☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ווייסע העמדער ראש חודש

ווייסע העמדער ראש חודש

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10232

ירח בן יומו » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:36 pm

· #324203
ווייסע העמדער ראש חודש
עס איז א אנגענומענע זאך אין די חדרים אז ראש חודש גייט מען מיט א ווייסע העמד.

פון וואו נעמט זיך דאס?

אין של"ה ווערט געברענגט אז מ'זאל גיין א בעסער בגד ראש חודש, אבער איך מיין אז אפילו די גרויסע רבי'ס גייען נישט קיין ספעציעלע בגדים חשובים ראש חודש (אפילו די קאלפיק טרעגער). אבער ביי קינדער ווער האט דאס איינגעפירט? און פארוואס?

----------------------
מענין לענין. איך האב געזען אז מיין בני בית האט געקויפט א שיינע שבת'דיגע outfit פאר מיין יונגעלע, עס האט געהאט א הערליכע בלויע העמד מיט א סוועדער, איך האב זייער ליב געהאט צו זעהן מיין יונגעלע אנגטוהן אין דעם. ווען עס איז אמאל געקומען שבת ראש חודש האב איך געבטען אז מ'זאל אים אנטוהן מיט א ווייסע העמד לכבוד ראש חודש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:42 pm

· #324204
איך געדענק נישט אזא מנהג אלס קינד אין ענגלאנד, דאס האב איך ערשט געזען דאהי אין אמעריקא. און ס'שטערט מיר טאקע הלמאי האט אויסגעפעלט א נייעם מנהג. וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט. דאס גייען א הוט פון בר מצוה איז מיר אויך א שטיקל ציפ ובפרט אז ס'איז טייער און די דאשיק וואס איך בין געגאנגען איז פיל ביליגער געווען

מור וקציעה » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:54 pm

· #324207
דאכט זיך אין מעשה רב ברענגט ער אז די גר''א איז געגאנגען בבגדי שבת ראש חודש

ביליג » פרייטאג מערץ 11, 2016 12:50 am

· #324225
Re: ווייסער העמדער ראש חודש
איו וויליאמסבורג איז עס כמעט נישט איינגעפירט
לעומת זה אין בארא פארק איז עס זייער שטארק
אפשר האט דאס צוטוהן מיט סאטמאר?

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:27 am

· #324245
ירח בן יומו
און פארוואס?

אט דאס איז די שאלה וואס מ'טאר נישט פרעגן. מ'מעג פרעגן מה למעלה מה למטה, מה לפנים מה לאחור, אבער פרעגן אויף חרדיזם פארוואס? ביז דא! אויב הויבסטו אן פרעגן אויף אלעס וואס מיר טוען פארוואס, דעמלאסט איז אלץ דערנאך. ראה הזהרתיך.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 11, 2016 6:13 am

· #324259
ווילסט אז מפיץ אמונה זאל צוריק קומען?

סקרן » זונטאג יאנואר 8, 2017 2:32 pm

· #359274
די סבה ווייס איך נישט אבער לענ"ד ברענגט עס אריין פאר די קינדער א געשמאק און אינטערסאנטקייט אין אידישקייט
מ'באקומט אן אנדערע פרישטאג נאכטמאל מ'באקומט א ספיציעלע זאך צו עסן ביי ריסעס
קוקט דאס קינד ארויס אויף א יומא דפגרי
כנלע"ד

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 8, 2017 2:46 pm

· #359278
ירח בן יומו: דו האסט דיך דא אומ-דירעקט מודה געווען אויף א שרעקליכע עוולה וואס דו באגייסט אין חינוך הבנים. אונז (די גבאים און ממונים, וועלכע העלפן צו פאר גאט ברוך הוא פיהרן די וועלט. לכה"פ די אידישע וועלט.) פון דיינע אייגענע ווערטער (הודאת בעל דין כמאה עדים דמי.) לערנען מיר ארויס אז א יעדן, געוויינליכן שבת (נישט א שיינעם שבת, עפ"ל.) גייט דיין יונגל אנגעטון מיט א בלויע, אדער ארענדזשע העמעד. ווייל דו זאגסט אז לכבוד שבת ראש חודש האט מען איהם אנגעטון א ווייסע העמעד. איז דאך משמע פון דעם אז אנ'אנדערס מאל נישט. צו ווייסטו דען נישט אז הרב ש.ב. מרגליות שליט"א האט אויף דעם געשטורעמט און זיך מתמרמר געווען אין אן ארטיקל אין דער בלאט...! זיין חבר און קאלעגע הרב ישראל מ. סופר שליט"א (ביידע נעמען זענען אזוי אמת ווי די מאן דאמרים.) האט געסטראשעט אז אויב דער מצב וועט זיך נישט טוישן בקרוב, וועט מען מוזן אננעמען שטרענגע מיטלען. ווי נישט אריינלאזן די אלע קינדער וועלכע גייען מיט קאלירטע העמדער אין ביהמ"ד. אדער נישט לאזן באקומען שיריים פון רבותינו הגאונים הקדושים שליט"א...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 9, 2017 10:59 am

· #359348
Re: ווייסע העמדער ראש חודש
מור וקציעה
דאכט זיך אין מעשה רב ברענגט ער אז די גר''א איז געגאנגען בבגדי שבת ראש חודש

טאקע נאכגעקוקט. ביסט גערעכט האלבוועגס. ער איז געגאנגען דער שבת הוט, נישט שבת קליידער.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מאי 5, 2017 9:05 am

· #369998
גראדע זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאט א ספעציעלע ראש חודש בעקיטשע. לדעתי איז דאס א פיינע מנהג וואס די קינדער גלייכען און ס׳שטימט מיטן שלחן ערוך!
סתם מאכן א פראבלעם ווען אלעס קלאפט?