פארקויפט כלל ישראל פאר אפאר פיאסטער
מורי ורבותי!
עס דרייען זיך ארום שמועות, אז די מנהלים פון שטיבל האבן באקומען 200 אלפים אז דאס שטיבל זאל פארשפארט ווערן. איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, בעסער געזאגט איך גלויב נאך אלס אז קאווע שטיבל בלייבט אפן. אבער אין פאל אז דאס איז אמת מוז איך שרייבן אפאר ווערטער.
אויב וואלט קאווע שטיבל געשלאסן געווארן צוליב פינאנציעלע סיבות, החרשתי... אויב וואלט זי געשלאסן געווארן ווייל די בעלי בתים האבן באקומען א הרהור תשובה, וואלט איך אויך גארנישט געזאגט. אבער אויב איז אמת אז זיי זענען פארקויפט געווארן פאר אפאר דאללער, דארף מען דאס פארדאמען בכל לשון לחישותא. סטייטשט, זיי זענען גרייט מפקיר צו זיין אן עדה אידן, דערשטיקן קולות וואס דארפן דערהערט ווערן, בלויז צוליב זייער טאש. דאס איז מיעס, דאס איז עקלדיג. דאס דארף מען פארדאמען אויף יעדן אופן וואס נאר שייך.
דאס איז א דוגמא פון ביליגע מענטשן.
וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...
ער זאל טשעקן מיט ליפא שמעלצער אויב עסקנים באצאלן הבטחות.
איז דאס די חינוך וואס מיר האבן אין אים אריין געאקערט די לעצטע פיר יאהר??? שומו שמים!!!
Re: פארקויפט כלל ישראל פאר אפאר פיאסטער
לאמיתו של דבר דארף באמערקט ווערן, אז טאמער ליגט דא די נעגל פון איינער וואס האט מורא פאר אן אמת ווארט וכו', פארוואס לאזט ער עס נאך אפען פארן עולם זיך אנצוליינען מיט די אלע אנליינעכץ? עפעס שמעקט מיר נישט דעם טעאריע.
עס איז נישט מסתבר וויל מארגן קייט זיין א פרישע סייט, און וועט מען יענת אויך אויסקויפן? און דער נאכדעם?
מ'זעהט באשיינפערליך ווי די כח הפועל בנפעל ארבעט. אויף דעם האט די רבי פארגאסן טרערן ביי של"ש. פאר אפאר דאלער זאל מען פארקויפן די נשמה פאר'ן שטן?!
אומגלויבליך
ירח, מען קען נישט אזןי שנעל עפענען נאך אזא סייט...
אויפן צד אז די טעאריע איז יא אמת, וויל איך דערמאנען פאר @אנאנים די מעשה מיט ר' יוסעלע ראזענבלאט, ווען מ'האט אים אנגעבאטן גרויס געלט אז ער זאל זיך שערן די בארד, האט ער געענטפערט, אויב איז מיין בארד טאקע אזוי טייער וויל איך עס האלטן... והנמשל מובן!
[ציטאט אראפגענומען]
איך בעט אייך, אז דו בלייבסט שטיל... אפשר וועט מען עס לאזן אפען..
אבער טאמער בלייבט דאס אפען בין היום ובין מחר סופו אז עימיצער וועט עפענען דאס גלייכן (ער קען אפילו ק/פ אלע חומר פון דא) ואין לדבר סוף, ווען איך און דו קויפן עס אונטער (פאר א הייליג פליכט בדרך משל) פארמאכן מיר עס פון איין מינוט אויפן צווייטן אן קיין שום ווארענונג.
(כמעט) אלעס איז צום פארקויפן, ווענד זיך נאר און די סכום. איינער טוט עס פאר 50 אלפים, איינער פאר 200. איך בין זיכער אז פאר אפאר מעלאונעס וואלט עס יעדער פון אונז פארקויפט....ליידער
אשרי מי שחושדין אותו ואין בו!
@אנאנים
דער אשכול קען געמעקט ווערן.
אני הקטן (תרתי משמע) בין א פשוט'ער, נאאיווער , תמימות'דיג'ער אונגערישער (איזראעלי) יודל וואס ווייס ניקס קיין חכמות. (א קאזין מיט'ן אויבערלענדער חכם און אויך מיט'ן ליטוואק פון בודאפעסט/לעיקוואד/בארא פארק.). איך קאן מיר אין מיין ווילדסטן, בייז'סטן חלום נישט פארשטעללן ווער ס'איז אינטרעסירט אז קאווע שטיבל אין איצטיגן פארמאט זאלל ח"ו נישט מער עקזיסטירן, היל"ת, שר"י עפ"ל, וכו'. (פאר מער קללות דארף מען זיך ווענדן צו הרב סענדער דער דייטש זציק, לאללל,האהא) .צו ערשט האביך געמיינט אז די סיבה פאר'ן עווענטועללן אפשפארן פון אונזער אלעמען באליבטן קאווע שטיבל. ס'הייסט די , אקסידזשען צו אטעמען איז פינאנציעל.האביך געוואלט פארשלאגן עטליכע אופנים וואס קענען בעז"ה אריינברענגען א שטיקל הכנסה (שוין נאכ'ן אראפציפן פון די מנהלים און זייערע משפחות). ערשטנס. מ'זאלל ארויסשיקן בחורים און יונגעלייט זאללן גיין קאלעקטן אין די בתי מדרשים ביי שחרית, מנחה און מעריב. און פאר מגילה ליינען און ראש חודש בענטשן וכדומה. צווייטנס זאלל די הנהלה אננעמען קאמערשיל אדווערטייזמענטס. אדער ווען א גרויסער רבי און צדיק קומט אן אין שטאאט. און זיינע חסידים, מעריצים און נאכשלעפערס און סתם ליידיגגייערס און צוטשעפענישן ווילן אנשלעפן אן עולם. שטאטס הענגען פלאקאטן איבער די גאנצע שטאאט וועט מען ארויסהענגען א שיינעם , קאלירפולן עד מיט בלישטשענדיגע קידוש לבנה אותיות פאר גוט באצאלט (אלעס אויפ'ן חשבון אז די רעבע שליט"ע וועט אי"ה מאכן א סאך געלט). איך מיין נישט זיך אזוי פארקויפן פאר געלט ווי ..."וואס איז נייעס"... אדער ..."ישיבה וואוירלד "...אבער דאך. א שיינעם סכום וואס זאלל אויסצאללן די שווערע ארבעט.
אבער היינט אז איך הער אז ס'האט גארנישט צו טון מיט געלט. סתם א פאר קראנקע, שלעכטע און בייזוויליגע פארשוינען (מלשון פרשנדתא) וויללן דערשטיקן דעם איינציגן קוואל פון פרישקייט און נחת וואס אן ערליכער איד קען זיך רואיגערהייט ערלויבן בעולם הזה, ביניך א מעמבער פונ'ם גוי אובד עצות. איך האלט אז אין דעם איצטיגן זמן פון ישועות וועט נאר א קפיטל תהילים און אפשר סליחות ל'טאאנעס עסטער מוקדם העלפן. א גוטע וואך...!
קל וחומראשרי מי שחושדין אותו ואין בו!
@אנאנים
דער אשכול קען געמעקט ווערן.
ער האט דאך אליינס געזאגט עס איז נישט אמת! לאמיר מעקן וואס אנדערע זאגען!
תמימים.