☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #10253

אשכול אן א טיטל #10253

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10253

— » זונטאג מערץ 13, 2016 12:20 am

· #324506

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בעל מדות » זונטאג מערץ 13, 2016 12:27 am

· #324508
אנאנים, עס הערשט א כאאס דא, יעדער וויל ליינען. אבער איך מיין זאלסט עפענען א צענטראלע אשכול פון דיינע געדאנקען און בליצן, און דארט האוסטן אלעס. קאווע אין פרידנסצייטן וואלט אזא זאך פון עפענען אשכולות רעכטס און לינקס געווען א פארלעצונג און מיר ווייסן דאך אלע אז קאווע שטיבל בלייבט קאווע שטיבל.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 13, 2016 12:39 am

· #324511
[ציטאט אראפגענומען]

עזריאל טייערער: ווען ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט גע'חיה'ט און געקייעט, איז נאך בערל בעל עגלה נאכנישט געווען געבוירן. אפילו קאווע שטיבל אויכעט נישט. און היינט אז בערל בעל עגלה חיה'ט און קייעט ב"ה לאורך ימים ונשים, איז ר' סענדער דער דייטש שוין זיכער אין לעכטיגן גן עדן. כ'ווייס נישט וועלכן גן עדן מ'באקומט פאר שנאת ישראל און באשמוצן גדולי התורה וצדיקי אמת. אפשר דעם מוסלאמינישן. דארט וואו אלע נטורי חרתא וועלן אי"ה אנקומען. אפשר פריער ווי געוויינדליך. מיט די הילף פון זייערע פאלעסטינער און איראנער גוטע פריינט. אבער לפי האמת בין איך שולדיג א סאך געלט פאר ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. ווייל א יעדע וואך דאנערשטיג ווען דער איד איז ערשינען, און איך האב עס געליינט איז מיר די בלוט-פרעשור זייער שטארק ארויפגעגאנגען. אזוי אז איך האב נישט געליטן פון קיין לאו בלאד פרעשור. און כ'האב ב"ה נישט געדארפט צו נעמען הארץ פיללן...!