די תאוה פון אנערקענונג ווי וויכטיג ס'איז פארט פאר'ן מענטש, טאר נישט צוברענגען אז מ'זאל פארפאטשקענען די צייט מיט וואס מ'וואלט געקענט אליין קונה זיין הויפענעס מיט ידיעות. דא זענען דא אסאך ידענים וואס גיבן ידיעות אויף א זילבערנעם טאץ, אסאך פון די מקבלים זענען טאקע באגרעניצט צו לערנען ערגעץ אנדרעש, מ'דארף זיי ממש אריינפיטערען אין מויל. די סיבה אבער פון די משפיעים איז דאך פשוט אנערקענונג, אפשר אמאל ליבון חברים, פאר ידיעות, זענען פארהאן סאך וויכטיגערע מקורות, אבער די תאווה פון אנערקענונג וואקסט און וואקסט און פירט אראפ פון די רעלסן, אסאך גרויסע ידענים האבן דא בכלל נישט מצליח געווען צו קריגן זייער פארדינטע אנערקענונג, און כעלעמער איך קלער אז דו ביסט איינע פון זיי, אלזא ביז ווילאנג די פלאץ לויפט נאך איז מען נאך נאכגעשלעפט, אבער סוכ"ס אז ס'פארמאכט זיך פארשטיי איך פארוואס מ'באדויערט עס נישט אזוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 14, 2016 1:06 pm

· #324901
איך זעי סתירות אהין און צוריק אין די מאמר דיינע.
טאמער ס'וועט זיין אפען פאר אלע, וועט עס פיל שנעלער דערנידריגען צום אונטעשטער שורה פון פאטאשאפ'ט בילדער פון די קעגענער פון דיין פערפעל טיילער, וואס האט אליינס געוואלט טיילען דווקא די פערפעל וואס ער האט געטיילט. איז וואס וויל מען? אן אפענער דעמאקראטישע סיסטעם צו א חכמה'דיגע?

און דער תירוץ אויף הכרת הטוב איז א משל אן א מיטל. וואס האסטו אויפגעוויזען? אז דארט ביסטו אויך א כפוי טובה? אדער וויבאלד דו ביסט געקומען צום חתונה, האסטו שוין געוויזען הכרת הטוב, און הכרת הטוב מיינט נישט נאכטאנצען משוגעת'ן און צוגעבען פאר איינער אומפארדינטע כבוד? איז וואס האט עס מיט'ן זאגען אין פנים אז דיין ארבעט איז לריק? דאס איז טאקע א כפיית הטוב, ווען גייען מיט א קאפעלוטש צום חתונה איז נישט קיין כפיית הטוב.

ועל כולם די גאנצע טענה איז קטנות'דיג. דאס רואיגקייט פון ק"ש האט געמיינט אז ס'איז דא א פארשידענהייט פון מיינונגען און אינטעלעקטואלע שטאפעלען. דאס עגזיסטענץ פון צימעס האט נישט צוגענומען פון העמק דבר, און די רשימה פון לייקס לעבען די נאמען שטערט נישט דער אינהאלט פונ'ם מאמר. דער שמארגאסבארד האט אן אויסוואל זאל יעדער געניסען וואס ער גלייכט. ווען די הויכגעשעצטע דענקער'ס וואלטען געבליבען מיט זייער חקר'יי און נישט זיך דערשראקען זיך צו טרעפען אונטער די זעלבע זון ווי איינער וואס ס'אינטרעסירט איהם וועלכע רעבישע קינדער גייען קאלפיקע'ס, וואלטען אלע נהנה געווען, און די נידריגע עלעמענט, וואס האבען נישט זוכה געווען זיך צו ווייקען אין די מקוה אין כעלם, וואלטען עפעס מעגליך געהאט פונ'ם זיצען אין די זעלבע שטיבעל ווי די הוגי דעות גאוני עולם פראנץ קאפקא מיט אפלטון אליינס וואס האבען אונז א טובה געטוהן צו שטעקען די נאז אריין אין לעכ'ל.

