☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #10236

אשכול אן א טיטל #10236

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10236

— » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:52 am

· #324307

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קל וחומר » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:55 am

· #324309
זעה איך גוט??????

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:01 am

· #324313
דער אשכול פארלעצט די תקנות פון עפענען א אשכול!
זאל מען אפשפארן?
די איינציגסטע תקנה אז קופי זאל שרייבן א לענגערע קינה.. אולי ירחם.

בן תמליון » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:10 am

· #324314
מיר גייען נישט אין ערגעץ. איך האלט מיר קענען באקומען א לעגאלן טי אר או אויף דערווייל נישט צו פארשפארן דעם סייט. מיר האבן נאך נישט קיין לויערס דא?

משה געציל » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:26 am

· #324320
בלייבט נאר צו וואונטשן אז דער 'היה לא תהיה' פראז זאל זיך נישט ענדיגן ווי א געווענדליכער תאחדות'ער פראטעסט.
#מעיק_אווער_קאווע_גרעיט_עגעין

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:38 am

· #324324
אוי, מיין שטיבל, מיין ליבע שטיבל, טו דאס נישט צו מיר.
עפעס זאגט מיר אז איר זענט גרעסער ווי איר מיינט איר זענט.
איר מוזט דאס אויך בייקומען.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:46 am

· #324330
אנאנים, משה געציל, מאראנצן, בן תמליון.... גאטעניו.
בדחן, וואו ביסטו???....

קל וחומר » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:49 am

· #324331
מאראנצי, געב מיר כאטש איין לייק, כ'וויל נאך קענען זאגן אז כ'האב באקומען א לייק פון דיר.

פרישער » פרייטאג מערץ 11, 2016 1:05 pm

· #324354
היו לא תהיה
מי יתן לנו תמירתו

מיין קאווע שטיבל, מיין קאווע שטיבל
איך גיי נישט דא מאכן קיינע גראמלעך, ווייל איך האב זיך נאכניש דערלענט די ארט, אבער ווען איך האב זיך דערזעין מיין ערשטן מאל אויף קאווע האב איך קיין פעידער נישט געקענט האלטן, נישט געקענט אריין טינקען מיין פעידער אין די טינט פין מיינע מוח קעמערלעך, און מיר איז געליגן הויפענעס שפרייך ווערטלעך, לצניתא, דעבודה זרות, אייגענארטיקייט וואס איך אלע מאל אנגעקיקט קאמיש, אבער ציביסלעך מיט געדילד און מוסר האט זיך עפעס געמאכט עפעס א שטיקל גאנג, ציביסלעך האט זיך עס דערווארבן צי א פרידיש, וואס אדער האט איר געגליכן אדער געהאסט, אבער גאר שטארק געשטיגן אונעם לויפ פון אינזערע גילגולים, אבער אלעס קומט צי א האסטיגן אפשטעל.

איך שפיר עס נישט פאר יושר צי לאזן א איינציגע מאן צי בעל באטעווען אויף אזויפיל געפילן דא, אז ער וויל נישט זאל ער עס איבערגעיבן פאר א צווייטן, ווען מיר ווייסן וועין אז קעלנער איז עלול אויפ אזא עוולה וואלט וועין קיינער נישט אזוי פיל דא פארברעינגט, פונקט אזוי ווי יעדער וועט פארשטיין אז אר סי סי עס קען נישט אפשפארן ווען דער שר החלום וועט זיך באווייזן פאר רעב הערשלען, אדער הצלה זאל אפשפארן ווייל וועיבער איז שלעכט געלאנט, ווילס נישט מער גיב עס ווייטער, מען האט שוין געהערט אזאנץ, דאנק אפ און מאוו ווייטער, נישט שפאר אזא וויכטיגע מאוומענט, איז דאס יושר.

איך בין קעיגן חנדלען, אדער אויפקומען מיט געלט, ער זאל מוחל זיין זיין אפען מיט אונז, און אינז געיבן אפציעס, נישט דערלאנגען און גיין ווייטער, איין תגובה און ביי ביי, דאס איז קעיגן יעדע יסוד לבית קאווע שטיבל, איך וועל עס נישט מוחל זיין בזה ובבא, זאג וואס שטערט דיך און מען קען זיך דורך קומען.
איך ווארט צי הערן פון אייך אויפ
<!-- e --><a href="mailto:Frisher1@gmail.com">Frisher1@gmail.com</a><!-- e -->

אחד העם » פרייטאג מערץ 11, 2016 1:13 pm

· #324357
וואס די גן עדן גייט דא פאר?

יעקב מענטש » פרייטאג מערץ 11, 2016 1:25 pm

· #324363
איך הייס יעקב מענטש,
איך פלעג מוראדיג הנאה האבן צו לייענן ארטיקלען פון מענטשען מיט עטוואס אנדערע השקפות און בעקגראונד ווי איך, אויך פלעגט עס מיר גרוילן ווען טייל פון די זעלבע גאר קלוגע שרייבער, פלעגן זיך נעמן די לייסענס צו שרייבן דרך זלזול אויף גאונים וצדיקים מדור הקודם, ווי אויך כפירה'דיגע ווערטלעך, אבער אויף האט דאך שוין רבי מאיר אונז אנגעוויזען וויאזוי מ'דארף הענדלן אזוינע סיטואציעס, תוכו אכל וקליפתו זרק, אז איך וויל נהנה זיין ממעיני החכמה מוז איך טאלערירן זייערע שגץ שטיק אויך, הגם איך האלט אז ס'וואלט ווען געדארפט געמעקט ווערן.

איך בין א {טראכטענדע} סאטמערע אינגערמאן, אז איר ווילט זיך טרעפן קענט איר אריינקומען אין הופער און מיך אויפזוכן. אדער אז די אישי בלייבט אפען קענען מיר זיין אין קאנטאקט דארט.

הצלחה רבה,

ליפא » פרייטאג מערץ 11, 2016 1:27 pm

· #324364
אין הופער דרייט זיך נאר איין אינגערמאן?

קל וחומר » פרייטאג מערץ 11, 2016 1:30 pm

· #324365
הענג א צעטיל, געטראפן א טשעק מיטן נאמען יענקל מענטש, אויב איז עס אייערס ביטע רופט:
347-653-5308

בן תמליון » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:00 pm

· #324371
ס'קוקט מיר נאך אלץ אויס ס'איז אן ערנסטן וויץ דא אבער אויב נישט היל"ת זעהט זיך אויס אז שטנא נצח דער אור אלטער טעראר טוט זיין ארבייט, איז דא איין כלל פאר טעראר, עין תחת עין טעראר פאר טעראר. דוכט זיך אז גענוג דא האבן געלערנט אין זעלבן חדר על כן דארפן מיר קלאר שטעלן פאר די יעניגע בני בלי שם מיר וועלן אייך דעריאגן און מקיים זיין וואס שטייט אין מדרש. בעסער טראכט אייך איבער בעוד מועד.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 11, 2016 3:16 pm

· #324386
מ'קען אפשר סטראשען צו פארברענען א פאן מיט'ן ק"ש לוגו. געווענדליך ארבעט עס, ניין?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 11, 2016 3:34 pm

· #324388
אוי מיינע ליבע חברים פון אמאל.. ייש"כ פאר'ן אריינסטאפן צו ניחום אבלים. מ'זאגט אמת'ע פריינט קומען נישט נאר צו שמחות, נאר אויך צו ניחום אבלים.

טמיר » פרייטאג מערץ 11, 2016 3:35 pm

· #324389
איך גיי אויף הונגער סטרייק ווי לאנג קעלנער קראכט נישט די קאלארוואר