ווען זענט איר אויף קאווע שטיבל?
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן וואספארא צייטן דער עולם דרייט זיך דא. ס׳קען זיין אינטערעסאנט מען זאל וויסן ווען מען קען ערווארטן א באלדיגע רעאקציע וכדו׳
אחוץ וואס מען קען זעהן אויפן סייט אויף די מינוט, קען מען איבערקוקן די פארגאנגענע צייטן, באנוצערס ?
ווען איך האב א ליידיגע מינוט
איך בין דא כמעט יעדן טאג אבער פאר נישט מער ווי פינף מינוט!
בערך איין מאל אין צוויי וואכן ווען איך האב מער צייט פאל איך אריין פאר א צוויי דריי שעה דורכצוליינען אלעס וואס איך האב פארפאסט (איך וויל טאקע בעטן די אחראים אז זיי זאלן מיר נישט אויסשפארן פון די פארמאכטע פארום ווייל ווען איך האב צייט בין איך גלייך דא!)
אינמיטען א שווערע ארבעט און מ'דאף כאפען די אטעם פאר אפאר מינוט קומט מען אריין און מ'מאכט זיך א פיינע קאווע, אמאל קאלט און אמאל הייס....
Re: ווען זענט איר אויף קאווע שטיבל?
ווען איך קען