☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פעטיציע : קעלנער הער אויף צו לייקן

פעטיציע : קעלנער הער אויף צו לייקן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10241

שושן פורים » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:11 pm

· #324375
פעטיציע : קעלנער הער אויף צו לייקן
קאווע שטיבל ברענט, עס פלאקערט, דער עולם דרייט זיך ארום אנגעווייטאגט, צובראכן ערשיטערט, אויפגעברויזט, און גערעגט, אם בארזים נפלה שלהבת, מען ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטוען.

אבער בו בזמן וואס כלל ישראל איז שרוי בצער דרייט זיך ארום דער רוצח, א אומפארשעמטער פערזאן אונטערן שלייער נאמען @אנאנים, ער האט נאר וואס פארענדיגט אפצוווישן זיין בלוט פארשמירטן מעסער אין זיין שוין גרינעם טאשטיכל, און נישט מער און נישט ווייניגער זיך ארויסגעלאזט אויף א לייק מיסיע, ער דרייט זיך ארום צווישן די חורבנות וואס ער האט אליינס חרוב געמאכט און ווי ער זעהט א טויטן אדער פארוואונדעטן קלעבט ער ארויף אויף איהם א געלע לאטע בצורת לייק, ווי צו זאגן איך האב דיר גוט צוגעפיקסט, האא? ?!

ומכאן הקריאה יוצאת, הער קעלנער, נעם אראפ דיינע לאפעס פון אונז, אונז זעמער בייגעקומען די מצריים, די רוימער, די יוונים, די קרייץ ציגלער, די צומת הגידין און די אריזאנא קרעקערס, מיר זענען בייגעקומען בעסט מאא מילך און ניו סקווער אראנזש זשוס, און מיר וועלן דאס אויך בייקומען, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.

מעיק קאווע שטיבל גרעיט עגעין!!!!

החותם בצער ובדמע על שבר בת עמי
הק' שושן בלאאטאטאמו"ר ולמעב"ק לבית פורים והגלילות יע"א תובב"א

פרייוויליג » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:45 pm

· #324380
שושן, שפיי נישט אינעם ברינעם וואס דו האסט געטרינקען.

טמיר » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:49 pm

· #324381
Re: פעטיציע : קעלנער הער אויף צו לייקן
אני מוחה נמרצות

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

שמעון וואלף » מוצ"ש מערץ 12, 2016 8:54 pm

· #324441
אפשר זעצט מען צאם די חכמי השטיבל און מ'ארבעט אויס עפעס א פולסא דנורא?

לכה"פ דארף מען ארויסקומען מיט א קול קורא. ווייסט איינער די נאמבער פון די שרייבער פונ'ם קול קורא קעגן רב שטיינמאן?

Chasidishmashpia » מוצ"ש מערץ 12, 2016 8:59 pm

· #324443
עס איז לכאורה א שטארקע שאלה בהלכה צו מען מעג פארמאכן דעם מקום קדוש. א מיצר שהחזיקו בו רבים באלאנגט פארן רבים!!!!