בקיצור, ק"ש האט באוויזען אז מ'קען נישט נעמען און נעמען און נעמען אן צוגעבען. ווען אלע וואלטען געבליבען און געוויזען זייער כוחות, וואלט דער שטיבעל געהאט א סאך ברייטערע עולם קוקען דערין, יעדער וואס זיין הארץ באגערט, און ס'וואלט געווען ווערט געלט פאר דער וואס דארף עס איבערנעמען, און ס'וואלט געהאט א השפעה אויפ'ן געזעלשאפט. בלויז פאר'ן זיין אויף א הויכע ניווא. און דאס ביסל וואס ס'האט געהאט איז א דאנק די זאכליכע שמועסעריי וואס האט זיך אפגעטוהן, און דאס וואס ס'איז נישט געלונגען איז א דאנק דער מאנגאל פון די דענקער'ס.

נישט דער וואס שטעלט פאשקעווילען פון בני יואל איז דער וואס איז שולדיג.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 14, 2016 1:17 pm

· #324902
פרייוויליג
בין איך דער איינציגסטער דא וואס זעט א געוואלדיגער ווייטאג אין @אנאנים אשכול?

איך זעה גראדע אויך ווייטאג אבער איך מיין אז דאס איז בעיקר וואס ווייטאגט אים
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט זיך שוין אויף דעם אפגירעדט בעבר עס האט אים נישט גישמעקט אז איינער קען צענזורירן זיינע רייד!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 14, 2016 1:49 pm

· #324907
דער אמת איז אז איך האב נישט געליטען פון די צענזורשאפט, מיר האט מען קיינמאל נישט גערודפ'ט, ממילא ווייס איך נישט וואס מ'רעדט. דער סומאטוכע מיט לעיקוואוד האב איך מיטגעהאלטען און ס'האט מיר נישט געשמעקט, אבער איך האב עס תולה געווען אויף א טעות און א מיספארשטענדעניש. דער ערשטע מאל וואס איך זעי אן איינזייטיגע קלאפ פון די הנהלה איז יעצט, דעריבער האב איך נישט קיין הויפענע'ס פארדראס וואס פלאצט יעצט.

איך האב קיינמאל נישט געשריבען לשם מצוה, איך האב אלס געהאט א תאווה דערצו. דעריבער מיין צוויי טויזענט תגובות 'מלא חכמה ומדע' שפיר איך נישט אז איך האב עפעס אוועק געגעבען. דאס איז מיין געפיל, א צווייטע זאל פילען אנדעריש אויף זיין תגובות.

בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 2:43 pm

· #324910
*

יעקב מענטש » מאנטאג מערץ 14, 2016 4:57 pm

· #324922
כעלמער,

איך באוואונדער דיין שפראך, אבער איז דיסעגרי מיט דיר.

די טעות הייבט זיך אן אז מענשטען מיינער אז 'מ'גייט טוישן', יא, ס'איז דא מענטשען וואס זעהן ק"ש אלץ א פלאץ וואס איז געמאכט צו 'טוישן' (און זייער אסאך פון די עליטע דא האלטן אויך אזוי), איך און איך גלייב אז פילע אנדערע, האבן געהאלטן קאווע שטיבל אלץ א געשמאקע פארברענגען פלאץ ווי מ'קען זיך אויסטוישן ידיעות און אנטייל נעמן אין אינטערסאנטע שמועסן.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 14, 2016 5:46 pm

· #324936
[ציטאט אראפגענומען]

הער אויס, דו קענסט נישט אריינפיטערן חכמה וידיעה מיט געוואלד אין מענטשן'ס מיילער. אפילו דו זאלסט אראפשטעלן איינער פון די קאווע שטיבל קונטרסים אין פאליש אין ראדני, ווייס איך נישט וויפיל אירע וואלטן דאס געליינט. ווער עס ווייסט וואו צו גיין אדער ווער עס גליסט צו גיין קומט אן איבעראל. סא די איידיע קומט אראפ נאכאמאל אז עס איז אירעליווענט וויפיל אירע עס שרייבן אדער ליינען דא. די עיקר איז אז מיר האבן א 20 גוטע שרייבערס און דאס איז איבער גענוג. ווילאנג איינער שרייבט עפעס און ער ווייסט אז לכה"פ א מנין אידן פארשטייען אים איז דאס גענוג. ענדערש 50 קלוגע שרייבערס, ווי טויזענטער קיען וואס האקן א קאפ.

בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:36 pm

· #324997
,

בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:54 pm

· #325008
ס'איז העכער פון ווערטער

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:38 pm

· #325027
כעלעמער די תוכן פון דיין ארטיקל איז עפעס מלא סתירות כמעט ווי שלמה המלך אין קהלת, אבער דיין שפראך איז עפעס געוואלדיג עס ליינט זיך ווי א שיר השירים.